געזעלשאַפֿט

דער אַרכעאָלאָג, אלי שוקרון, פֿון דער אַלטערטימלעכקייטן־אינסטאַנץ, בײַם כּותל־המערבֿי, וווּ מע האָט לעצטנס, בעת די אויסגראָבונגען, אַנטדעקט אַ מיקווה, וואָס ווײַזט אָן, אַז דער קעניג הורדוס האָט, אַ פּנים, נישט געבויט אַלע ווענט פֿונעם בית־המיקדש.
דער אַרכעאָלאָג, אלי שוקרון, פֿון דער אַלטערטימלעכקייטן־אינסטאַנץ, בײַם כּותל־המערבֿי, וווּ מע האָט לעצטנס, בעת די אויסגראָבונגען, אַנטדעקט אַ מיקווה, וואָס ווײַזט אָן, אַז דער קעניג הורדוס האָט, אַ פּנים, נישט געבויט אַלע ווענט פֿונעם בית־המיקדש.
Credit: Getty Images

אין אונדזער "פֿאָרווערטס" (נאָוועמבער 25 — דעצעמבער 1, 2011) איז דערשינען אויף דער פֿאָדערשטער זײַט אַ בילד, וואָס שילדערט די אַרכעאָלאָגישע אַנטדעקונג אין ירושלים בײַם כּותל־המערבֿי, פֿון צוויי בראָנדזענע מטבעות, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן לעצטנס געפֿונען אין אַן אוראַלטער מיקווה.
עס גייט ניט פֿאַרבײַ אַ וואָך, אַ חודש אָדער אַ לענגערע צײַט, אַז אַרכעאָלאָגן זאָלן נישט געפֿינען אין זייערע אָנגייענדיקע אויסגראָבונגען פֿאַרשיידענע אַלטערטימלעכקייטן, וואָס ליגן טיף באַגראָבן אין און אַרום דעם הר־הבית אין ירושלים.
יעדעס געפֿינס, ווי קליין עס זאָל ניט זײַן, און פֿון וועלכן מאַטעריאַל עס זאָל ניט באַשטיין, איז אַ וויכטיקער היסטאָרישער באַווײַז, אַן עדות פֿון אונדזער אַלטערטימלעכער געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן צוריק.
ישׂראל איז רײַך מיט איבערבלײַבענישן פֿון דעם ווײַטן אַמאָל, סײַ אונטער ערד, סײַ אין יעדן באַרג און טאָל איבערן גאַנצן לאַנד. וווּ מען זאָל זיך ניט קערן און וווּ מען זאָל ניט גיין און שטיין, טרעטסטו אויף אַ היסטאָרישן איבערבלײַב, קענסטו באַגעגענען אַרכעאָלאָגישע גרופּעס, פֿון פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, סײַ פֿון לאַנד און סײַ פֿון לערן־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד, וועלכע זוכן און אַנטדעקן פֿאַרשיידענע איבערבלײַבענישן פֿון דער ווײַטער און נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון כּנען אָן. פֿון אירע אומוואַנדלונגען במשך טויזנטער יאָרן, וווּ עס זענען אַנטשטאַנען מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס פֿון דער וועלט.
זינט דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, מאַכן אַ רושם די מעלדונגען וועגן די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען און געפֿעסן אין און אַרום דעם הר־הבית אין ירושלים, מיט וועלכע עס באַשעפֿטיקט זיך די "רשות־העתּיקות" (אַלטערטימלעכקייטן־אינסטאַנץ) פֿון דער ישׂראל־רעגירונג. זיי האָבן שטענדיק אַ פּאָליטישן כאַראַקטער, און רופֿן אַרויס בײַ די מוסולמענער אַ חשד, אַז די ייִדן ווילן צוריק באַהערשן דעם הייליקן באַרג, וווּ עס שטייט איצט דער מוסולמענישער עמר (אַמאַר)־מעטשעט, אויפֿן אָרט פֿון די אַמאָליקע ייִדישע בתּי־מיקדש. איבערן באַרג הערשט איצט די אַראַבישע רעליגיעזע אויטאָריטעט, די "וואַקף".
