קעגן אַלע קרענק און אומגליקן אויף דער וועלט ווערן געזוכט מיטלען און עצות. דאָקטוירים שרײַבן אַרטיקלען, דערפֿינדער מאַכן דערפֿינדונגען, חכמים גיבן עצות — אַלץ ווי אַזוי פּטור צו ווערן, צו באַקעמפֿן די און די קרענק, די און די אָנשיקעניש, אויסצוהיטן זיך פֿון דער און דער צרה.
עס ווערן געשריבן בראָשורן, מעטאָדן, האַנטביכער, ווי אַזוי זיך אויסצוהיטן פֿון שׂרפֿות, פֿון קאַטערס, פֿון מאָסקיטן, פֿון וואַנצן, פֿון היישעריקן, עפּידעמיעס, זונשלאַגן, בייזע הינט, מײַז, פֿאַרפֿלייצונגען, ים-קראַנקהייט, ציינווייטיק, געסט, הינעראויגן און אַנדערע אָנשיקענישן, וואָס זײַנען אָנגעשיקט געוואָרן אויף דעם זינדיקן מענטשן צו פּײַניקן אים אויף דער וועלט.
אָבער קיינער, קיינער האָט ניט געפּרוּווט עפּעס אַ טראַכט טאָן וועגן אַ מיטל קעגן איינער פֿון די גרעסטע אָנשיקענישן — די נודניקעס.
און וואָלט באמת עמעצער געפֿונען עפּעס אַ מיטל קעגן נודניקעס, וואָלט יענער אפֿשר געהאַט דעם גרעסטן פֿאַרדינסט פֿאַר דער מענטשהייט, נאָך אפֿשר מער, איידער די דערפֿינדער פֿון כלאָראָפֿאָרם, ראַדיאָ, שטויב-זויגער, רענטגען און דאָס גלײַכן.
משמעות, אַז די צרה פֿון נודניקעס איז אַן אומפֿאַרמײַדלעכע צרה, איינע פֿון יענע נאַטור-מכּות, וואָס די מענטשהייט לײַדט און לײַדט און האָט ניט דערצו קיין שום תּרופֿה.
שווער, זייער שווער איז דער קאַמף קעגן די נודניקעס.
ערשטנס, ווי אַזוי דערקענט מען זיי? וווּ זײַנען די סימנים זייערע, אַז מע זאָל זיי דערקענען?
עס זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע סימנים און אָנווײַזונגען, ווי אונטערצושיידן אַ משוגענעם הונט פֿון אַ קלאָרן, שלעכטע מילך פֿון גוטער, אַ פֿריש איי פֿון ניט קיין פֿרישן, אַ דאָקטער פֿון אַ פֿעלדשער, אַ מיידל פֿון אַ ווײַבל, אַ דאָקטער פֿון מעדיצין פֿון אַן אַדוואָקאַט-פֿילאָסאָף, בריליאַנטן פֿון גלעזלעך, און אַזוי ווײַטער.
וווּ זײַנען אָבער די סימנים, לויט וועלכע מע זאָל קענען אונטערשיידן פֿון אַ מענטשן אַ נודניק? גייט זיך אַ מענטש אויף צוויי פֿיס, מיט אַ נאָז, מיט צוויי אויגן — אַ מענטש, ווי אַלע מענטשן און — אַ נודניק.
דער נודניק איז אַלע מאָל אַ נודניק, אָן אונטערשייד פֿון ראַסע און עלטער, געשלעכט און ראַנג, קלאַס, פּראָפֿעסיע, רעליגיעזער אָנשויוּנג, וווּקס, קאָליר פֿון האָר. ער האָט ניט קיין באַשטימטע קליידונג, קיין באַשטימטע אוניפֿאָרם און קיין באַשטימטן קול — ער קען זײַן אַ באַוואַקסענער און אַ פּליכעוואַטער, ברונעט, בלאָנדין, קורץ-געוואַקסענער, הויך, דיק, דין. ער קען האָבן וועלכע מלאָכה איר ווילט: אַ סטאָליאַר, אַ דאָקטער, אַ טינטמאַכער, אַ מאַטריצירער און אַפֿילו אַ דאַמסקי שנײַדער.
ער האָט ניט קיין באַשטימטן געביט פֿאַר זײַן נודיערײַ. ער קען אײַך נודיען אויף אַלע געביטן: פּאָליטיק, וויסנשאַפֿט, ליטעראַטור. ער קען אײַך נודיען פֿון בינע, פֿון טריבונע, פֿון באַלעמער, אין מרחץ און, להבֿדיל, אין בית-מדרש. ער וועט אײַך כאַפּן אין גאַס, אין שטוב, אונטערוועגנס, אין וואַגאָן, אין טעאַטער, אויף אַ קאָנצערט, אויף אַ מאַסקן-באַל, אין ביוראָ, אין רעסטאָראַציע, אין קאַפֿע, און וווּ ניט? און אויב איר זײַט אַרײַנגעפֿאַלן צו אים ווי אַ קרבן, וועט איר שוין פֿון זײַנע הענט ניט אַנטרונען ווערן.
היט זיך איבערהויפּט פֿאַר די, וואָס גייען צו אײַך צו: "איך וויל אײַך זאָגן אַ פּאָר געציילטע ווערטער", אָדער: "איך באַדאַרף אײַך אויף בלויז פֿינף געציילטע סעקונדן".
און וואָס נאָך ערגער איז, אַז אויב איר דערפֿילט, אַז איר האָט פֿאַר זיך אַ נודניק, איר דערפֿילט, אַז דאָס איז "ער", און איר זײַט אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַנע נעצן — קענט איר ערשט פֿון אים ניט פּטור ווערן. ווײַל, ווי געזאָגט, די מענטשהייט איז מאַכטלאָז קעגן דער דאָזיקער אָנשיקעניש.