מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, דעם 23סטן מײַ 1911, האָט זיך אין ניו-יאָרק, צווישן דער 40סטער און 42סטער גאַסן, געעפֿנט דער גרויסער בנין פֿון דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די ביבליאָטעק גופֿא איז צו יענער צײַט שוין געווען צען יאָר אַלט. אויף דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע לכּבֿוד דער עפֿענונג פֿונעם נײַעם בנין איז געקומען דער פּרעזידענט וויליאַם האַוואַרד טאַפֿט, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, דער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט און דער מייאָר פֿון דער שטאָט. די לייענער האָבן צום ערשטן מאָל באַקומען אַ צוטריט צו דער ביכער-קאָלעקציע ערשט אין אַ טאָג אַרום, דעם 24סטן מײַ.

אין דער געשיכטע פֿון דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק איז אַרײַנגעשריבן געוואָרן דער נאָמען פֿון דעם ערשטן לייענער, וואָס האָט באַשטעלט ביכער אין דער פֿרי פֿון דעם ערשטן טאָג, 8 מינוט נאָך 9 אַ זייגער. די באַשטעלטע ביכער זײַנען אָנגעקומען כּמעט תּיכּף-ומיד — בלויז אין 6 מינוט אַרום. דער נאָמען פֿון דעם דאָזיקן לייענער איז געווען דוד שוב (1887—1973), וואָס איז אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס", וווּ ער האָט געאַרבעט זינט 1924 ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.

דוד שוב איז געבוירן געוואָרן אין דער ווילנער געגנט. זײַן פֿאָטער, אַ פֿרומער ייִד, האָט פֿון דעסטוועגן געשיקט זײַן זון זיך לערנען אין אַ רוסישער וועלטלעכער אָנהייב-שול. דערנאָך איז דער יונגער דוד שוב געוואָרן אַן "עקסטערן" אין ווילנע. די "עקסטערנס" זײַנען געווען די יונגע לײַט, וועלכע האָבן געוואָלט, אָבער ניט געקענט זיך לערנען אין קיין מיטל-שול. די עקסטערנס האָבן זיך געגרייט דורכצומאַכן די מאַטורע-עקזאַמענס, כּדי האָבן אַ מעגלעכקייט צו שטודירן אין העכערע לערן-אַנשטאַלטן. בײַ רוסישע ייִדן איז עס געווען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט צוליב דער פּראָצענט-נאָרמע (numerous clausus), וואָס האָט באַגרענעצט די צאָל ייִדישע תּלמידים.

די עקסטערנס האָבן געשאַפֿן די סבֿיבֿה, פֿון וועלכער עס זײַנען אַרויס אַ סך מיטגלידער פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. קיין חידוש ניט, אַז צווישן די זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, זײַנען אויך געווען ניט ווייניק געוועזענע עקסטערנס. שוב איז אויך אַרײַנגעפֿאַלן אונטער דער השפּעה פֿון דעם "בונד", וואָס איז געווען שטאַרק אין ווילנע — דער שטאָט, וווּ די פּאַרטיי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1897.

אָבער שפּעטער האָט שוב זיך אַסאָציִיִרט מיט די "מענשעוויקעס" — די קעגנער פֿון לענינס "באָלשעוויקעס". בעת די באָלשעוויקעס האָבן געגלייבט, אַז זיי וועט זיך אײַנגעבן אויפֿצובויען סאָציאַליזם אין רוסלאַנד, האָבן די מענשעוויקעס געהאַלטן, אַז רוסלאַנד איז נאָך ניט גרייט צו סאָציאַליזם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די מענשעוויקעס זײַנען געווען אָנהענגער פֿון דעמאָקראַטיע, און די באָלשעוויקעס האָבן זיך פֿון דעמאָקראַטיע תּמיד אויסגעלאַכט.

שוב האָט אין זײַן יוגנט דורכגעמאַכט אַ וועג, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר אַ סך יונגע ייִדישע סאָציאַליסטן: ער איז געצוווּנגען געוואָרן צו זײַן עטלעכע יאָר אין עמיגראַציע, זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע (אין 1905), געווען אַרעסטירט, געפֿונען אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און קומען קיין אַמעריקע אין יאָר 1908. אין ניו-יאָרק האָט ער געאַרבעט אין דער רוסישער און ייִדישער סאָציאַליסטישער פּרעסע. די באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע האָט בײַ אים קיין ענטוזיאַזם ניט אַרויסגערופֿן, כאָטש ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטן זײַנען געווען זייער צופֿרידן מיט די געשעענישן אין רוסלאַנד.

אין יאָר 1924 האָט אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", אײַנגעלאַדן שובן צו שרײַבן עדיטאָריאַלן פֿאַר די זונטיק-נומערן פֿון דער צײַטונג. אין גיכן האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אויך פֿאַר די שבתדיקע נומערן — וועגן דעם מצבֿ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מאַטעריאַלן פֿאַר די דאָזיקע שבתדיקע אַרטיקלען פֿלעגט שוב נעמען פֿון דער סאָוועטישער פּרעסע — סײַ ייִדישער, סײַ רוסישער, ווי אויך פֿון די עמיגראַנטישע צײַטונגען.

