פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
ביאַליסטאָקער ווײַבער טראָגן דעם טשאָלנט צום בעקערס אויוון אויף שבת, 1932
ביאַליסטאָקער ווײַבער טראָגן דעם טשאָלנט צום בעקערס אויוון אויף שבת, 1932

אַ מאָל האָט מען נישט באַטראַכט וואָס מע טוט אין דער קיך פֿון אַ ייִדישער היים ווי אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אָבער דאָס עסן, דאָס צוגרייטן די מאָלצײַטן און אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן קאָכן, פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזען אָרט צווישן די זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר.

די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" אין ווילנע האָט געזאַמלט וויצן, מעשׂהלעך און לידער, אָבער נישט קיין קאָך־רעצעפּטן, און דאָס איז טאַקע אַ גרויסער שאָד. די טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט די מאכלים, האַלטן זיך אָן אין דער משפּחה לאַנג נאָך דעם ווי אַנדערע טראַדיציעס זענען שוין פֿאַרגעסן געוואָרן. דער צווייטער דור אַמעריקאַנער האָבן גיך אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש, אַ צענטראַלער אַספּעקט פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן, אָבער ווי די מאַמע אָדער באָבע האָט געמאַכט פֿלודן, געדענקט מען יאָ.

מע קען ברייט אויסטײַטשן דעם פֿאָלקלאָר פֿון קאָכערײַ, אויב מע זאָל אַרײַננעמען אין דער קאַטעגאָריע נישט נאָר די רעצעפּטן פֿון די מאַכלים, נאָר אויך ווי מע פֿירט זיך בײַם קאָכן, וועגן וואָס מע רעדט בײַם קאָכן, און אַפֿילו די קאָך־מכשירים וועלכע מע ניצט; צי דערציילט די מאַמע די זעלבע זכרונות וועגן איר מאַמען בײַם קאָכן ווערעניקעס? אַזאַ געוווינהייט קען מען אויך אָנרופֿן אַ טראַדיציע.

איך האָב אַמאָל געזען אַ חנעוודיקן קורצן פֿילם — "געפֿילטע פֿיש" — וואָס האָט געוויזן, ווי די מאַמע קאָכט די פֿיש, און אויך ווי איר טאָכטער אין קאַלעדזש גרייט צו די פֿיש. די מאַמע האָט עס געטאָן פּונקט ווי איר מאַמע אָבער מיט אַ נײַער טעכנאָלאָגיע און וואָקאַבולאַר: אַנשטאָט צו מישן מיט אַ גאָפּל אַ שעה לאַנג, למשל, האָט זי געניצט אַ שפּײַזמאַשין. די פֿיש־קײַלעכלעך האָט זי געמאַכט "די גרייס פֿון אַ טעניס־באַלעם". די טאָכטער, להיפּוך, האָט אַרויסגענומען אַ סלוי פֿון שוין פֿאַרטיק־געקאָכטע געפֿילטע פֿיש, געלייגט איין פּאָרציע אויף אַ טעלער, און צוגעגעבן אַ מייערל, מע זאָל מיינען, אַז ס׳איז היימיש געמאַכט.

אין די אַלטע מינהגים־ביכלעך קען מען געפֿינען אינטערעסאַנטע טעמים פֿאַר געוויסע עסנס, געוויינטלעך, פֿאַרבונדן מיט שבת און יום־טובֿים. דאָרטן קען מען געפֿינען גענוג סיבות, למשל, פֿאַר וואָס מע זאָל עסן פֿיש לכּבֿוד שבת —

"ווען די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן, האָט גאָט געבענטשט דרײַ זאַכן אין דרײַ טעג איינעם נאָכן אַנדערן. ער האָט געבענטשט די פֿיש דעם פֿינפֿטן טאָג, דעם מענטש דעם זעקסטן טאָג און דעם שבת האָט ער געבענטשט דעם זיבעטן טאָג. ווער עס עסט פֿיש לכּבֿוד שבת, ווערט געבענטשט מיט די דרײַ ברכות" (ספֿר מטעמים). נאָך אַ טעם איז וואָס פֿיש קענען נישט לעבן אָן וואַסער, און די ייִדן קענען נישט לעבן אָן דער תּורה, וואָס איז געגליכן צו וואַסער. נאָך אַ טעם איז, וואָס דער פֿיש וועט אונדז דערמאָנען אין דער סעודה מיטן לוויתן אין משיחס צײַטן. נאָך אַ טעם — אַז אַזוי ווי פֿיש, וואָס כאָטש זיי זענען שטענדיק אין וואַסער, עפֿענען זיי די מײַלער ווען סע גייט אַ רעגן, גלײַך ווי זיי וואָלטן קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט קיין טראָפּן וואַסער, אַזוי אויך דאָס פֿאָלק ישׂראל, וואָס איז אַ גאַנץ לעבן אַרײַנגעטאָן אין דער תּורה, אָבער אַלע טאָג זעט אויס פֿאַר זיי ווי די תּורה איז נײַ, גלײַך ווי זי וואָלט ערשט אַצינד געגעבן געוואָרן." די רשימה פֿון טעמים אויף פֿיש לכּבֿוד שבת איז נאָך לענגער....

