געזעלשאַפֿט

בעת דער זיצונג פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג" אין דער "יו־ען", ניו־יאָרק
בעת דער זיצונג פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג" אין דער "יו־ען", ניו־יאָרק
Credit: Arkady Yagudaev
דעם 27סטן יאַנואַר 1945 האָבן די רוסישע סאָלדאַטן באַפֿרײַט די לאַגערן פֿון אוישוויץ און בירקענאַו, און אין 2005 האָט די "יו־ען" באַשטימט דעם טאָג ווי "דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג צו געדענקען דעם חורבן". די קערפּערשאַפֿט האָט אויך געבעטן, אַז יעדעס לאַנד וואָס איז אַ מיטגליד פֿון דער "יו־ען", זאָל דעם טאָג אָפּמערקן, אויף וואָס פֿאַר אַן אופֿן עס זאָל נישט זײַן, און אַנטוויקלען דערציִונג־פּראָגראַמען קעגן ווײַטערדיקן גענאָציד. דאָס יאָר האָט די "יו־ען" דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע חורבן־פּראָגראַמען.
הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם טאָג געווען — "די קינדער אין דעם חורבן". דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", באַן קי־מון האָט גערעדט וועגן די אַנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער, וועלכע זענען אומגעקומען; מע קען הערן זײַנע רייד אויף דער "יו־ען"־וועבזײַט. אין שײַכות מיט דער טעמע, האָט די "יו־ען" אָפּגעדרוקט אַ ביכל, וואָס זאָל באַגלייטן דעם פֿילם "דער לעצטער פֿלי פֿון פּעטער גינז", אַ נײַער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם לעבן און קונסטווערק פֿון פּעטער גינז, אַ ייִדיש ייִנגל פֿון פּראָג, וועלכער איז אומגעקומען אינעם חורבן. די אַנדערע "יו־ען"־אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער מוזיק פֿון די קינדער אינעם לאַגער טערעזין.
ווען מע קומט אַרײַן אויפֿן גרויסן שטח פֿון דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק גייט מען פֿאַרבײַ אַ רירנדיקע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם לאָדזשער געטאָ. די אויסשטעלונג "דאָס פּנים פֿון געטאָ: בילדער פֿון ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן אין דער לאָדזשער געטאָ 1940—1944" איז צוזאַמענגעשטעלט געוואָרן פֿון 27 נײַ־אַנטדעקטע פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון דער געטאָ. די בילדער האָבן געפֿונען די צוויי פֿאָרשער אינגאָ לוס און ד״ר טאָמאַס לוץ אינעם נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין לאָדזש. די פֿאָטאָגראַפֿיעס ווערן אויסגעשטעלט צום ערשטן מאָל אין אַמעריקע.
מיטוואָך, דעם 25סטן יאַנואַר האָט מען אָפּגעמערקט 70 יאָר נאָך דער טראַגעדיע פֿון באַבי־יאַר, אוקראַיִנע, אין וועלכער צענדליקער טויזנטער ייִדן זענען דערשאָסן געוואָרן פֿון די נאַציס און זייערע אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַטאָרן. עס האָט אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג "דער אַמעריקאַנער פֿאָרום פֿון רוסישע ייִדן", צוזאַמען מיט די אוקראַיִנישע און ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדעס.
עס האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג וואַלערי קוטשינסקי, דער געוועזענער רעפּרעזענטאַנט צו דער "יו־ען" פֿון אוקראַיִנע, הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטיק בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. נאָך דעם ווי מע האָט געוויזן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די דערהרגעטע ייִדן אין באַבי־יאַר, האָט גענומען אַ וואָרט דער הײַנטיקער רעפּרעזענטאַנט בײַ דער "יו־ען" פֿון אוקראַיִנע, יורי סערגייעוו און נאָך אים ראָן פּראָסאָר, דער ישׂראלדיקער רעפּרעזענטאַנט בײַ דער "יו־ען".
