פֿאַרשײדנס
אַ טעקסט אויף פֿלעקלשפּראַך,
טויזנטער יאָרן אַלט
אַ טעקסט אויף פֿלעקלשפּראַך, טויזנטער יאָרן אַלט

מערסטע צײַטונגען מיינען, אַז זייערע לייענער האָבן ניט קיין געדולד און ניט קיין אינטערעס צו לייענען באַריכות וועגן גאָר־גאָר לשונות וואָס ווערן איצט פֿון דאָס נײַ געפֿאָרשט. וויפֿל האָבן מערסטע צײַטונגען אונדז דען דערציילט וועגן דעם 21־בענדיקן ווערטערבוך וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון די בבֿלישע און אַסירישע וואַריאַנטן וואָס מען האָט שוין 2,000 יאָר ניט גערעדט און וואָס עס האָט געדויערט 200 יאָר זיי צו דעשיפֿרירן און 90 יאָר זיי צוצוגרייטן צום דרוק? מיר איז דאָס אַלץ גאָר שטאַרק אינטערעסאַנט, און ניט סתּם ווײַל איך בין אַ סאָציאָלינגוויסט, נאָר ווײַל איך בין אַ שטיקל בעל־בטחון אויך. איך גלייב, אַז קיין זאַך וואָס ייִדן שאַפֿן פֿאַר די דורות וועט ניט פֿאַרלוירנגיין און אַז עס וועלן זיך תּמיד באַווײַזן מבֿינים אָט די שאַפֿונגען אָפּצושאַצן און זיי אויסצוטײַטשן און פֿון דאָס נײַ זיי צו באַלעבן, פֿאַרשפּרייטן און פֿאַרפּירסומען.


אַקאַדיש

דאָס לשון מיט וועלכן דאָס ווערטערבוך גיט זיך אָפּ איז "אַקאַדיש", דאָס לשון אויף וועלכן דער גרויסער מלך סאָרגאַן האָט אָנגעפֿירט מיט דער סאַמע ערשטער וועלט־אימפּעריע, די אַקאַדישע אימפּעריע, מיט אַן ערך 26 הונדערט יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג. אויף אָט דעם זעלבן לשון האָט האַמוראַבי פֿאַרפֿעסטיקט דעם ערשטן געזעצן־קאָדעקס מיט אַן ערך 1,900 יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג, און דאָס ערשטע ריזיקע ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, דער "עפּאָס פֿון גאַלגאַמעש", איז אָנגעשריבן געוואָרן. אויף אָט דעם לשון האָט נבֿוכדנצר דער צווייטער אויפֿגעבויט די באַרימטע "הענגענדיקע גערטנער פֿון בבֿל". ס’איז געווען די ערשטע וועלטשפּראַך פֿון האַנדל־ און געשעפֿט־פֿירונג בכלל, פֿון באַוואַסערן די ריזיקע מידבריות אין מיטל־מיזרח און פֿון פֿאָרויסזאָגן די צוקונפֿט און דעם רצון פֿון די געטער. ס’איז אַ ניט־פֿאַרבײַטלעך לשון פֿאַר יעדן איינעם וואָס וויל זיך דערגרונטעווען צו די עיקר־יסודות פֿון דער מעסאָפּאָטאַמישער וועלט. אַקאַדיש איז מסתּמא געווען די סאַמע ערשטע שרײַבשפּראַך אויף דער וועלט, אַ "פֿלעקלשריפֿט" דורך וועלכער מען קען עד־היום דערגרייכן צוריק צו די סומערישע כּתבֿים פֿון קנאַפּע 4,000 יאָר צוריק; די כּתבֿים פֿון די סאַמע עלטסטע שטעט און צענטערס פֿון לייענעוודיקייט בײַ די ברעגן פֿון די טײַכן פּרת און חידוקל אין טיילן פֿון דער הײַנטיקער סיריע און איראַק, פֿון די מקומות פֿון וועלכע אונדזער אַבֿרהם אָבֿינו אַליין האָט אויך געשטאַמט.


