װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

בײַם ניו־יאָרקער ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין יאַנואַר האָט מען געוויזן דעם פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט אין ייִדיש" פֿון איוו אַנענבערג, און די פּרעסע האָט אַ סך געשריבן סײַ וועגן דעם אויסטערלישן פֿילם, און סײַ וועגן דער חסידישער וועלט. אונדזער מיטאַרבעטערין, רחל שעכטער, האָט אינטערוויויִרט די אַקטיאָרן צו יענער צײַט און באַשריבן דעם "הו־האַ" אַרום אַ סעקס־סצענע. די וואָך, דעם 8טן יולי, וועט דער פֿילם געוויזן ווערן אַ לענגערע צײַט אינעם נײַעם קינאָ בײַם "לינקאָלן־צענטער" אין מאַנהעטן — אַ גרויסער כּבֿוד — און מיר האָבן איצט די געלעגנהייט דעם פֿילם צו רעצענזירן.

די רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג, האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר וועלכער פֿאַרבינדט עטלעכע נאַראַטיוון, מיטן טראָפּ אויף דער קשיא — ווי זעצט מען איבער אַ שפּראַך, אַ קולטור, אַ לעבן־שטייגער? דעריבער נעמט אָן דאָס וואָרט "איבערזעצן" אַ סך אַ רײַכערן באַטײַט ווי נאָר איבערזעצן ווערטער. געוועזענע יונגע ברוקלינער חסידים וואָס זענען אַוועק פֿון זייערע היימען און קהילה, פּרוּוון זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער גרויסער וועלט, אָבער עס קומט זיי נישט אָן לײַכט. אַ ביסל שווינדלערײַ דאָ, אַ ביסל ליגנערײַ דאָרט, אָבער מיט אַ מאָל באַקומען זיי די געלעגנהייט צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט דורך איבערזעצן אויף ייִדיש און פֿאַרהײַנטיקן שייקספּירס קלאַסישע טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" — כאָטש זיי קענען זיך אויס אין דעם טעקסט, ווי אַ האָן אין בני־אָדם.

די פֿרוי וואָס באַשטעלט בײַ זיי די איבערזעצונג איז אַ טייל־צײַטיקע קראַנקן־שוועסטער (געשפּילט פֿון דער רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג), וואָס קען לחלוטין נישט די הפֿקר־וועלט פֿון די אַמאָליקע חסידים. דער משׂא־מתּן פֿון איבערזעצן די דראַמע אַנטוויקלט זיך אויף אַזאַ אויפֿן, אַז ביידע צדדים לערנען איינער פֿונעם אַנדערן. אַנענבערג מוז פֿאַר זיי נישט נאָר איבערזעצן די ווערטער פֿון דער דראַמע, אָבער זיי אויך געבן צו פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ מענטשן וואָלטן זיך אַזוי בלוטיק צעקריגט צוליב אַזוינע נאַרישקייטן — זיכער נישט קיין ייִדן. במשך פֿונעם פֿילם זעט מען ווי אַ ייִדישער נוסח פֿון "ראָמעאָ און דזשוליעט" וואָלט רעאַליזירט געוואָרן ווען די חסידישע קעפּ וואָלטן דאָס געשאַפֿן און אויסגעשפּילט — למשל, די צוויי איטאַליענישע משפּחות ווערן מגולגל אין צוויי קעגנערישע חסידישע גרופּעס — חב״ד און סאַטמאַר.

צוביסלעך הייבן אָן די חסידים צו פֿאַרשטייען די "דרויסנדיקע וועלט" בעסער ווי פֿריִער, און די קראַנקן־שוועסטער, וואָס האָט מיט יאָרן פֿריִער געהאַט אַ קינד מיט אַ פֿרומען מאַן און איז הײַנט אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן פֿון דער משפּחה, נעמט אויף בעסער די פֿרומע סבֿיבֿה.