אָפֿט מאָל קומען פֿאָר ערנסטע צוזאַמענשטויסן צווישן די אַראַבער און דער ישׂראל־פּאָליציי, וואָס באַוואַכט דעם באַזוך פֿון ייִדן און אויסלענדישע טוריסטן אויף דעם הר־הבית.
דער איינציקער איבערבלײַב פֿון אונדזערע אַמאָליקע הייליקע פּלעצער אויפֿן הר־הבית, וואָס ליגט אין ייִדישע הענט, איז הײַנט צו טאָג בלויז דער כּותל־המערבֿי, וואָס איז אייגנטלעך איינע פֿון די ווענט וואָס האָבן אַרומגערינגלט דעם בית־המיקדש.
דורות־לאַנג קומען ייִדן טאָג און נאַכט צו דעם כּותל־המערבֿי, וווּ זיי קענען אויסוויינען זייערע הערצער און מתפּלל זײַן צום רבונו־של־עולם. טויזנטער טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט, הערן ניט אויף צו שטראָמען צום כּותל־המערבֿי, צו דעם איינציקן איבערבלײַב וואָס האָט אַ שײַכות צום אַמאָליקן בית־המיקדש.
איז טאַקע ניט קיין וווּנדער וואָס יעדע אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן בײַם, אָדער אַרום דעם הר־הבית, רופֿט גלײַך אַרויס אַ פּאָליטישע קאָנטראָווערסיע מיט די מוסולמענער און אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער אויסלענדישער און היגער פּרעסע.

* * *

דאָס איז טאַקע געשען ווען אַרכעאָלאָגן אין ירושלים האָבן לעצטנס געמאָלדן, אַז זיי האָבן אַנטדעקט די צוויי בראָנדזענע מטבעות אין אַן אוראַלטער מיקווה בײַם כּותל־המערבֿי, וואָס זאָגט עדות אַז דער קעניג הורדוס איז ניט געווען דער וואָס האָט געבויט אַלע ווענט פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, ווי היסטאָריקער האָבן ביז איצט געהאַלטן, און ווי מיר האָבן געלערנט אין געשיכטע־ביכער אין אונדזערע שולעס.
די געפֿונענע בראָנדזענע מטבעות זענען פֿונעם פֿערטן יאָר פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, 20 יאָר נאָך דעם טויט פֿון קעניג הורדוס.
די לעצטע אַנטדעקונגען זענען געמאַכט געוואָרן פֿון דער רשות־העתּיקות פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, בראָש מיט די אַרכעאָלאָגן ד״ר רוני רײַך און אלי שוקרון, בעת זיי האָבן ברייטער און ריינער געמאַכט דעם אַלטן קאַנאַליזאַציע־וועג פֿון די צײַטן פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, וואָס האָט זיך געצויגן פֿון דעם שילוח־וואַסער־באַסיין, צום הר־הבית.
ניט ווײַט פֿון דעם כּותל־המערבֿי, האָבן זיי אַנטדעקט איבערבלײַבענישן פֿון אַ מיקווה־טהרה (אַ ריינע מיקווה), וואָס זאָגט עדות, אַז דער צווייטער בית־המיקדש איז ניט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט געוואָרן דורך דעם קעניג הורדוס בעת ער האָט נאָך געלעבט, נאָר דורך זײַן אוראייניקל דער קעניג אַגריפּאַס דער צווייטער.
די דאָזיקע אויסגראָבונגען זענען איצט געמאַכט געוואָרן אונטער דער אויסגעברוקירטער גאַס פֿון 2,000 יאָר צוריק, אויף וועלכער די עולי־רגל זענען געגאַנגען צום בית־המיקדש.