ווער רעדט שוין וועגן די אַלע מינהגים בײַ ייִדן (און אַנדערע פֿעלקער) אין וועלכע מע וואַרפֿט פֿאַרשיידענע מינים עסן; אַ סימבאָל פֿון פֿרוכטבערדיקייט. אין "ספֿר מטעמים" שרײַבט מען, אַז מע וואַרפֿט האָפּן בשעת קבלת־פּנים פֿאַר חתן־כּלה, עס זאָל אים "מזמין זײַן פּרנסה."

איך האָב זיך דערמאָנט אין נאָך אַ מינהג מיט האָפּן בײַ ייִדן, אָבער נישט מיט חתן־כּלה, נאָר מיטן ייִנגל וואָס הייבט אָן צו גיין אין חדר. אינעם באַנד לידער "זכרונות" פֿון יעקבֿ אַדלער, שרײַבט ער:

דער טאַטע, ער וויקלט

מיך אײַן אין אַ טלית,

און פֿירט מיך צו דיין

אַוועק;

עס גייט מיט די מאַמע,

דער זיידע, דער רבי,

מען שיט אויס מיט האָפּן

מײַן וועג... (זײַט 17)

פֿון אַ פֿאָלקלאָרישן קוקווינקל, שטאַמען די אַלע מינהגים פֿון וואַרפֿן עסן אָדער אָנגיסן און אויסגיסן, פֿונעם אַמאָליקן גלייבן אין רוחות; דאָס איבעריקע עסן און געטראַנק לאָזט מען פֿאַר די נישט־גוטע, זיי צו באַפֿרידיקן, זיי זאָלן קיין שאָדן נישט טאָן.

יעדעס יאָר באַקום איך פֿון חב״ד דורך פּאָסט אַ וועגווײַזער פֿון די מאכלים פֿאַרבונדן מיט ראָש־השנה און די טעמים דערפֿאַר. ס׳איז באַקאַנט, אַז מע עסט רונדע חלות ראָש־השנה, למשל. לויט "ייִדישע מנהיגים" — "באַווײַזט מען דערמיט אויף דער אייניקונג פֿון דער גאָטהייט, וועלכער האָט קיין אָנהייב און קיין סוף און ער איז דער מלך איבער דער רונדער וועלט, און אַזוי ווי ראָש־השנה מאַכן מיר קעניגן גאָט איבער אונדז און מיר זאָגן 'מלכיות’ און יעדע תּפֿילה ענדיקט זיך מיט 'מלך’, מאַכן מיר אַ צייכן אין דעם רונדן ברויט וואָס מיר עסן".

דער פֿאָלקלאָריסט אַבֿרהם רעכטמאַן, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס, האָט פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון פֿאַרצייכענען די טראַדיציעס פֿון באַקן חלות. אינעם צווייטן נומער פֿונעם זשורנאַל "ייִדישער פֿאָלקלאָר", אַרויסגעגעבן פֿונעם "י. ל. כּהן קלוב" בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק, האָט רעכטמאַן אַרײַנגעשיקט "עמבלעמען אויף יום־טובֿדיקע חלות". די עמבלעמען האָט געניצט זײַן מאַמע אין פּראָסקורעוו, פּאָדאָליע, נאָך פֿאַר 1900.

פֿאַר ראָש־השנה האָט זי געמאַכט די חלה וואָס זאָל אויסזען ווי דער קאָפּ פֿון אַ פֿויגל, "די ראָש־השנהדיקע תּפֿילות זאָלן אַרויפֿפֿליִען אין הימל אַרײַן." צו ערבֿ־יום־כּיפּור האָט זײַן מאַמע געמאַכט די חלה ווי אַ לייטער, "די יום־טובֿדיקע תּפֿילות זאָלן דורכן לייטער אַרויפֿקומען צו גאָט". מען פֿלעגט אויך ערבֿ־יום־כּיפּור באַקן אַ קײַלעכדיקע געוויקלטע חלה — "אַזוי ווי דאָס אַלטע יאָר האָט זיך אַרויסגעוויקלט (אַרויסגעקײַקלט), אַזוי זאָל זיך דאָס נײַע אַרײַנוויקלען (אַרײַנקײַקלען) מיט מזל און ברכה. הושענא־רבה האָט מען געמאַכט אַ חלה ווי אַ האַנט, 'די האַנט זאָל אָפּנעמען דאָס גוטע קוויטל פֿון דער פּמילא של מעלה’."

צום גליק, האָבן זיך געכאַפּט ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן במשך פֿון די לעצטע 50 יאָר ווי וויכטיק ס׳זענען די מאכלים־טראַדיציעס און די זאַמלונג גייט ווײַטער אָן ביז הײַנט.