פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם גאַנצן חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַן עכטן רשע. די פֿריִערדיקע סדרה — "קורח" — איז אויך אָנגערופֿן נאָך אַ סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. פֿונדעסטוועגן, ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, האָט קורח געהאַט אַ גוטע כּוונה, הגם זײַן מחלוקת כּלפּי משה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים.

בלק, אַ קיניג פֿון מואבֿ, איז אָבער געווען אַ בפֿירושער שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט געהאָפֿט צו פֿאַרשעלטן די ייִדן מיט אַ מעכטיקער טויט־קללה. כּדי אויסצופֿירן זײַן פּלאַן, האָט ער זיך געווענדט צו בלעם — אַ באַרימטער בייזער מכשף.

נישט געקוקט אויף זײַן רישעות, איז בלעם געווען אַן אמתער נבֿיא. הגם זײַן השׂגה פֿון רוחניות איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער סיטרא־אַחרא, האָט ער דערגרייכט, אויף זײַן היפּוכדיקן אופֿן, די זעלבע מדרגה פֿון נבֿואה ווי משה רבינו. דער אייבערשטער האָט געהייסן בלעמען נישט צו טשעפּען די ייִדן. דער קיניג בלק האָט אָבער ווידער געבעטן דעם מכשף דורכצופֿירן דעם קללה־ריטואַל. בלעם האָט מסכּים געווען — בתּנאַי, אַז ער וועט נישט רעדן קיין וואָרט קעגן דעם באַשעפֿערס ווילן.

דער בייזער "אַנטי־נבֿיא" איז געגאַנגען צום באַרג, פֿונוואַנען ער וואָלט געקאָנט זען די ייִדישע מחנה אינעם מידבר, כּדי "אָנצוצילן" זײַן קללה ווי געהעריק. אויפֿן וועג צו דעם באַרג, האָט זײַן אייזלטע דערזען אַ מלאך און האָט אָנגעהויבן רעדן. נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן אויסטערלישן נס, האָט בלעם געפּרוּווט גיין ווײַטער. דער מלאך האָט אים געלאָזט, אָבער געוואָרנט, אַז ער מעג בלויז איבערחזרן פּינקטלעך די ווערטער, וועלכע דער רבונו־של־עולם וועט אַרײַנלייגן אין זײַן מויל.

בלעם איז אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַ באַרג און אַנשטאָט צו שעלטן די ייִדן, האָט ער זיי דרײַ מאָל געבענטשט. בלק איז געווען אומצופֿרידן מיטן דורכפֿאַל פֿון זײַן פּלאַן, און צוגעטראַכט אַן אַנדער עצה: אַראָפּברענגען די ייִדן פֿון זייער הויכער גײַסטיקער מדרגה, כּדי דער באַשעפֿער אַליין זאָל זיי באַשטראָפֿן פֿאַר זייערע זינד. דער מואבֿישער קיניג האָט אַרײַנגעשיקט אין דער ייִדישער מחנה אַ גרופּע זונות, האָפֿנדיק, אַז די ייִדישע מענער וועלן זינדיקן מיט זיי און וועלן מסכּים זײַן צו דינען עבֿודה־זרה. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך צווישן די ייִדן אָנגעהויבן אַ טויטלעכע מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט בלויז נאָך דעם, ווי פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן, האָט דערהרגעט אַ ייִדישן מאַן בעת זײַנע אינטימע באַציִונגען בפֿרהסיה מיט אַ מואבֿישער פֿרוי.

די דערהרגעטע פֿרוי האָט געהייסן כּזבי. זי איז געווען אַ פּריצעסין פֿון מדין און בלקס אייגענע טאָכטער, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים. די מפֿרשים גיבן צו, אַז כּזבי איז געווען, אין דער אמתן, אַ באַשיידן מיידל; איר טאַטע האָט איר אָבער באַפֿוילן צו פֿאַרפֿירן די ייִדן. דאָס הייסט, אַז דער מואבֿישער קיניג האָט געצוווּנגען זײַן אייגענע טאָכטער צו ווערן אַ זונה, כּדי צו מאַכן צרות פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. ווי אַ רעזולטאַט, איז כּזבי דערהרגעט געוואָרן און אַ סך ייִדן זענען אומגעקומען פֿון אַ סכנותדיקער מחלה. ווי אַזוי זשע האָט אַזאַ ווילדער רשע זוכה געווען צו אַזאַ כּבֿוד, אַז אַ גאַנצע פּרשה אין דער הייליקער תּורה טראָגט זײַן נאָמען?

דער מאַן, וועלכן פּינחס האָט דערהרגעט, איז געווען זמרי — דער חשובֿער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון. אַ צאָל חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אויפֿן סמך פֿון קבלה־ספֿרים, אַז זמרי איז נישט געווען אַ פּשוטער רשע. ער האָט דערפֿילט, אַז כּזבי האָט אַ ייִדישע נשמה און איז באַשערט פֿאַר אים. ער האָט אָבער געדאַרפֿט זי מגייר זײַן און חתונה האָבן מיט איר כּהלכה; אַנשטאָט דעם, האָט זמרי זיך ווילד געפֿירט, צוליב זײַן פּלוצעם־אויפֿגעפֿלאַקערטער ליבע צו כּזבי.

