געזעלשאַפֿט
הרבֿ יצחק שאַפּירא
הרבֿ יצחק שאַפּירא
From the video, Hakol Hayehudi

אינעם פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מרכדי דוניצס אַרטיקל וועגן די אַנומלטיקע קאָנטראָווערסאַלע דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿרומע נאַציאָנאַליסטן אין ישׂראל, אונטערן קעפּל "רבנים קעגן די געזעצן פֿון לאַנד". די טרויעריקע און באַדראָענדיקע מעשׂה, וועלכע דוניץ האָט געשילדערט, האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיטן נע־ונד אין דער הײַנטיקער חב״ד־באַוועגונג.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט הרבֿ דובֿ ליאור, אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פֿירער פֿון די עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, אין פּרעדיקן שׂינאה קעגן די נישט־ייִדן און קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ליאור האָט געשטיצט דעם ספֿר "תּורת־המלך", וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז אַ ייִד האָט, כּלומרשט, רעכט צו דערהרגענען אַלע גויים, וועלכע דערוועגן זיך אַרויסצוטרעטן קעגן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זייערע קינדער.

דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, הרבֿ יצחק שאַפּירא, אויך אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אויך אַ פֿירער פֿון די ייִשובֿניקעס, דערקלערט גאַנץ קלאָר, אַז אַלע גויים, אַפֿילו די בעסטע צווישן זיי, זענען אונטערמענטשן, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט די הייליקע ייִדן. דערפֿאַר, הגם מע טאָר נישט אומברענגען אַ גוי סתּם אַזוי, אָן קיין סיבה, דאַרפֿן נישט די ייִדן, לויט שאַפּיראס מיינונונג, צערעמאָניעווען זיך צופֿיל מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער.

מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָט שאַפּירא זיך אָפּגעזאָגט צו קאָאָפּערירן מיט דער פּאָליציי, וועלכע האָט אים פֿאַרדעכטיקט אין שײַכות מיט דער אונטערצינדונג פֿון אַ מעטשעט אינעם פּאַלעסטינער דאָרף יאַסוף. די עקסטרעם־רעכטע קרײַזן האָבן געלויבט שאַפּיראַ ווי אַ בראַוון אויפֿשטענדלער, וועלכער וויל נישט האָבן צו טאָן מיט דער "פֿאַררעטערישער" רעגירונג. איצט, האָט שאַפּיראס שטיצער, דובֿ ליואר, זיך אויך דעמאָנסטראַטיוו אָפּגעזאָגט צו באַווײַזן זיך אינעם פּאָליציי־אַמט. די פּאָליציאַנטן האָבן געכאַפּט ליוארן און באַפֿרײַט אים נאָך אַ קורצן פֿאַרהער. די ידיעה וועגן ליוארס אַרעסט האָט אַרויסגערופֿן אַ מאַסן־פּראָטעסט פֿון די רעכטע רעליגעזע ציוניסטן.

הרבֿ יצחק שאַפּיראס בוך "תּורת־המלך"
הרבֿ יצחק שאַפּיראס בוך "תּורת־המלך"

צום באַדויערן, האָט זיך אין דער חב״ד־באַוועגונג געשאַפֿן לעצטנס אַ גאַנצע נעסט פֿון אויסגעשפּראָכענע פֿאַשיסטן. מעניס פֿרידמאַן, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער ליובאַוויטשער רבֿ און שרײַבער, האָט מיט צוויי יאָר צוריק געמאָלדן, אַז דער "ייִדישער וועג" צו האַלטן אַ מלחמה מיט די אַראַבער איז צו אַטאַקירן גאַנצע שטעט און אויסצוהרגענען זייערע מענער, פֿרויען, קינדער און אַפֿילו בהמות. אַן אַנדער פּראָמינענטער ליובאַוויטשער רבֿ, יצחק גינזבורג, האַלט דעם ייִדישן טעראָריסט ברוך גאָלדשטיין פֿאַר אַ גרויסן העלד און פּרעדיקט כּסדר מיסטישע טעאָריעס פֿון ראַסיזם, לויט וועלכע מע מעג, אין פּרינציפּ, דערהרגענען אַ גוי, כּדי צו באַזאָרגן אַ קראַנקן ייִד מיט לעבנס־וויכטיקע אָרגאַנען.