דעם מאָטיוו פֿון "קיין מאָל נישט מער!" האָט מען געהערט בײַ אַלע רעדנער. מע האָט זיך געוואָנדן צו די מענטשן, וועלכע גלייבן, אַז אַזאַ גענאָציד קען נאָך אַ מאָל פֿאָרקומען, און צו די מענטשן, וואָס האַלטן, אַז מע האָט שוין גענוג גערעדט וועגן חורבן. יעדער רעדנער האָט באַטאָנט, ווי אין דער "יו־ען" האָט דער פּרעזידענט פֿון איראַן, אַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, געלייקנט, אַז דער חורבן איז בכלל פֿאָרגעקומען; אַז ס׳איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה פֿון ייִדן, כּדי אָפּצונאַרן די וועלט. די חוצפּה פֿון דעם איראַנישן פּרעזידענט באַווײַזט, אַז אַנטיסעמיטיזם ווערט נאָך פֿאַרשפּרייט פֿון די מלוכות און עקזיסטירט נאָך הײַנט אין אַ ברייטן פֿאַרנעם. די וואָס רופֿן צו צעשטערן ישׂראל, דאַרף מען נעמען ערנסט אין זינען, האָבן עטלעכע רעדנער צוגעגעבן. די סכּנה פֿאַר ייִדן בלײַבט נאָך אַן אמתע, און מע דאַרף ווײַטער דערציִען די ייִנגערע דורות אויף דער טעמע.
מיכאיִל טוראָווסקי, אַ קינסטלער פֿון קיִעוו, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿאַרן חורבן, אָבער צום גליק, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דער שטאָט מיט זײַן מאַמען, איידער די דײַטשן זענען אַרײַנגעקומען, האָט פּרעזענטירט זײַן קונסט־אַלבאָם "חורבן" צו דער "יו־ען". ער האָט אויך דערציילט וועגן דער טרויעריקער געשיכטע אַרום דעם באַבי־יאַר־דענקמאָל אין קיִעוו. אין סאָוועטישע צײַטן האָט דער דענקמאָל בלויז דערמאָנט די אומגעקומענע "סאָוועטישע בירגער", און ערשט אין דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע איז מעגלעך געווען אויפֿצושטעלן אַ פּאַסיקן דענקמאָל בײַם באַבי־יאַר וואָס גיט איבער די ייִדישע טראַגעדיע.
צוויי אָנפֿירנדיקע אַמעריקאַנער ייִדישע פּערזענלעכקייטן האָבן גענומען אַ וואָרט — מאַלקאָלם האָענלײַן, דער עקזעקוטיוו וויצע־פֿאָרזיצער פֿון דער "קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון וויכטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס", און דוד האַריס, דער פּרעזידענט פֿונעם "אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט". אַגבֿ, האָט האַריס באַטאָנט די טעמע פֿון אַכמאַדינעדזשאַדס אַנטיסעמיטיזם נאָך אַמאָל די וואָך אין סאַלאָניקי, גריכנלאַנד, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט אין דער אָרטיקער חורבן־הזכּרה אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג". "צו פֿיל לענדער קוקן אַוועק, אָדער מאַכן אַוועק מיט דער האַנט, די פֿײַנטלעכע ווערטער פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט", האָט ער געוואָרנט.
צום סוף פֿון דער אונטערנעמונג האָבן ד״ר דימיטרי שיגליק, און ד״ר איגאָר בראַנאָוואַן, מיט־פֿאָרזיצערס פֿונעם "אַמעריקאַנער פֿאָרום פֿון רוסישע ייִדן", דערציילט וועגן זייער אָרגאַניזאַציע, וואָס שטרעבט צו פֿאַראייניקן אַלע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, כּדי צו שטיצן ישׂראל און באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם.
די פּראָגראַם האָט זיך געשלאָסן, צום באַדויערן, מיט אַ ליד אויף ענגליש, געזונגען פֿון אַ טריאָ — "זאָגט יאָ צו ישׂראל!", וואָס האָט קיין שום שײַכות נישט געהאַט מיטן חורבן. אַ ייִדיש ליד, אַ ייִדיש וואָרט, וואָס וואָלט, אַוודאי געפּאַסט פֿאַר אַ הזכּרה געווידמעט באַבי־יאַר, האָט מען אין גאַנצן נישט געהערט בעת דעם נאָך־מיטאָג. כּמעט יעדער רעדנער האָט אָנגעהויבן זײַנע ווערטער וועגן חורבן און פֿאַרענדיקט מיט אַ רוף צו העלפֿן ישׂראל. דערמיט איז דער "חורבן־טאָג" מגולגל געוואָרן אין אַ "ישׂראל־טאָג", און וועגן די קרבנות פֿון באַבי־יאָר האָט מען גיך פֿאַרגעסן...