געזעלשאַפֿט
בערך 200,000 ישׂראלים מאַרשירן אינעם צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת
בערך 200,000 ישׂראלים מאַרשירן אינעם צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת
Credit: Getty Images

"פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין".

אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!

און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ.

דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים.

און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה.


אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון נאַציאָנאַלער סאָלידאַריטעט

איך האָב זיך אין דער מאַניפֿעסטאַציע פֿון דעם לעצטן שבת־צונאַכט נישט באַטייליקט — צוליב מײַנע גרײַזגרויע האָר און אָפּגעשוואַכטע פֿיס. איך האָב זי נאָכגעפֿאָלגט ווי אַ טעלע־וויזיאָנער, זיצנדיק באַקוועם, אַזוי ווי טויזנטער אַנדערע, קעגנאיבער דעם קליינעם עקראַן און האָב זיך צוגעקוקט מיט קינאה צו די גרויע קעפּ, וואָס האָבן אַרויסגעלויכטן פֿון צווישן דער דעמאָנסטרירנדיקער מאַסע. זיי האָבן מאַניפֿעסטירט קעגן דער נויט פֿון די פּענסיאָנערן און פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון זייערע קינדער. די איניציאַטאָרן און די גרויסע דעמאָנסטרירנדיקע מאַסע איז באַשטאַנען פֿון דעם יונגן דור. ער האָט דעמאָנסטרירט פֿאַר זײַן אייגענער צוקונפֿט, פֿאַר דער סאָציאַלער זיכערהייט, צו קענען צוקומען צו אַן אייגענער וווינונג, וואָס איז געוואָרן אַן אוממעגלעכע זאַך פֿאַר דער מערהייט יונגע פּאָרפֿעלקער, צו זײַן פֿאַרזיכערט מיט אַרבעט, מיט אומזיסטער בילדונג פֿאַר זיך און פֿאַר זייערע קינדער, מיט אומזיסטער געזונטהייט־פֿאַרזאָרגונג און מיט אַ בכּבֿודיקער עלטער.

די טעלעוויזיע, די פּרעסע און אויך די פּאָליציי האָבן, יעדער מיט דער הילף פֿון זײַנע ציילונג־סיסטעמען, אָנגעגעבן די ציפֿער פֿון 170 טויזנט דעמאָנסטראַנטן אין תּל־אָבֿיבֿ, 27 טויזנט אין ירושלים — וועלכע איז געוווינט צו הונדערטער־טויזנטער פֿרומע דעמאָנסטראַנטן, צי מאַסן־לוויות פֿון רבנים; אָבער קיינמאָל נישט פֿון קיין צענדליקער טויזנטער "וועלטלעכע" — און צוזאַמען ביז אַרום 300 טויזנט איבערן גאַנצן לאַנד. דאָס פֿאָלק איז דאָס מאָל אַרויס אויף די גאַסן און דעמאָנסטרירט אונטער דעם צענטראַלן לאָזונג: "דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלן צדק".

און כאָטש עס זענען אין דער ריזיקער מאַסע געווען טראַנספּאַראַנטן מיט לאָזונגען "ביבי הביתּה!", און כאָטש עס איז פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט געווען, אַז די מרידה פֿונעם פֿאָלק און פֿון די אַלע סעקטאָרן וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו איר, איז געריכטעט קעגן דער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג. דערפֿאַר איז אָבער דער הערשנדיקער גײַסט אין דער מרידה פֿונעם פֿאָלק געווען — פֿאַר סאָציאַלן צדק, "אָן פּאָליטיק".


צי איז אַזאַ זאַך מעגלעך?