אַ דאַנק דעם איבערזעצונג־פּראָצעס, אַנענבערגס סקריפּט איז קלוג, אײַנפֿאַלעריש; איר ביאָגראַפֿיע און די ביאָגראַפֿיעס פֿון די חסידישע בחורים זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער מעשׂה. די אַלטע מעשׂה־פֿאָרמול — "אַ מעשׂה אין אַ מעשׂה" ווערט אַזוי אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם פֿילם, אַזש דער קאָפּ דרייט זיך. אונדזער ייִדישע שפּראַך, ווי פּראָפֿ׳ דזשעף שאַנדלער האָט באַשריבן אין זײַן ענגליש בוך "אַווענטורעס אין ייִדישלאַנד", איז הײַנט פּערפֿעקט צוגעפּאַסט צו ווערן געניצט ווי אַ משל, אויף אַ מעטאַפֿאָרישער מדרגה, און אַנענבערג איז געראָטן דאָס אויסצופֿירן אין איר פֿילם אויף אַ טיפֿן אופֿן.

פֿון אַן אַנדער קוקווינקל איז פּשוט אינטערעסאַנט, לינגוויסטיש גערעדט, צו הערן ווי דער חסידישער ייִדיש קלינגט הײַנט. קיין "ריכטיקע" גראַמאַטיק וועט מען דאָ נישט הערן, אָבער אַ היימישער ייִדיש איז דאָס פֿאָרט. די מענטשן וואָס גייען אַמאָל אינעם קרײַז פֿון "טשאָלנט" אין מאַנהעטן, און האָבן זיך צוגעוווינט צו דער הײַנטיקער שפּראַך, וועלן אויך דערקענען אין די עטלעכע אַקטיאָרן באַקאַנטע פּנימער פֿון "טשאָלנט", אַרײַנגערעכנט דעם אָרגאַניזירער פֿון דער גרופּע יצחק שאָנפֿעלד.

כּמעט אַלע אַקטיאָרן זענען אַמאַטאָרן און מע זעט דאָס. געוויסע וויכטיקע דראַמאַטישע מאָמענטן וואָלטן אַוודאי געמאַכט אַ מער עמאָציאָנעלן רושם מיט פּראָפֿעסיאָנעלע אַרטיסטן, אָבער די אַמאָטאָרישקייט העלפֿט צו באַטאָנען די ווירקלעכקייט פֿונעם פֿילם און פֿון די מענטשן הינטער די ראָלעס. לייזער ווײַס און מלכּה ווײַס שפּילן די ראָלעס פֿון ראָמעאָ און דזשוליעט, סײַ אין שייקספּירס דראַמע, סײַ אין דער ווירקלעכקייט; זיי אַנטוויקלען אייגנאַרטיקע כאַראַקטערס.

איבער מײַן שרײַבטיש האָב איך אויפֿגעהאָנגען אַ זײַטל פֿון דער סאַטמאַרער צײַטונג "דער בלאַט", פֿון פֿינף יאָר צוריק, מיטן קאָפּ (אין זייער אויסלייג) — "טײַערע אידן! מיר זענען אין סכּנה פֿון אידישן טעאַטער ח״ו [חס וחלילה]". דאָס איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַ נײַעם ווידעאָ אויף ייִדיש, פֿול מיט "חינוך און מידות", וואָס איז געווען געצילט אויף אַ חרדישן עולם. אָבער אַפֿילו מיט דעם אַלעם, האָט די וויליאַמסבורגער וועלט דאָס נישט געקענט אָננעמען, ווײַל אַ פֿילם, ווי אײַנגעטונקען אין חסידות ער זאָל נישט זײַן, איז טריף־פּסל. דעם פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט", מיט זײַן סעקס־סצענע, נאַרקאָטיק־סצענע, שווינדלער־סצענע, בקיצור מיט "כּל־טובֿ", וועט מען אַוודאי באַקעמפֿן אין דער עפֿנטלעכקייט, אָבער בשתּיקה, וועט מען דאָס יאָ זען. עס קען זײַן, אַז "ראָמעאָ און דזשוליעט" וועט ווײַזן דעם וועג פֿאַר נײַע ייִדישע פֿילמען וועגן דער הײַנטיקער וועלט און ס'איז בפֿירוש אַ גוטער אָנהייב.

צו באַשטעלן בילעטן, גיט אַ קוועטש אויף: http://www.filmlinc.com