אַזעלכע דעות זענען, בלי־שום־ספֿק, אַ ייִדישע פֿאָרמע פֿון נאַציזם. הרבֿ מאיר כּהנא, דער גרינדער פֿון דער כּהניסטישער פּאַרטיי, איז געווען בעצם אַ נעאָ־פֿאַשיסט; ער האָט געהאַלטן, אַז די פּאַלעסטינער פֿאַרדינען אַ קאָלעקטיווע שטראָף און דאַרפֿן אַרויסגעוואָרפֿן ווערן פֿון ארץ־ישׂראל; ער האָט אָבער באַטראַכט די אַראַבער ווי מענטשן. די דערמאָנטע חב״ד־רבנים גייען מיט אַ פּאָר טריט ווײַטער אויף רעכטס, און חזרן פֿאַקטיש איבער די לאָגיק פֿון היטלערס בוך "מײַן קאַמף".

מע זאָגט, אַז אַ קבצן זעט אַ צווייטן קבצן פֿון דער ווײַטנס. דאָס איז אויך אמת וואָס שײַך די גײַסטיקע קבצנים, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן די עלעמענטאַרע יסודות פֿון דער מענטשלעכער מאָראַל. אויף דער פּראָ־פּאַלעסטינער וועבזײַט "uprootedpalestinians.blogspot.com" ווערט איצט אָרגאַניזירט אַ שאַרפֿער קאַמף קעגן חב״ד. ס׳רובֿ אַקטיוויסטן פֿון דער דאָזיקער אינטערנעץ־גרופּע זענען בפֿירושע אַנטיסעמיטן און פֿאַרביסענע שטיצער פֿון "כאַמאַס". זייערע טענות קעגן די חב״דניקעס קלינגען טאַקע ווי אַ קריגערײַ צווישן צוויי קבצנים פֿאַר אַ גראָשן. ביידע זײַטן, די "כאַמאַסניקעס" און די עסטרעם־רעכטע ליובאַוויטשער נוצן אויס די זעלבע אוממאָראַלישע פֿאַשיסטישע לאָגיק.

עס טרעפֿן זיך אויך נישט ווייניק אויסטערלישע פֿאַלן, ווען שאָוויניסטן פֿון פֿאַרשיידענע מינים רעדן זיך צונויף און פּרוּוון צו אָרגאַניזירן אַ מין "פֿאַשיסטישן אינטערנאַציאָנאַל". שלמה לענסקי, אַ רוסיש־שפּראַכיקער פּראָ־פֿאַשיסטישער ליובאַוויטשער שרײַבער, האָט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געלויבט די רוסישע אָרגאַניזאַציע "נאַציאָנאַל־דעמאָקראַטישע אַליאַנץ", וואָס אירע פֿאָרשטייער קלײַבן זיך איצט צו באַזוכן ישׂראל. לענסקי האָט איבערגעגעבן, אַז אַלעקסיי שיראָפּאַיעוו, דער מיטפֿאָרזיצער פֿון דער "אַליאַנץ", וועט אָנפֿירן מיט דער דעלעגאַציע.

שיראָפּאַיעוו איז אַ רוסישער נאַציאָנאַליסט, וועלכער איז אויך באַקאַנט ווי אַ מחבר פֿון פֿאַשיסטישע נעאָ־פּאַגאַנישע לידער, מיט וועלכע ער טרעט אַרויס אויפֿן "Youtube". אין איינער פֿון זײַנע פּאָעמעס באַגריסט ער מיטן נאַצי־זשעסט "זיג הײַל" עפּעס אַן אָפּגאָט — עפּעס אַ מיסטישן קראָקאָדיל, וועלכער רעפּרעזענטירט די רוסישע נעאָפֿאַשיסטישע באַוועגונג. אין אַן אַנדער ליד, געווידמעט דער טעמע פֿון סאָציאַלן דאַרוויניזם, רופֿט שיראָפּאַיעוו צו עפֿענען פֿון ס׳נײַ דעם אַלט־רוימישן בלוטיקן צירק קאָליזיי, וווּ מע פֿלעגט צווינגען די שקלאַפֿן צו שלאָגן זיך אויף טויט.

