פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

צווישן די אויפֿטוען פֿון די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין ישׂראל קען מען אויסרעכענען דעם ריזיקן "ישׂראל־פֿאָלקס-מעשׂה־אַרכיוו" אין חיפֿה, די וואָגיקע בענד "מחקרי המרכז לחקר הפֿולקלור", דעם פּאָפּולערן זשורנאַל "ידע-עם" הײַנט רעדאַקטירט פֿון יצחק גנוז (גאַנוז), און די בענד "רשימות", לכתּחילה רעדאַקטירט פֿון ח. נ. ביאַליק, י. ראַווניצקי און אַלתּר דרויאַנעוו אין אָדעס, וואָס זענען שפּעטער אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין ישׂראל.
די וויכטיקע שטודיעס פֿון די פֿאָלקלאָריסטן אין דער מדינה נעמען אַרײַן כּלערליי טעמעס, סײַ געאָגראַפֿישע, סײַ היסטאָרישע. וואָס שייך אונדזער אַשכּנזישן פֿאָלקלאָר, דאַרף מען קודם־כּל דערמאָנען דבֿ נוי, דעם פּאַטריאַרך פֿון די אָרטיקע פֿאָלקלאָריסטן; אָבער וועגן אים און זײַן וויכטיקער אַרבעט האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל געשריבן. מע דאַרף דערמאָנען די היסטאָריש־ליטעראַרישע אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ שׂרה צפֿתמאַן, וועלכע האָט באַטראַכט די אַנטוויקלונג פֿון די געדרוקטע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות. ד״ר גילה פֿלאַם האָט אין איר פּיאָנערישער אַרבעט געזאַמלט די חורבן־לידער פֿון לאָדזש.
פּראָפֿ׳ חיה בר־יצחק פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט בײַ די פֿאָלקלאָריסטן אין ישׂראל און פֿאָרשט אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, דער עיקר, מיט אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן שײַכות. זי פֿירט אָן מיט דער פֿאָלקלאָר־פּראָגראַם בײַם חיפֿער אוניווערסיטעט און איז די פֿאָרזיצערין פֿונעם אָפּטייל פֿון העברעיִשער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין חיפֿה. אויף ענגליש האָט זי מחבר געווען אַ גאָר אינטערעסאַנטע שטודיע וועגן די לעגענדעס פֿונעם ייִדישן בראשית אין פּוילן; אַן אַנדער בוך פֿאַרנעמט זיך מיט די ישׂראלדיקע פֿאָלקס־נאַראַטיוון פֿאַרשריבן בײַ די אימיגראַנטן פֿון די כּלערליי עדות אין ישׂראל. זי קען גוט פּויליש, ייִדיש און עבֿרית.
אין איר נײַ בוך Pioneers of Jewish Ethnography and Folkloristics in Eastern Europe האָט בר־יצחק אויסגעניצט איר קענטעניש פֿון שפּראַכן, געלייענט די פֿאָלקלאָרישע ליטעראַטור אויף אַלע פֿון זיי, און געשאַפֿן אַן אַרומנעמיק בילד פֿון די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן פֿון אַמאָל — סײַ פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט, סײַ פֿון דער פֿרעמד־שפּראַכיקער וועלט. דאָס וואָרט "פֿאָלקלאָריסטיק" באַטײַט די שטודיע פֿון פֿאָלקלאָר, נישט דעם פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל גופֿא. דאָס בוך באַשטייט פֿון זיבן קאַפּיטלען, און אין יעדן קאַפּיטל, אַחוץ אינעם אַרײַנפֿיר, האָט זי איבערגעזעצט אַ "קלאַסישן" עסיי וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר — די שרײַבער פֿון די עסייען זענען ש. אַנ־סקי, י. ל. כּהן, אַלתּר דרויאַנאָוו, רעגינאַ ליליענטאַל, מאיר באַלאַבאַן און איציק מאַנגער.
אינעם 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן געפֿאָרשט מאַטעריאַלן אויף ייִדיש און זיי געדרוקט אויף פּויליש, רוסיש אָדער דײַטש, נאָך איידער ס׳איז אויפֿגעקומען אַ פֿעלד פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר אויף ייִדיש. קיין ברירה האָבן זיי נישט געהאַט, ווײַל קיין פֿאָלקלאָר־זשורנאַלן אויף ייִדיש האָבן נאָך נישט עקזיסטירט. אויף פּויליש האָט מען צו דער צײַט אַרויסגעגעבן די זשורנאַלן Wisla און Lud און אויף דײַטש Ost und West, Globus און Urquell, צײַטשריפֿטן וואָס האָבן געהאַט אַן אינטערעס צום פֿאָלקלאָר. Lud האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין 1897 און דער רעדאַקטאָר, אַ פּאָליאַק, האָט מודיע געווען פֿון אָנהייב אָן, אַז ער וויל אַרײַננעמען ייִדישע עטנאָלאָגיע אויף די זײַטן פֿונעם זשורנאַל. דרײַ גרויסע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער פּוילישער שפּראַך זענען געווען ייִדן, וואָס האָבן בײַגעטראָגן צו די זשורנאַלן — הענריק לעוו, בנימין־וואָלף סגל און רעגינאַ ליליענטאַל.
