געזעלשאַפֿט

אַ גרופּע אַקטיוויסטן מיט אַ טראַנספּאַראַנט: "פֿרײַהייט פֿון רעליגיע — יאָ; כּשרע שחיטה — ניין", דעם 5טן יאַנואַר, אין בערלין
אַ גרופּע אַקטיוויסטן מיט אַ טראַנספּאַראַנט: "פֿרײַהייט פֿון רעליגיע — יאָ; כּשרע שחיטה — ניין", דעם 5טן יאַנואַר, אין בערלין
Credit: Getty Images
דער לעצטער אַנטיסעמיטישער פּראָצעס אין אייראָפּע, וווּ די ייִדן זײַנען באַשולדיקט געוואָרן אין מאָרד, צוליב רעליגיעזע צוועקן, האָט זיך אָנגעהויבן מיט 100 יאָר צוריק, אין קיִעוו. דעמאָלט איז דער ייִד מחנם־מענדל בייליס באַשולדיקט געוואָרן אינעם מאָרד פֿונעם קריסטלעכן ייִנגל אַדריי יושטשינסקי, כּדי זיך צו באַנוצן מיט זײַן בלוט אויף פּסח. צווישן די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פּראָצעס איז געווען נישט אַבי ווער, נאָר דער יוסטיץ-מיניסטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע איוואַן שטשעגלאָוויטאָוו, וואָס הינטער אים איז געשטאַנען דער גאַנצער צאַרישער הויף, וועלכער איז גערן געווען צו דערטרינקען די אָנגייענדיקע רעוואָלוציע־באַוועגונג אין ייִדישן בלוט. ווי גרויס איז אָבער געווען די אַנטוישונג פֿון די מאַכטהאָבערישע העצער, ווען נאָך צוויי יאָר אויספֿאָרשונגען — מיט אונטערגעקויפֿטע עדות און דרוק אויף די געשוווירענע — האָבן זיי, טאַקע די געשוווירענע, פּשוטע אוקראַיִנישע פּויערים, באַשטעטיקט, אַז דער ייִד בייליס איז נישט שולדיק!
און אָט איז אַוועק 100 יאָר. אין דעם זעלבן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי וועלט־מלחמות, בלוטיקע רעוואָלוציעס, גאַנצע אימפּעריעס האָבן געקראַכט... און, להבֿדיל, האָט אייראָפּע זיך פֿאַראייניקט אין איין פֿאַרבאַנד. צי וואָלט עמעצן געקאָנט קומען אין קאָפּ אַזאַ ווילדער געדאַנק, אַז דווקא אין דער ליבעראַלער אייראָפּע — אַ מוסטער פֿאַר דעמאָקראַטיע און טאָלעראַנץ, איז ווידער אויפֿגעקומען די ווילדע פֿראַגע וועגן... ריטועלן מאָרד?! אמת, איצט ווערן די ייִדן באַשולדיקט נישט, חלילה, אינעם מאָרד פֿון קריסטלעכע קינדער, נאָר אינעם "ברוטאַלן ריטואַלן מאָרד פֿון בהמות"!
דער געדאַנק, אַז די "שטוב־בהמות דאַרף מען באַטראַכטן ווי לעבעדיקע באַשעפֿענישן, וואָס פֿאַרמאָגן אייגענע געפֿילן און שטימונגען" — איז אַרויסגעקומען פֿון די אייראָפּעיִשע פֿילאָסאָפֿן — דעקאַרט, רוסאָ און קאַנט. אין דער נײַסטער געשיכטע איז דער דאָזיקער געדאַנק אַנטוויקלט געוואָרן ווײַטער אין דער שווייץ, אין 1861, ווען דער גלח פֿיליפּ וואָלף האָט צונויפֿגערופֿן אַ ספּעציעלע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער טעמע פֿון "פֿאַרטיידיקן די בהמות".