דער אַרכעאָלאָג אלי שוקרין האָט דערקלערט בײַ דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז זיי האָבן געפֿונען אונטער די פֿונדאַמענטן פֿון דעם כּותל־המערבֿי, די מיקווה־טהרה וואָס האָט דאָרטן עקזיסטירט נאָך איידער מען האָט אויסגעבויט די וואַנט פֿון כּותל־המערבֿי. דאָרטן האָבן זיי געפֿונען די אַלטע מטבעות און אַנדערע איבערבלײַבענישן פֿון די צײַטן פֿון דעם קעניג הורדוס.
פֿון דעם האָבן די אַרכעאָלאָגן געדרונגען, אַז דער בית־המיקדש איז אויפֿגעבויט געוואָרן 20 יאָר שפּעטער, נאָך דעם טויט פֿון קעניג הורדוס, און ניט ווי מען האָט געהאַלטן ביז איצט.
"...אויף דעם סמך פֿון אונדזערע לעצטע אַנטדעקונגען", האָט דערקלערט דער אַרכעאָלאָג אלי שוקרון, זענען מיר געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז בײַם פֿאַרענדיקן דעם בנין פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, זענען געווען באַשעפֿטיקט אַ צאָל וויכטיקע אַרכיטעקטן און אינזשענירן פֿון יענעם פּעריאָד".
דערקעגן, דער היסטאָריקער ד״ר חגי בן־אַרצי פֿון דעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, איז אַרויסגעקומען מיט אַ גאַנץ אַנדער פֿעסטשטעלונג.
"…נאָר הורדוס אַליין, מיט זײַן ענערגיע, וויזיע און פּאָליטישן שטאַנד, מיט זײַנע קאָנטאַקטן מיט די רוימישע הערשער, האָט געקענט אויספֿירן אַזאַ גרויסן פּראָיעקט.
"זײַנע יורשים, דאָס אייניקל אַגריפּאַס דער ערשטער, און זײַן אוראייניקל אַגריפּאַס דער צווייטער, האָבן זיך קוים געקענט פֿאַרגלײַכן צו דעם פֿאַרנעם און פּרעסטיזש פֿון זייער זיידן און עלטער־זיידן. זיי האָבן בכלל אַרויסגעוויזן ווייניק אינטערעס אין דעם רעליגיעזן ייִדישן לעבן פֿון יענער צײַט. עס איז ניט פֿאַרלאָזלעך זיך צו שטיצן אויף עטלעכע מטבעות און אַרויסצוקומען מיט אַזאַ אורטייל", האָט דערקלערט דער אַרכעאָלאָג חגי בן־אַרצי.
עס איז ניט געווען גענוג די מחלוקת צווישן די אַרכעאָלאָגן, איז אויך אַרויסגעקומען מיט אַן אינטערעסאַנטן אַנאַליז דער כּנסת־דעפּוטאַט ד״ר מיכאל בן־אַרי, וועלכער פּרעטענדירט צו זײַן אַ מומחה אין די ישׂראל־לימודים און אויך אין אַרכעאָלאָגיע.
לויט אים, זענען דאָ באַווײַזן, אַז הורדוס האָט זיך פּערזענלעך באַטייליקט אין דער חנוכּת־הבית־פֿײַערונג פֿון דעם בית־המיקדש, און קיין אַנדערער האָט ניט פֿאַרענדיקט בויען דעם צווייטן בית־המיקדש.
"...עס איז ניטאָ קיין צווייפֿל, אַז הורדוס איז געווען דער אייגנטלעכער בויער פֿון דעם גרויסן פּראָיעקט. עס איז מעגלעך, אַז די מטבעות, וואָס מען האָט דאָרטן געפֿונען, געהערן טאַקע צו אַ שפּעטערדיקן פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿון ירושלים", האָט דערקלערט דער כּנסת־דעפּוטאַט ד״ר מיכאל בן־אַרי.