ווי מיר ווייסן פֿון די פֿריִערדיקע באַריכטן, איז די געצעלטן־מרידה, ווי אַן אָנהייב און די המשכדיקייט פֿון די פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס, "געבוירן געוואָרן" אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ — אויף דער זעלבער אַלעע, וווּ עס איז מיט 63 יאָר צוריק געבוירן געוואָרן אינעם מאיר דיזינגאָף־מוזיי די מדינה. די דאָזיקע סופּער־היסטאָרישע פּאַסירונג איז אין שטורעם פֿון די איצטיקע טעג ווי פֿאַרגעסן געוואָרן, אָדער כּמעט נישט דערמאָנט געוואָרן, דורך דער ישׂראלדיקער מעדיאַ. די זעלבע מעדיאַ האָט דעם געבוירענעם רעוואָלט אַ נאָמען געגעבן: די מרידה פֿון מיטלשטאַנד.

וווּ איז, אויב אַזוי, אַהינגעקומען דער "אַרבעטער־קלאַס", וואָס לײַדט צום מערסטן פֿון דער אַנטי־סאָציאַלער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג און איז דער, צום מערסטן, באַעוולטער און דער, צום מערסטן, אונטערדריקטער סאָציאָ־עקאָנאָמישער שיכט פֿון דער באַפֿעלקערונג?

אויך דאָס איז אַ פֿענאָמען פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט. אין פֿאָריקן יאָרהונדערט איז צום מיטלשטאַנד פֿאַררעכנט געוואָרן די נישט פּראָדוקטיווע בורזשואַזיע, וואָס האָט געלעבט פֿון פֿאַרמיטלונג. עס האָבן געהערט צו אים די סוחרים, די קלענערע און גרעסערע געשעפֿטסלײַט, די "פֿרײַע פּראָפֿעסיעס", די בעסער פֿאַרדינענדיקע אינטעליגענץ, און די האַנטווערקער און באַלמעלאָכעס, וואָס האָבן באַשעפֿטיקט און אויסגענוצט זייערע אַרבעטער — די אָנגעהעריקע צום "אַרבעטער־קלאַס" — לויט דער מאַרקסיסטישער טערמינאָלאָגיע, וואָס גילט נאָך אַלץ אין די לענדער פֿון אייראָפּע, אַפֿילו אונטער די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע וווילשטאַנד־רעזשימען. הײַנט דערמאָנט בײַ אונדז דאָס וואָרט "פּועלים" די פֿאַרמיאוסט געוואָרענע מפּא״ישע "מפֿלגת הפּועלים" און דעם הסתּדרותּישן "באַנק הפּועלים", וועלכער איז געוואָרן אָפּגעקויפֿט און באַהערשט פֿון דער טײַקון־מיליאַרדערין שערי אַריסאָן; "מעמד עובֿדים" — אַרבעטער־קלאַס — ווערט אידענטיפֿיצירט מיט דער ווידער־געבוירענער, אָבער נאָך נישט גענוג דערוואַקסענער "מפֿלגת עבֿודה" און מיט דער אַלטער און "נײַער הסתּדרותּ העובֿדים", וועלכע שלעפּט זיך איצט נאָך נאָך דעם "רעוואָלט פֿון דעם מיטלשטאַנד", ווי אַ פֿינפֿטער ראָד צום וואָגן — ווי זי ווערט פֿאָרגעשטעלט אין אַ געלונגענער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף זייער אָרט הערשן איצט אויפֿן אַרבעטער־מאַרק, אויפֿן אָרט פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער באַוועגונג, די אַרבעט־פֿאַרמיטלונגס קאָנצערנען פֿון "כּוח אדם" — Menpower — "אַרבעט־קראַפֿט", דאָס צערטלקינד פֿון נתניהוס "פּריוואַטיזאַציע", וואָס איז דער העכסטער אויסדרוק פֿון דעם קאַפּיטאַליסטישן פּאַראַזיטיזם, אָדער פֿון דעם "חזירישן קאַפּיטאַליזם", ווי עס האָט אים באַצייכנט דער איצטיקער ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס, איידער ער האָט פֿאַרלאָזט די "אַרבעטער־פּאַרטיי" און איז אַריבער אין "קדימה".