נישט געקוקט דערויף, וואָס אין יענער צײַט זײַנען געווען גענוג צרות צוליב דעם הונגער און מגיפֿות סײַ אין דער שווייץ און סײַ אין אייראָפּע בכלל, האָט דעם גלחס איניציאַטיוו אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אָפּקלאַנג צווישן דער באַפֿעלקערונג. אין דער שווייץ גופֿא האָט מען אָנגעהויבן אויפֿשטעלן באַזונדערע "היימען" פֿאַר די היימלאָזע הינט און קעץ; זיי היילן און באַשטראָפֿן יעניקע, וועלכע האָבן זיך איבער זיי איזדיעקעוועט. (אין דער הײַנטיקער שווייץ ווערט אויסגעגעבן געלט אויסצוהאַלטן און פֿאַרטיידיקן היימלאָזע און קראַנקע חיות די זעלבע סומעס, וואָס עס ווערן אויסגעטיילט פֿאַרן קאַמף קעגן הונגער און אָרעמשאַפֿט אין דער גאַנצער וועלט.)
אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַזאַ "פֿאַרברענטער ליבע צו בעלי־חיים", איז נישט אָנגענומען געוואָרן קיין שום געזעץ, וואָס וואָלט פֿאַרווערט, למשל, צו טרײַבן געיעג אויף חיות, קאָרידע, אויסנוצן חיות אין צירק־פֿאָרשטעלונגען וכּדומה; דערפֿאַר אָבער איז אין יאָר 1893 אַרויס אַ געזעץ, וואָס האָט פֿאַרווערט די ייִדן "דורכצופֿירן ריטועלע מאָרדן איבער בהמות". דערבײַ איז קיין מאָל נישט דערוויזן געוואָרן, אַז דער ייִדישער אופֿן פֿון שחיטה איז מער ברוטאַל, ווי דאָס קוילען בהמות און עופֿות, ווי עס טוען דאָס די ניט־ייִדן. איך מיין, אַז גראָד דעמאָלט איז אויפֿגעקומען דער נײַער מין פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "כּשרן אַנטיסעמיטיזם". דאָס געזעץ פֿון 1893 האָט קיין שום זין נישט געהאַט פֿאַר דער שווייץ און פֿאַרן פֿאַרטיידיקן בעלי־חיים צוליב איין זאַך: אין דער שווייץ אַליין איז דעמאָלט געווען זייער ווייניק ייִדן. דער הויפּט־ציל איז געווען צו דערנידעריקן דאָס ייִדישע פֿאָלק און זייער רעליגיע.
נאָך הונדערט יאָר זינט ס’איז אַרויס יענער אַנטיסעמיטישער געזעץ, האָט דער ענין פֿון פֿאַרטיידיקן בעלי־חיים אָנגענומען אַן אַל־אייראָפּעיִשן פֿאַרנעם. אמת, נאָר אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן — עס זײַנען אַרויס פֿאַרשידענע דעקלאַראַציעס, געשאַפֿן געוואָרן פּאָליטישע פּאַרטייען, וואָס זייער ציל איז צו פֿאַרטיידיקן די בעלי־חיים... אינטערעסאַנט איז אויך, אַז די אַלע באַוועגונגען און דעקלאַראַציעס טראָגן אין זיך, ווי פֿריִער, דעם זעלבן ווירוס פֿון דעם "כּשרן אַנטיסעמיטיזם". למשל, שוין נישט איין פּרוּוו איז געמאַכט געוואָרן אָפּצושאַפֿן דאָס אַנטיסעמיטישע שווייצאַרישע געזעץ וועגן "ריטועלן מאָרד פֿון בהמות בײַ ייִדן", אָבער ביז הײַנט האָט זיך גאָרנישט געענדערט. (הײַנט האָבן בלויז 20 טויזנט ייִדן די שווייצאַרישע בירגערשאַפֿט.) נאָך מער: אויך אין נאָרוועגיע און אין שוועדן איז אָנגענומען געוואָרן אַזאַ מין געזעץ, ענלעך צו דעם "היסטאָרישן געזעץ" אין דער שווייץ. דערבײַ, ווערט זייער ווייניק אויפֿגעטאָן אינעם פּראַקטישן זין, וואָס שייך צו פֿאַרטיידיקן די בעלי־חיים. עס גייט ווײַטער אָן אַן אומגעזעצלעכער געיעג אויף ווילדע חיות, אויף כאַפּן וואַלפֿיש; אין יעדער אייראָפּעיִשער שטאָט קאָן מען הײַנט געפֿינען פֿוטער־פּראָדוקציע, געמאַכט פֿון קעץ־פֿעלעכלעך.