* * *

אין זײַנע עמיגראַנטישע יאָרן האָט דוד שוב זיך עטלעכע מאָל באַגעגנט מיט לענינען. קיין חסיד פֿון באָלשעוויזם איז שוב קיין מאָל ניט געווען, אָבער לענין — ווי אַ מענטש און אַ פּאָליטישע פֿיגור — האָט אים ניט אויפֿגעהערט צו אינטערעסירן. אין יאָר 1928 איז אין ניו-יאָרק אַרויס שובס בוך "לענין: דער מענטש, דער רעוואָלוציאָנער און דיקטאַטאָר". דאָס איז געווען איינע פֿון די ערשטע ביאָגראַפֿיעס פֿון דעם באָלשעוויסטישן פֿירער.

בײַם שרײַבן דאָס בוך, האָט שוב געפּרוּווט צו פֿאַרשטיין, פֿון וואַנען עס האָט זיך בײַ לענינס זיידע פֿון דער מוטערס צד גענומען דער פֿאַמיליע-נאָמען בלאַנק. אָבער קיין פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע האָט ער דעמאָלט ניט געפֿונען. ווי מיר ווייסן איצט (זען, למשל, yiddish.forward.com/node/3764), איז לענינס זיידע געווען אַ ייִד. די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע איז גענומען געוואָרן פֿון אַרכיוון, צו וועלכע שוב האָט קיין צוטריט ניט געהאַט.

דאָך האָט ער זיך יאָ דערוווּסט וועגן דעם דאָזיקן "סוד". די אינפֿאָרמאַציע האָט געבראַכט שאול גינזבורג (1866—1940), וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער פּרעסע. אין יאָר 1903 איז ער געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער פּעטערבורגער ייִדישער צײַטונג "דער פֿרײַנד". דאָס איז געווען די ערשטע ייִדישע טאָג-צײַטונג אין רוסלאַנד.

גינזבורג האָט ניט נאָר געמאַכט געשיכטע, ער האָט אויך שטודירט געשיכטע. משומדים איז געווען איינע פֿון די טעמעס, וועלכע האָט אינטערעסירט גינזבורגן. האָט ער זיך אין זײַנע אַרכיוואַלע אויסגראָבונגען אָנגעשטויסן אויף אַ בריוו פֿון איינעם אַלעקסאַנדער בלאַנק, וואָס האָט געשריבן מסירות אויף פֿרומע ייִדן. האָט דער היסטאָריקער געוואָלט קאָפּירן די דאָזיקע בילבולים, אָבער ער האָט עס ניט באַוויזן צו טאָן. דוד שוב האָט איבערדערציילט די געשיכטע אין זײַנען זכרונות "פֿון די אַמאָליקע יאָרן" (1970): "איין פֿרימאָרגן איז אַראָפּגעקומען פֿון מאָסקווע אַ ספּעציעלע רעגירונגס-קאָמיסיע און האָט דעם פּאַקעט מיט אַלע דאָקומענטן פֿון און וועגן אַלעקסאַנדער בלאַנק צוגענומען און אַוועקגעפֿירט קיין מאָסקווע."

דער דירעקטאָר פֿונעם אַרכיוו, אַ באַוווּסטער רוסישער היסטאָריקער, האָט שטילערהייט דערקלערט גינזבורגן, אַז דער דאָזיקער אַלעקסאַנדער בלאַנק איז געווען לענינס זיידע. ווײַטער האָט שוב דערציילט, אַז ער און גינזבורג האָבן דעמאָלט באַשלאָסן ניט צו שרײַבן וועגן דעם אין "פֿאָרווערטס" און ניט ערגעץ אַנדערשוווּ. זיי האָבן ניט געוואָלט, אַז די נאַציס זאָלן זיך דערוויסן וועגן לענינס ייִדישן זיידע און עס אויסנוצן אין זייער פּראָפּאַגאַנדע.

אין 1948, דאָס הייסט, אין צוואַנציק יאָר אַרום נאָך דער ייִדישער אויפֿלאַגע פֿון לענינס ביאָגראַפֿיע, איז אַרויס אויף ענגליש אַ דערגאַנצטער און איבערגעאַרבעטער נוסח. דאָס בוך האָט געהאַט דערפֿאָלג. מע האָט עס עטלעכע מאָל איבערגעדרוקט אויף ענגליש און איבערגעזעצט אויף אַ פּאָר צענדליק שפּראַכן. אָבער שוב האָט סײַ-ווי-סײַ ניט אַרײַנגעשטעלט די אינפֿאָרמאַציע וועגן לענינס ייִדישן זיידע. זײַן באַשלוס האָט ער דערקלערט אַזוי: ערשטנס, האָט ער "ניט געוואָלט געבן די אַנטיסעמיטן פֿון אַלע לענדער אַ נײַעם געווער אין זייערע הענט קעגן ייִדן". צווייטנס, ווײַל ער האָט פֿון דעסטוועגן ניט געהאַט אין זײַנע הענט קיין דאָקומענטן, וועלכע האָבן געקענט באַווײַזן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז אַלעקסאַנדער בלאַנק איז באמת געווען אַ ייִד.

אַזעלכע באַווײַזן האָבן זיך באַוויזן — פֿון די אַרכיוון — אָבער ערשט דעמאָלט, ווען ס׳איז געקומען אַ סוף צו דער טאָטאַליטאַרער מלוכה.