זעט אָבער אויס, אַז דער אַרבעטער־קלאַס איז נישט פֿאַרשוווּנדן פֿון דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט, נאָר פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן באַוווּסטזײַן. "ער ווערט נישט געציילט", ווי מען זאָגט עס אין דעם הײַנטצײַטיקן פֿאָלקס־לשון — ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער אַנטי־סאָציאַלער אידעאָלאָגיע פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו. דער מיטלשטאַנד טענהט מיט רעכט, אַז ער טראָגט אויף זײַנע אַקסלען די גרעסטע לאַסט פֿון די שטײַערן. ער טראָגט פֿאַקטיש אויס מיט זײַנע שטײַערן כּמעט די גאַנצע פֿינאַנציעלע לאַסט פֿון דער מדינה און פֿון דער באַפֿעלקערונג: די מיליאַרדיקע בודזשעטן פֿאַר דער אַרמיי, וואָס וואַקסן פֿון יאָר צו יאָר אָן אַ געזעלשאַפֿטלעכן קאָנטראָל און וואָס צוויי דריטל פֿון זיי גייען אַוועק אויף די פֿעטע לוינען פֿון אירע אָפֿיצירן און די יונגע פּענסיאָנערן; זיי טראָגן אויס מיט זייערע שטײַערן די ווילדע קאָלאָניזאַציע אויף די אָקופּירטע שטחים, כּדי צו פֿאַרמײַדן, מחמת די "דעמאָגראַפֿישע מאָטיוון", דעם צוריקטריט אין פֿאַל פֿון אַן אויפֿגעצוווּנגענעם שלום מיט די פּאַלעסטינער; זיי טראָגן אויס מיט זייערע שטײַערן די אָנגעבלאָזענע רעגירונג מיט אירע דרײַסיק מיניסטאָרן און וויצע־מיניסטאָרן מיט די בודזשעטן פֿון זייערע קאַנצעלאַריעס; זיי האַלטן אויס די ישיבֿות און די כּסדר אָנוואַקסנדיקע צאָל ישיבֿה־לײַט און רבנים און זייערע פֿיל־קינדערדיקע משפּחות, די נאַציאָנאַלע באַדינונגען פֿאַר אַלע מלוכישע דינסטן און די מאָגערע סאָציאַלע הילף פֿאַר די אַרבעטלאָזע און נויטבאַדערפֿטיקע.

דאָס זײַנען די וואָס געהערן צו די נידעריקע סאָציאָ־עקאָנאָמישע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג און וואָס צאָלן נישט קיין שטײַערן — כאָטש די ווייניק פֿאַרדינענדיקע אַרבעטער האָבן שוין באַצאָלט אַ זייער גאַנץ הויכן שטײַער דירעקט צו זייערע אַרבעט־געבערס — דורך זייערע נידעריקע לוינען....

און, אַחרון־אַחרון, דער מיטלשטאַנד טראָגט אויך אויס אויף זײַנע אַקסלען דעם הויכן סאָציאָ־עקאָנאָמישן טויזנטסטל, די טײַקונס און די מיליאַרדערן, וועלכע געניסן פֿון ריזיקע מלוכישע סובסידיעס און הנחות פֿאַר זייערע גראַנדיעזע קאָרפּאָראַציעס, קאָנצערנען, פֿאַר זייערע אינוועסטיציעס און נידעריקע שטײַערן, וועלכע נתניהו האָט געפּלאַנט נאָך מער צו קירצן.