דער אוצר

דאָס ווערטערבוך דעפֿינירט 28,000 ווערטער לויט ווי מען האָט זיי געטײַטשט פֿון די סאַמע עלטסטע געפֿונענע כּתבֿ־ידן (שוין 4,500 יאָר אַלט!) ביז אַזעלכע וואָס שטאַמען פֿון אַרום דעם יאָר 100. כאָטש די גאַנצע פֿאָרשונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויף זייער אַ פּינקטלעכן אופֿן, איז דער נאָמען פֿונעם ווערטערבוך מער פֿאַרעלטערט און "פּאָפּולערער" ווי פּינקטלעך. ווען דער גאַנצער פּראָיעקט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן, אין 1921, האָט דער גאַנצער שטח נאָך געהייסן "אַסיריאָלאָגיע" (אַשוריש), מען איז נאָך דעמאָלט געווען בײַ דער מיינונג, אַז אָט דער טערמין איז אַ פּאַסיקער כּל־בוניק אויף אַרײַנצונעמען אַלע אויפֿגעקליבענע כּתבֿ־ידן פֿון אַלע אַנטיקע סעמיטישע לשונות פֿון יענער לאַנגער עפּאָכע. אָבער מיט דער צײַט האָט מען גענומען דערקענען די פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון אָט דער כּל־בו־שפּראַך ווי פֿאַרשיידענע לשונות, און דאָס לשון פֿונעם ווערטערבוך רופֿט מען הײַנט בײַ אַקאַדעמיקער ניט "אַסיריש", נאָר "אַקאַדיש". און דאָס ווערטערבוך גופֿא איז אייגנטלעך מער ענציקלאָפּעדיע ווי סתּם אַ ווערטערבוך. אייניקע ווערטער האָבן אין משך פֿון די יאָרהונדערטער פֿון זייער געשיכטע באַקומען פֿאַרשיידענע טײַטשן און דאָס ווערטערבוך דאַרף זיי אַלע אויסרעכענען און דערקלערן. דערפֿאַר באַקומט זיך, אַז צוליב כּלומרשט איין וואָרט דאַרף מען אָפֿט אָפּגעבן שיינע עטלעכע זײַטלעך מיט ציטאַטן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט האַנדל, רעליגיע און דעם טאָג־טעגלעכן גאַנג פֿונעם לעבן. למשל, דאָס וואָרט פֿאַר "טאָג" ("אומו" פֿונעם זעלבן שורש פֿון וועלכן עס שטאַמט אויך דאָס העברעיִשע וואָרט "יום") פֿאָדערט גאַנצע 17 זײַטן כּדי דאָס אַרומצונעמען.

איינע פֿון די ווערטער וואָס פֿאָדערט גאָר אַ סך זײַטלעך איז "אַרדו" (שקלאַף), צוליב דער וויכטיקער ראָלע פֿון שקלאַפֿערײַ אין יענער קולטור. אייגנטלעך, איז יעדעס וואָרט פֿונעם ווערטערבוך געגליכן צו אַ פֿענצטערל אָדער אַ שפּאַקטיוו וואָס דערלויבט אונדז אַרײַנצוקוקן אין דער קולטור פֿון יענער צײַט. און כאָטש אַקאַדיש רעדט מען שוין לאַנג ניט, קומען נאָך אַלץ פֿאָר זייער לעבעדיקע דעבאַטעס וועגן דעם מיין פֿון פֿאַרשיידענע ווערטער און אויסדרוקן. דאָס איז פּשוט צוליב דעם וואָס פֿאַר אייניקע פֿון די געפֿונענע ווערטער האָט מען דערווײַל געפֿונען צו ווייניק דוגמאָות דערווײַל כּדי צו דערגיין צו אַ זיכערן טײַטש־באַשלוס. ווען מען האָט שוין אָפּגעוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן כּדי אַרויסצוגעבן די איצטיקע ערשטע אויפֿלאַגע פֿונעם ווערטערבוך, קען מען זיך פֿאַרגינען אָפּצוּוואַרטן נאָך עטלעכע יאָר כּדי אַרויסצוגעבן אַ רעווידירטע אויפֿלאַגע אויפֿן סמך פֿון נײַערע באַווײַזן וואָס שטאַמען פֿון נײַערע אויסגראָבונגען. דער אוצר פֿון אַקאַדיש האַלט נאָך אין וואַקסן. לכתּחילה, האָט מען געטראַכט וועגן בלויז צוגרייטן אַ ווערטערבוך פֿון זעקס בענד און איצט האַלט מען שוין בײַ 21 און "אין לדבר סוף". דער ערשטער באַנד איז אַרויס אין 1956, מיט 55 יאָר צוריק. איין פֿולער גאַנג פֿון אַלע 21 בענד קאָסט איצט שווערע עטלעכע טויזנט דאָלאַר אָדער, אויב מען וויל דווקא באַקומען אַלע פֿאַראַנענע בענד מיט איין מאָל קען מען בעטן אַ מציאה־פּרײַז פֿון בלויז 1,995$. אָבער אויף דער "אינטערנעץ" קען מען די אַלע טעקסטן באַטראַכטן לגמרי בחינם.


