מיט 100 יאָר צוריק איז געבוירן געוואָרן שמעון וועבער (1911—1987), דער ייִדישער זשורנאַליסט, וואָס איז געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אין די יאָרן 1970—1987.

וועבער איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און דערמיט זיך אונטערגעשיידט פֿון די גרינדער און, בכלל, ערשטע רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", וועלכע זײַנען, בדרך-כּלל, געווען "ליטוואַקעס". נאָך איין אונטערשייד: וועבער האָט זיך געלערנט (אַ חוץ בײַ מלמדים) אין אַ פּוילישער פֿאָלקס-שול, בעת דער עלטערער דור "פֿאָרווערטס"-לײַט זײַנען געוויינטלעך געווען אויסגעשולט אין רוסיש. ניט צופֿעליק איז ער געווען נאָענט מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן, אויך אַ פּוילישן ייִדן. וועבער איז געפֿאָרן מיט באַשעוויסן קיין שטאָקהאָלם, ווען יענער האָט, אין יאָר 1978, באַקומען אַ נאָבעל-פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.

פֿון פּוילן איז וועבער אַוועקגעפֿאָרן אין 1928. אַרום אַ יאָר איז ער געווען אין אַרגענטינע, און דערנאָך געקומען קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין דעטרויט. ער האָט געאַרבעט און זיך געלערנט. אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט ער שוין אַליין געקענט אַרבעטן ווי אַ לערער. אין יענער צײַט איז ער, אַ פּאָליטיש אַקטיווער מענטש, נאָך אין די יונגע יאָרן אין פּוילן, געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

אין 1932 האָט די ניו-יאָרקער קאָמוניסטישע צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע דערציילונגען פֿון וועבערן. שפּעטער האָט ער געשריבן אַרטיקלען פֿאַר דער צײַטונג. אין פֿרילינג 1936 האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ניו-יאָרקער רעדאַקציע פֿון "מאָרגן-פֿרײַהייט". אָבער אין 1937 איז וועבער אַרויס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און אַוועק פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון צוויי יאָר האָט ער געאַרבעט אין דער טאָג-צײַטונג "די ייִדישע וועלט". די דאָזיקע צײַטונג האָט זיך געדרוקט אין פֿילאַדעלפֿיע צווישן 1914—1941.

אין 1939 האָט וועבער אָנגעהויבן אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס". אין אַפּריל 1987, ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט אָפּגעמערקט זײַן 90סטן יוביליי, האָט וועבער רעזיגנירט פֿון זײַן שטעלע. צו יענער צײַט האָט זיך דער "פֿאָרווערטס" געדרוקט איין מאָל אַ וואָך. זינט 1984 האָט עס אויפֿגעהערט צו זײַן אַ טאָג-צײַטונג. געשטאָרבן איז שמעון וועבער שוין אַ פּענסיאָנירטער, אין דעצעמבער 1987.

ווי אַ געוועזענער קאָמוניסט, האָט מען וועבערן פֿײַנט געהאַט אין די לינקע קרײַזן. די שׂינאה צו אים איז נאָך שטאַרקער געוואָרן אין 1951, ווען זײַנע גבֿית-עדותן האָבן געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע אין די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער-אָרדן. וועבער האָט באַוויזן, אַז די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט געהאַט דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט די קאָמוניסטן. דעם אָרדן, אַרײַנגערעכנט זײַן ייִדישן טייל, האָט מען דעמאָלט פֿאַרמאַכט.