די עקאָנאָמישע פּאָליטיק פֿון נתניהו און יובֿל שטײַניץ, וועלכע גרויסן זיך מיטן דערפֿאָלג פֿון זייער פּאָליטיק, האָבן, פֿון איין זײַט, אויפֿגעצויגן אַ שיכט פֿון געלט־מאַגנאַטן, און, פֿון דער אַנדערער זײַט, אַראָפּגעשטויסן אַ טייל פֿון דעם אַרבעטנדיקן מיטלשטאַנד אַרונטער דער ליניע פֿון אָרעמקייט, וואָס זייער צאָל וואַקסט און זייער גורל באַדראָט אַלץ מער און מער אויך די בירגערלעכע שיכטן. די פֿרוסטראַציע האָט געבוירן זייער איצטיקן פּראָטעסט. די יונגע, נאָך נישט דערפֿאַרענע, אָבער שוין גענוג ציל־באַוווּסטזיניקע אָנפֿירונג פֿון דעם געצעלטן־רעוואָלט אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר האָבן אונטער דער קרוין פֿון מיטלשטאַנד געברענגט צום שענסטן אויסדרוק די פֿאַקטיש סאָציאַליסטישע פּאָסטולאַטן פֿון אַלע באַעוולטע שיכטן. זיי פֿאַרלאַנגען אַ נײַעם קאָנטראַקט מיט דער מדינה, וואָס זאָל ווערן אַ מדינה פֿון וווילשטאַנד און זאָל פֿאַרזיכערן יעדן בירגער די עלעמענטאַרע מיטלען פֿאַר זײַן אָנשטענדיקן קיום.


* * *

און — גיט אַ קוק: די סימפּאַטיע צו זיי שטראָמט פֿון אַלע זײַטן. דער פּרעמיער און אַלע זײַנע מיניסטאָרן — חוץ דעם אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן — האָבן דערקלערט, אַז דער רעוואָלט איז אַ גערעכטער. עס איז אָבער נישט געווען אַזוי בײַם אָנהייב. נתניהו, וועלכער שטיצט זײַנע פּאָליטישע גענג אויף די פּובליק־טעסטן, האָט נאָך די ערשטע דעמאָנסטראַציעס זיך דערשראָקן און אויסגעדריקט זײַן גרייטקייט צו פֿאַרהאַנדלען מיט דער אָנפֿירונג פֿון דעם פּראָטעסט. דעם אַנדערן טאָג אָבער, ווען דער פּובליק־טעסט האָט געוויזן, אַז זײַן פּאָפּולאָריטעט איז געשטיגן פֿון 32 אויף 54%, איז ער צוריק געוואָרן שטײַף און זיך צוריקגעצויגן דערקלערנדיק, אַז ער האָט נישט פֿון וואַנען צו "געבן". אַזוי אויך דער פֿינאַנץ־מיניסטער,שטײַניץ, וועמען זײַן גענעראַל־דירעקטאָר האָט פֿאַרלאָזט און דעמיסיאָנירט פֿון זײַן אַמט צוליב דער נישט נאָכגיביקייט פֿון זײַן "באָס". אָבער דער אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן, דער פֿירער פֿון "ישׂראל ביתנו", האָט באַשולדיקט די יונגע אָנפֿירונג פֿון דעם פּראָטעסט, אַז זיי זײַנען "אַנאַרכיסטן, כוליגאַנעס און זיי שטיצן די טעראָריסטן". ער האָט טאַקע מצליח געווען אַדורכצופֿירן אין דער כּנסת אַ געזעץ קעגן זיי. דערנאָך איז אַרויס מיט אַן אָפּשרעקנדיקער וואָרענונג, אַז די פּאַלעסטינער גרייטן אויפֿן חודש סעפּטעמבער שרעקלעכע געשעענישן, וואָס אַזעלכע האָט מדינת־ישׂראל נאָך נישט דערפֿאַרנט... נתניהו, פֿון זײַן זײַט, האָט באַוויזן, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון די פּראָטעסטירער, צו ראַטיפֿיצירן זײַן געזעץ וועגן די "בוי־קאָמיסיעס" אין לעצטן טאָג פֿון דער כּנסת־סעסיע, וועלכע איז דעם אַנדערן טאָג "זיך צעלאָפֿן" אויף אירע זומער־פֿעריען אויף צוויי חדשים — אין די סאַמע ברענענדיקע טעג פֿון דער מדינה.