עס בליט דער האַנדל פֿון פֿאַרווערטע צום פֿאַרקויף חיות און פֿייגל; עס ווערן ווײַטער געפֿירט איבער זיי מעדיצינישע עקספּערימענטן — אָבער דאָס אַלץ וויל מען נישט זען. זעען זעט מען נאָר דעם "ריטועלן מאָרד פֿון בהמות בײַ ייִדן"!
פֿאַראַיאָרן האָבן אין האָלאַנד צוויי פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן פֿון דער אונטערשטער קאַמער דערלאַנגט אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַרווערט שחיטה און כאַלאַל. דער דאָזיקער פּראָיעקט איז באַלד אָנגענומען געוואָרן. די זעלבע מאָטיוואַציע — די בהמות פֿילן שרעק און ווייטיק — און קיין שום וויסנשאַפֿטלעכע באַגרינדונג דערצו. הײַנט וווינען אין האָלאַנד 55 טויזנט ייִדן און איבער אַ מיליאָן מוסולמענער, אָבער די גאַנצע פּאַרע פֿון זייערע פּראָטעסטן לאָזן די פֿאַרטיידיקער פֿון חיות און בהמות אויס קעגן ייִדן. די פּרעסע איז פֿול מיט אַרטיקלען וועגן דער "ייִדישער ברוטאַלקייט", אַז די ייִדן ווילן זיך נישט רעכענען מיט די "טראַדיציעס פֿונעם לאַנד"; אַז זיי "שטעלן זיך קעגן דעם פּראָגרעס" אאַ״וו.
דער אמת אָבער פֿון דער גאַנצער העצע באַהאַלט זיך אין די קנייטשן פֿון דער אַלטער אייראָפּע, וואָס איז הײַנט נישט מסוגל אַרויסצוקריכן פֿונעם עקאָנאָמישן און פֿינאַנציעלן קריזיס; זוכט מען אַ "כּשר כּפּרה־הינדל". אַזוי האָבן עס אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געזוכט די רוסישע רעגירונגס־באַאַמטע, ווי דער מיניסטער שטשעגלאָוויטאָוו.
זיי, די אייראָפּעיִשע טשינאָווניקעס, האָבן פֿאַרשפּילט די אַזוי־גערופֿענע "פֿיל־קולטורעלע רעוואָלוציע", זיי קענען נישט אָפּשטעלן די מוסולמענישע אינוואַזיע אין די אייראָפּעיִשע לענדער, זוכן זיי תּירוצים אין "שחיטה" און "כאַלאַל". עס זידט ווידער אויף דער כּעס פֿונעם המון, און מע מוז אַרויסלאָזן די פּאַרע; מע זוכט אַ נײַעם מנחם־מענדל בייליס... די פֿראַגע איז אָבער: צי וועלן זיך הײַנט, נאָך 100 יאָר זינט יענעם שמוציקן פּראָצעס אין קיִעוו, געפֿינען אין אייראָפּע אַזעלכע 13 געשוווירענע, ווי יענע אוקראַיִנישע פּויערים, וועלכע וועלן זאָגן — "נישט שולדיק!"