ס׳זעט אויס, אַז, להיפּוך צו די "כאַמאַסניקעס", האָבן זיך בײַ אַ טייל רוסישע פֿאַשיסטן געשאַפֿן גאַנץ וואַרעמע באַציִונגען מיט די סאַמע רעכטע חב״דניקעס. טאַקע אויף אָט־דעם מאָמענט וויל איך זיך אָפּשטעלן. כּדי צו פֿאַרשטייען דעם פֿענאָמען פֿון די עקסטרעם־רעכטע שטימונגען צווישן די ליובאַוויטשער חסידים, מוז מען געדענקען, אַז די חב״ד־באַוועגונג שטאַמט פֿון רוסלאַנד און האָט נאָך אַלץ אַ מערקווירדיק שײַכות צו מיזרח־אייראָפּע.

דער ראַדיקאַלער אויפֿשטענדלערישער גײַסט פֿון אומאָפּהענגיקייט איז נישט קיין נאָווינע אין חב״ד. דער גרינדער פֿון חב״ד, רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, איז געזעסן אין דער פּעטערבורגער פּערטאָפּאַוולאָווסקער תּפֿיסה צוליב פֿאַלשע באַשולדיקונגען מצד די מתנגדים. זײַן זון, דובֿ־בער שניאורי, איז אויך געווען אַרעסטירט. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט, צוליב זײַן בראַוון קאַמף קעגן די באָלשעוויקעס, אָבער באַפֿרײַט נאָך אַ שטאַרקן דרוק פֿון די מערבֿדיקע רעגירונגען און אָרגאַניזאַציעס. מעשׂיות וועגן פּאָליטישע אַרעסטן פֿון פּראָמינענטע העלדישע חסידים שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער חב״ד־באַוועגונג.

אַן אַנדער כאַראַקטעריסטישער שטריך פֿון חב״ד איז די פֿעיִקייט צו שאַפֿן קליינע אומאָפּהענגיקע ייִשובֿים און צו לעבן ווי אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר אָן קיין ייִדישער קהילה. דעם 24סטן יוני האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן אַרטיקל "לאַנדווירטשאַפֿט און חסידות", וווּ איך האָב באַשריבן די פֿאַרבינדונג צווישן די חב״ד־חסידים, ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין מיזרח־אוקראַיִנע און דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג בראָש מיטן אוקראַיִנישן רעוואָלוציאָנער נעסטאָר מאַכנאָ.

אַ צאָל באַקאַנטע חב״ד־רבנים האָבן געשטיצט פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿון אַנאַרכיזם: הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, שמואל אַלכּסנדראָוו, יהודה־לייב דאָן־יאַכיאַ. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי האָט באַמערקט, אַז אין זײַן יוגנט, לעבנדיק אין דער שטאָט יעקאַטערינאָסלאַוו, האָט ער געקאָנט אַ סך גאַנץ פֿרומע ייִדישע לינקע ראַדיקאַלן און רעוואָלוציאָנערן, און אַז צווישן ייִדישקייט און רעוואָלוציאָנער־סאָציאַליסטישער טעטיקייט איז נישטאָ קיין סתּירה.