פּראָפֿ׳ בר־יצחק האָט גוט אויסגעקליבן די אַרטיקלען וואָס ווערן אינעם בוך איבערגעזעצט; זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ טיפֿן און ברייטן אַרײַנפֿיר צו דער געשיכטע. ש. אַנ־סיקס עסיי, למשל, וועגן דער "ייִדישער עטנאָפּאָעטיק", דאָס הייסט, דעם נאַציאָנאַלן כאַראַקטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, איז נאָך הײַנט אַקטועל.
אַנ־סקי דריקט אויס דעם געדאַנק, אַז דער ייִדישער פֿאָלקלאָר הייבט נישט אַרויס דעם העלד און זײַן מוטיקייט, נאָר די גײַסטיקייט פֿונעם פֿאָלק; אַ סתּירה צו דעם פֿיזישן אַספּעקט וואָס ווערט געלויבט אינעם פֿאָלקלאָר פֿון די אַנדערע פֿעלקער. וועגן דער אונטערשאַצונג פֿון העלדישקייט און גבֿורה בײַ ייִדן, שרײַבט אַנ־סקי, קען מען שוין געפֿינען אינעם תּנ״ך און אין דער גמרא, ביז דער מאָדערנער צײַט. וואָס שייך די הײַנטיקע פֿאָלקס־מעשׂיות אויף ייִדיש, האָט ער באַמערקט, אַז אַפֿילו ווען ס׳איז קלאָר, אַז די מעשׂה איז געקומען פֿון אַ נישט־ייִדישן מקור, און די גבֿורהשאַפֿט און העראָיִשקייט איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער מעשׂה, ווערן די דאָזיקע פּרטים פֿאַרשוואַכט און פֿאַרנעפּלט. אַפֿילו ווען עס טרעפֿט זיך אַ העלדישער קאַמף אין אַ לעגענדע, למשל, קומט דער קאַמף פֿאָר צווישן צוויי צדיקים, און מע קעמפֿט איבער אַן ענין פֿון רעליגיע.
מיר דאַכט, אַז די הײַנטיקע פֿאָלקלאָריסטן זענען, אין תּוך, מסכּים מיט אַנ־סקיס אויספֿירן, כאָטש ער האָט אויסגעקליבן נאָר די מאַטעריאַלן וואָס שטיצן זײַן קוקווינקל. אינעם "בונדישן" אָדער פּאָליטישן פֿאָלקלאָר פֿון זײַן צײַט, האָט ער זיכער געקענט געפֿינען פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן מיט אַן אַנדער קוקווינקל.
בר־יצחק האָט אויך איבערגעזעצט דעם היסטאָריקער מאיר באַלאַבאַנס עסיי וועגן די לעגענדעס אַרום שאול וואָהל, דעם ייִדישן מלך פֿון פּוילן. די היסטאָריקער פֿון צווישן די וועלט־מלחמות האָבן אָנגעהויבן צו ניצן מער און מער עטנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן בײַם שרײַבן געשיכטע, און דאָס איז, צום גרויסן טייל, אַ דאַנק דער פֿאָרשונג פֿונעם עלטערן היסטאָריקער מאיר באַלאַבאַן. דער היסטאָרישער אָפּטייל בײַם ייִוואָ אין ווילנע האָט אויך נישט געשפּילט קיין קליינע ראָלע אין דער באַוועגונג. באַלאַבאַן (1872—1942) האָט אַפֿילו געהאַט אַן אינטערעס אין פּשוטע זאַכן אַרום דער שטוב, וואָס קענען אָפּשפּיגלען אַ געוויסע תּקופֿה.
רעגינאַ ליליענטאַל (1857—1924), וועלכע האָט געשריבן, דער עיקר, אויף פּויליש, האָט זיך מער אָפּגעגעבן מיט פֿאָלקס־גלייבענישן. איר אַרטיקל אין דער זאַמלונג אַנאַליזירט דעם ייִדישן עין־הרע און איז דער בעסטער אויף דער טעמע. די זעקס איבערגעזעצטע אַרטיקלען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גוטן אַרײַנפֿיר צום ייִדישן פֿאָלקלאָר אויף ענגליש. זיי דעקן פֿאַרשיידענע זשאַנערן — הומאָר, פֿאָלקסליד, פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור, גלייבענישן, לעגענדע, און נאַציאָנאַלן כאַראַקטער. פּראָפֿ׳ חיה בר־יצחקס נייטיקע אַרײַנפֿירן און באַמערקונגען קלערן אויף אַ קאָמפּליצירטע געשיכטעס אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן אופֿן.