היוצא לנו מדבֿרינו?

אויב נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון "מיתה־בשטיקה" (אַ שטילן טויט) קען נאָך אַקאַדיש אויפֿשטיין און "רעדן צו אונדז", צי קענען מיר נאָך אפֿשר האָפֿן אויף אַן ענלעכן נס בשײַכות מיט ייִדיש און זײַן חרובֿער, טויזנט־יאָריקער ליטעראַטור? הלוואַי! יודל מאַרקס "גרויסער ייִדיש־ייִדיש ווערטערבוך" ליגט נאָך אַלץ ניט קיין פֿאַרענדיקטער. פּונקט ווי ניט יעדן פּורים טרעפֿט אַ נס, איז ניט מיט יעדן לשון קומט פֿאָר אַ ווידער־געבורט באַחרית־ימים. פּונקט הײַנט איז צו מיר דערגאַנגען די טרויעריקע בשׂורה, אַז אין אינדאָנעזיע האָט מען זיך איצט אַרומגעזען אַז ממש יעדן טאָג גייט דאָרטן אונטער אַן אַנדער לשונדל, שטילערהייט און אָן געיאָמער. פֿון אַזעלכע לשונות וועט דאָך אַפֿילו קיין טרער, קיין סימן ניט בלײַבן. אָבער, אַפֿילו נאָך די אַלע בזיונות און נגישות וואָס ייִדיש האָט דורכגעמאַכט בידי די נאַציס, קאָמוניסטן און די עקסטרעמע העברעיִסטן־ציוניסטן, און אַסימילאַטאָרן מכּל־המינים, קען אַזאַ וויסטער סוף פֿון טאָטאַלער פֿאַרגעסנקייט מיט ייִדיש ניט פֿאָרקומען.

אָט די בידנע נחמה קענען מיר זיך פֿאַרגינען בלויז אַ דאַנק די עטלעכע אוניווערסיטעטן און אינסטאַנצן אין ישׂראל און אין אַמעריקע וואָס האָבן זיך באַצײַטנס גענומען דיגיטאַליזירן הונדערטער און אַפֿילו טויזנטער ייִדיש־טעקסטן פֿון אַלע צײַטן און וועלטטיילן. "דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטער" (אין אַמהערסט, מאַסאַטשוטעסט), "דער העברעיִשער אוניווערסיטעט" (אין ירושלים), און "דער ייִוואָ" (דאָ אין ניו־יאָרק) האָבן יעדער באַזונדער דערגרייכט וווּנדער כּדי אונדזער לשון זאָל ניט בלײַבן אָן יורשים־שבכּתבֿ. נאָר וואָס שייך יורשים שבעל־פּה, וואָס אין דעם נייטיקט זיך דער ייִדיש־וועלטלעכער סעקטאָר זייער און זייער, דאָרטן זענען מיר נאָך זייער הינטערשטעליק. הלוואַי זאָל דאָס ווערן אַנדערש, בימינו־במהרה. און אין יודל מאַרקס פֿאַרלאָזטן "ייִדיש־ייִדיש ווערטערבוך" טאָרן מיר אויך ניט פֿאַרגעסן. מיר דאַרפֿן פֿאַר אים געפֿינען אַ גואל!