דער דאָזיקער גײַסט פֿון אומאָפּהענגיקייט קאָן זיך אָבער אויסדריקן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. הגם די דערמאָנטע לינקע רבנים און פֿרומע רעוואָלוציאָנערן האָבן אויך נישט געהאַלטן, אַז מע מוז פֿאָלגן אַלע געזעצן פֿונעם לאַנד, זענען זיי געווען פּראָגרעסיווע אינטערנאַציאָנאַליסטן. מע קאָן זאָגן, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן, האָט די ליובאַוויטשער נטיה צו אָריגינעלקייט אויסגעדריקט אין אַזעלכע אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי דער זינגער מתּתיהו מילער, וועלכער זינגט די קאַריבישע רעגיי־מוזיק אויף אַ חסידישן שטייגער און היט די וועגאַנישע דיעטע, אָדער הרבֿ שמולי בוטח — אַ חסידישער "סעקס־גורו", וועלכער האָט זיך געחבֿרט מיטן באַרימטן זינגער מײַקל דזשעקסאָן און טרעט אַרויס אויף דער טעלעוויזיע מיט פּראָגראַמען וועגן סעקס.

ס׳איז מערקווירדיק צוצוגעבן, אַז אַחוץ דער גרויסער אָרגאַניזאַציע "חב״ד־ליובאַוויטש", איז אויך פֿאַראַן אַ קליינע חב״ד־גרופּע, באַקאַנט ווי "מלאָכים", וועלכע אָנערקענט נישט דעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין און איז אַפֿיליִיִרט מיט דער אַנטי־ציוניסטישער באַוועגונג "נטורי־קרתּא". דער ראָש פֿון דער דאָזיקער גרופּע, הרבֿ מאיר וועבערמאַן, פֿלעגט פּובליקירן שאַרפֿע אַנטי־ישׂראלדיקע אַרטיקלען אין "ניו־יאָרק טײַמס"; זײַן זון, הרבֿ מרדכי וועבערמאַן, איז אַ פּראָ־פּאַלעסטינער אַקטיוויסט. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אינעם "אָפֿיציעלן" ליובאַוויטשער לאַגער זענען אויך געווען אַזעלכע פּראָמינענטע רבנים, ווי אוריאל צימער און משה וועבער, וועלכע זענען געווען נאָענט צו "נטורי־קרתּא".

מסתּמא, איז עס נישט קיין צופֿאַל, אַז דער באַרימטער נעאָ־חסידישער זינגער שמלה קאַרליבאַך און רב זלמן שעכטער־שלומי, אַ גרינדער און אַ מנהיג פֿון דער באַוועגונג "ייִדישע אויפֿלעבונג" (Jewish Renewal), האָבן אויך אַ נאָענט שײַכות צו חב״ד. דער ישׂראלדיקער רבֿ עדין שטיינזאַלץ און דער בריטישער הויפּט־רבֿ יונתן סאַקס, וועלכע דריקן אויס פּראָגרעסיווע דעות וועגן רעליגיעזן פּלוראַליזם און באַציִען זיך מיט בפֿירושער סימפּאַטיע צו הינדויִזם, בודיזם און אַנדערע וועלט־רעליגיעס, זענען אויך פֿאַרבונדן מיט דער חב״ד־טראַדיציע.

נאָכן טויט פֿונעם רבין אינעם יאָר 1994, האָט אין חב״ד זיך פֿאַרשטאַרקט די טענדענץ צו פֿאַרשיידנאַרטיקייט און עקסצענטרישקייט. אַ קליינער טייל פֿון די חסידים האָט זיך אַפֿילו דערטראַכט צו אַ כּמו־קריסטלעכער פֿילאָסאָפֿיע און האַלט דעם רבין פֿאַרן באַשעפֿער. בקיצור, מע קאָן הײַנט געפֿינען אין חב״ד און אַרום חב״ד כּמעט אַלץ וואָס מע וויל: פֿון פּאָפּולערע זינגער און "היפּיס" ביז ראַדיקאַל־חרדישע "נטורי־קרתּאניקעס".