על־פּי־קבלה, איז כּזבי געווען אַ גילגול פֿון דינה — יעקבֿ אָבֿינוס טאָכטער. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט אסתּר המלכּה זיך מוסר־נפֿש געווען פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, און דערפֿאַר האָט זי חתונה געהאַט מיט אַחשוורושן קעגן איר ווילן. יעל, אַן אַנדער גרויסע תּנ״כישע העלדין, האָט אײַנגערעדט דעם קיניג סיסרא, אַ סכּנותדיקן שׂונא פֿון ייִדן, צו האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט איר, כּדי אים אָפּצושוואַכן און צו דערהרגענען. זי האָט עס אויך געטאָן לשם־שמים און ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסער צדיקת.

כּזבי, זײַענדיק אַ גילגול פֿון דינה, האָט אין זיך אויך געהאַט די ייִדישע מסירת־נפֿש; ווי אַ טאָכטער פֿונעם אַנטיסעמיטישן קיניג בלק, האָט זי אָבער אָנגעווענדט די דאָזיקע מידה, כּדי צו ברענגען דעם ייִדישן פֿאָלק אַ היזק. פֿונדעסטוועגן, ווי עס דערקלערן די מקובלים, האָט איר פֿאַרבלאָנדזשעטע ייִדישע נשמה שפּעטער באַקומען אַ תּיקון, ווען זי איז נתגלגל געוואָרן אינעם ווײַב פֿונעם רוימישן פֿירער טרנרופֿוס, וועלכע האָט זיך מגייר געווען, אַוועקגעגאַנגען פֿון איר מאַן, און חתונה געהאַט מיט רבי עקיבֿא — אַ גילגול פֿון זמרי.

אַ צאָל מפֿרשים באַטאָנען, אַז בלק איז געווען, אויף זײַן סתּירותדיקן אופֿן, אַ העלדישער מענטש, הגם ער האָט אויך אָנגעווענדט זײַן מסירת־נפֿש אויף אַ שלעכטן צוועק. ער האָט געפֿירט זײַן קאַמף קעגן ייִדן אָפֿן און דרייסט, אָן קיין פּחדנות. די חז״ל זאָגן, אַז בלק איז געווען דער עלטער־זיידע פֿון רות, דוד המלכס עלטער־באָבע. עס באַקומט זיך, אַז משיח וועט שטאַמען פֿון בלקן. צוליב דעם טראָגט אַ גאַנצע פּרשה אין דער תּורה זײַן נאָמען.

די גײַסטיקע ענערגיע פֿון דער משיחישער גאולה מוז גובֿר זײַן אַלע גרענעצן, כּדי די גאַנצע מענטשהייט זאָל קאָנען דערגרייכן אַחדות און האַרמאָניע. צוליב דעם, איז די געשיכטע פֿון דוד המלכס דינאַסטיע פֿאַרבונדן מיט אַ גאַנצער ריי מעשׂיות, וואָס זעען אויס גאַנץ סתּירותדיק, אויפֿן ערשטן בליק. דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון די מואבֿים, אַרײַנגערעכנט בלקן, שטאַמען פֿון לוטס פֿאַרבינדונגן מיט זײַן אייגענער טאָכטער, וועלכע האָט עס אויך געטאָן לשם־שמים. זי האָט געמיינט, אַז די גאַנצע מענטשהייט איז אומגעקומען בעת דער צעשטערונג פֿון סדום, און געוואָלט האָבן אַ קינד, כּדי ממשיך צו זײַן דעם מענטשלעכן מין. בועז, דודס עלטערזיידע, האָט געשטאַמט פֿון תּמר — אַ כּנענישער פֿרוי, וועלכע האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה, כּדי צו האָבן קינדער פֿון יהודה.

דוד המלכס משיחישע דינאַסטיע שטאַמט פֿון אַ סך פֿאַרשיידענע פֿעלקער — אַזעלכע ווי מואבֿ און כּנען — און האָט אַ בונטע געשיכטע, פֿול מיט סתּירותדיקע מעשׂיות. דער כּוח פֿון גאולה מוז טראַנספֿאָרמירן די גאַנצע וועלט און ברענגען אַ תּיקון אַפֿילו פֿאַר אַזעלכע זאַכן, וואָס שטאַמען פֿון שלעכטע און צווייפֿלהאַפֿטיקע קוואַלן. דעריבער, איז די געשיכטע פֿונעם מלכות־בית־דוד פֿאַרבונדן מיט כּלערליי אומגעוויינטלעכע מעשׂיות און נעמט אַרום אַפֿילו אַזעלכע פּערסאָנאַזשן, ווי דער בייזער קיניג בלק.

בלקס אַנטיסעמיטישע ענערגיע און זײַן ווילן מקריבֿ זײַן זײַן אייגענע טאָכטער האָבן אַרײַנגעלייגט אין דוד המלכס משפּחה — און אינעם אַלגעמיינעם גאולה־פּראָצעס אין דער וועלט — אַ וויכטיקע מידה: אויסצופֿירן תּמיד די פּלענער, אויב אַפֿילו זיי זעען אויס צווייפֿלהאַפֿטיק און אומרעאַליסטיש. אויב מע נוצט די דאָזיקע ענערגיע טאַקע לשם־שמים, קאָן מען אײַנזען אַפֿילו אין די סאַמע אויסטערלישע מעשׂיות אין דער וועלט אַ קערנדל פֿון אמת און השגחה־פּרטית.