ווען אָבער די פּראָטעסט־כוואַליע איז דעם לעצטן שבת־צונאַכט געוואָרן אַ צונאַמי און זײַן מאַכט איז געוואָרן באַדראָט, האָט זיך נתניהו צום סוף "אײַנגעפּעקלט" און האָט אַרויסגערופֿן דעם גרויסן עקאָנאָמישן מומחה, פּראָפֿ’ טראַכטענבערג, צוזאַמענצושטעלן שוין איצט אַ קאָמיסיע פֿון די גרעסטע מומחים, וואָס זאָל רעקאָמענדירן דער רעגירונג אַ ראַדיקאַלע רעפאָרם אויף דער באַזע פֿון די פֿאָדערונגען פֿון די יונגע דעמאָנסטראַנטן, צו וועלכע עס האָבן זיך אָנגעשלאָסן אויך די פּענסיאָנערן, איבערלעבערס פֿון דעם חורבן און אַפֿילו די אָנפֿירונג פֿון די... "מתנחלים" (די קאָלאָניסטן) אויף די "שטחים".

אויף דעם באַדינג, וועלכן דער "לינק" אָריענטירטער פּראָפֿ’ טראַכטענבערג האָט אַרויסגעשטעלט פֿאַר דעם פּרעמיער נתניהו ער זאָל גרייט זײַן אויף אַן איבערקער אין זײַן עקאָנאָמישער פּאָליטיק, האָט אים נתניהו געענטפֿערט, אַז ער פֿאַרשטייט די נויטווענדיקייט פֿון אַזאַ ענדערונג אין זײַן אידעאָלאָגישן צוגאַנג. ער איז, הייסט עס, גרייט אויף אַזאַ איבערברוך און האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אויסצופֿירן די קומענדיקע באַשלוסן פֿון דער בכּבֿודיקער קאַמיסיע.

איצט, גיי ווייס וואָס איז די כּוונה פֿון דעם פּרעמיער נתניהו: ער האָט שוין אין די קורצע פּאָר יאָר געשאַפֿן קרובֿ צוואַנציק קאָמיסיעס, און נישט מקיים געווען די באַשלוסן פֿון קיינער. איז ער דאָך שוין באַרימט ווי דער מײַסטער פֿון נישט דערפֿילטע צוזאָגן. און אַן אידעאָלאָגישן איבערברוך האָט ער דאָך שוין אויך אַדורכגעמאַכט, מיט זײַן דערקלערטער גרייטקייט אויף אַ פּאַלעסטינער מדינה ("צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער") — נו, איז ער דאָס מקיים געווען? צי האָט נתניהו באמת זיך "אײַנגעפּעקלט"? און — צי מעג מען אים גלייבן? — אָדער איז דאָס זײַן נײַער מאַנעווער צו געפֿינען צײַט און מיט דער הילף פֿון דעם קורצווײַליקן "נעפּ" — די "נײַע עקאָנאָמישע פּאָליטיק" — און פֿון אַלע מעגלעכע תּירוצים, כּדי זיך נאָך אַ צײַט צוריקצוקערן צו זײַן אָריגינעלער פּאָליטיק, צו דער שליטה פֿון זײַן אידעאָלאָגישן פֿאַנאַטיזם? און וואָס קען אונדז זאָגן דער פֿאַקט, אַז גלײַך צומאָרגנס נאָך דער ריזן־מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם פֿאָלק און נאָך נתניהוס לעצטן צוזאָג (און זײַן צושטימונג, אַז דער יקרות איז אומדערטרעגלעך) איז דער פּרײַז פֿון עלעקטרישן שטראָם געהעכערט געוואָרן מיט 9% — מיט דער נחמה, אַז עס האָט געקאָנט זײַן ערגער: די פֿריִער פֿאַרלאַנגטע העכערונג פֿון שטראָם איז געווען ... צוואַנציק!

ווי עס זאָל אָבער נישט זײַן די נישט באַגלויבטקייט פֿון דעם פּרעמיער נתניהו צו זײַן שטעלונג און אויפֿפֿירונג — די מעכטיקע פּראָטעסט־באַוועגונג קען מער נישט ווערן פֿון קיינעם איגנאָרירט, און מיט דעם געצעלטן־פּראָטעסט אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר האָט אַרויסגעשפּראָצט אַ נײַע האָפֿענונג.

תּל־אָבֿיבֿ, 9טער אויגוסט, 2011