פֿונוואַנען שטײַגן אָבער די סכּנותדיקע פֿאַשיסטישע טענדענצן? היסטאָריש גערעדט, איז חב״ד טאַקע געווען, בדרך־כּלל, אַן אַנטי־ציוניסטישע באַוועגונג. דער פֿינפֿטער ליובאַוויטשער רבי, שלום דובֿ־בער שניאורסאָן, איז געווען איינער פֿון די שאַרפֿסטע קענגער פֿון ציוניזם. צוליב דעם, באַציִען זיך אַ סך ליובאַוויטשער חסידים נאָך אַלץ מיט פֿאַראַכט צו די ישׂראלדיקע געזעצן. פֿון דער צווייטער זײַט, איז דער לעצטער רבי, מחנם־מענדל שניאורסאָן, געווען אַ רעכטער; ער האָט געשטיצט די ייִדישע ייִשובֿים אויף די אָקופּירטע שטחים און געהאַלטן, אַז ישׂראל טאָר נישט אָפּגעבן קיין לאַנד צוליב שלום. עס באַקומט זיך אַן אויסטערלישע קאָמבינאַציע פֿון דעות: די רעכטע ליובאַוויטשער זענען צווישן די שטאַרקסטע ציוניסטן, אָבער האָבן נישט קיין דרך־ארץ פֿאַר מדינת־ישׂראל.

די דאָזיקע קאָמבינאַציע מישט זיך אויס מיט דעם שאַרפֿן חילוק צווישן ייִדן און נישט־ייִדן, וועלכער טרעפֿט זיך יאָ אין די חב״ד־ספֿרים. אינעם טראַדיציאָנעלן מיזרח־אייראָפּעיִשן חסידות איז עס אָבער געווען בלויז אַ טעאָלאָגישע דעה, וועלכע מע קאָן דערצו אָפּטײַטשן אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן, ווי עס האָבן געטאָן די דערמאָנטע לינקע רבנים־אינטערנאַציאָנאַליסטן אין מיזרח־אייראָפּע. בײַ די מיליטאַנטישע ייִשובֿניקעס איז עס געוואָרן אַ יסוד פֿון פֿאַנאַטישן נאַציאָנאַליזם.

מע קאָן זאָגן, אַז דער מצבֿ אינעם הײַנטיקן חב״ד איז ענלעך צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער פּאָנק־קולטור, וועלכע ווערט אויך כאַראַקטעריזירט מיט אַ שטאַרקער נטיה צו אומאָפּהענגיקייט. די מערבֿדיקע פּאָנקס זענען, על־פּי־רובֿ, זייער פּראָגרעסיוו; אין מיזרח־אייראָפּע איז אָבער פֿאַרשפּרייט דער ספּעציפֿישער פֿענאָמען פֿון אַגרעסיווע נאַצי־פּאָנקס. ס׳קאָן זײַן, אַז אַ טייל ליובאַוויטשער, ווי אַ מין "פֿרומע פּאָנקס" מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען, גייען איצט אויפֿן זעלבן וועג, ווײַל אַ מערקווירדיקע צאָל חב״דניקעס, אַזעלכע ווי שלמה לענסקי, קענען רוסיש און אינטערעסירן זיך טאַקע מיטן רוסישן נאַציאָנאַליזם.

ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן האָבן זיך באַצויגן שטאַרק נעגאַטיוו צו יצחק שאַפּיראס פֿאַשיסטישן ספֿר. אַ סך פֿון זיי זעען אָבער נישט אין דער מעשׂה קיין עכט־סכּנותדיקע טענדענצן און באַטראַכטן עס ווי אַ משוגעת פֿון אַ צעדרייטן יחיד. צי ס׳איז כּדאַי צו פֿאַרווערן אַזעלכע ספֿרים און צו אַרעסטירן זייערע מחברים — איז אַ שאלה. די אויטאָריטאַרע רדיפֿות קעגן עקסטרעמיסטישער ליטעראַטור שאַפֿן אַרום אַזעלכע ווילדע מחברים און זייערע שטיצער אַ רעפּוטאַציע פֿון, כּלומרשט, העלדן און מאַרטירער. אפֿשר איז טאַקע בעסער, אַז די פּאָליציי זאָל זיי לאָזן צו רו. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז די פֿרומע ייִדן אַליין וועלן אין דער צוקונפֿט אָרגאַניזירן מאַסן־פּראָטעסטן נישט לטובֿת, נאָר קעגן אַזעלכע ספֿרים און רבנים.