געזעלשאַפֿט

ראַסאַן פֿאַוזי בײַם קאַמפּוס פֿונעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט
ראַסאַן פֿאַוזי בײַם קאַמפּוס פֿונעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט
Credit: Adi Mahalel
ראַסאַן פֿאַוזי, אַ מיטל-יעריקער מענטש און אַ ליבהאָבער פֿון קאָמפּיוטערײַ, אַ פּאַלעסטינער אַראַבער פֿון אום-על-פֿאַכעם, מאַכט איצטער אַ מאַגיסטער בײַם קאָלומביע-אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק דווקא אין העברעיִשער ליטעראַטור. אין די העברעיִשע טעקסטן וואָס ער פֿאָרשט, זוכט ער אַלערליי אָנווײַזונגען וועגן די פּאַלעסטינער אַראַבער, און דערמיט וויל ער דערווײַזן דעם היסטאָרישן אומיושר פֿון
די ייִדן אין ארץ-ישׂראל כּלפּי זייערע אַראַבישע שכנים.
אום-על-פֿאַכעם, ראַסאַנס היימשטאָט, איז פֿרידלעך איבערגעגעבן געוואָרן פֿון יאָרדאַניע צו ישׂראל אין 1949. "מע האָט זי הן נישט באַפֿרײַט און הן נישט אָקופּירט", זאָגט ראַסאַן. ער געדענקט נאָך ווי אַ קינד, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט פֿאַרנומען זײַן משפּחהס הויז, און זײַנע עלטערן איז געבליבן נאָר צו שרייען "חי-וקים". הגם אום-על-פֿאַכעם איז די צווייט־גרעסטע אַראַבישע שטאָט אין ישׂראל, האָט זי נאָך אין יענער צײַט נישט פֿאַרמאָגט קיין גימנאַזיע און אויך עלעקטריע איז נישט געווען בנימצא. האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן יעדן טאָג אַרום 30 קילאָמעטער קיין נצרת, אפֿשר די אומאָפֿיציעלע אַראַבישע הויפּטשטאָט אין ישׂראל, כּדי ווײַטער זיך לערנען.
די העברעיִשע שפּראַך האָט ער געהאַט גענומען שטודירן אין פֿערטן קלאַס און אין אַ יאָר אַרום שוין פֿרײַ גערעדט און געלייענט. בפֿרט געדענקט ער צום גוטן זײַן העברעיִש-לערער אין גימנאַזיע, וואָס איז געווען אַן אַלטער אַשכּנזישער ייִד פֿון טבֿריה. דער דאָזיקער לערער פֿלעגט זיי, אַ גרופּע יונגע אַראַבער, לערנען העברעיִש מיט אַ שטאַרק אַשכּנזישן אַקצענט. אַחוץ אים, זענען די אַנדערע לערערס לרובֿ געווען איראַקישע ייִדן, וואָס זײַענדיק באַהאַוונט אין אַראַביש, פֿלעגן זיי שוין באַשטראָפֿן די תּלמידים אויף זייער אייגענעם מאַמע-לשון.
אַ היפּש ביסל איראָניע ליגט אין דער געשיכטע פֿון ראַסאַנס אָנקומען קיין אַמעריקע, דעם 13טן סעפּטעמבער 1993. אין דעם זעלביקן טאָג און גאַנץ צופֿעליק, האָבן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער יצחק ראַבין און דער פֿירער פֿון PLO (די פּאַלעסטינער פֿרײַהייט אָרגאַניזאַציע) יאַסיר אַראַפֿאַט זיך געטראָפֿן אין "ווײַסן הויז" מיט ביל קלינטאָן און אונטערגעשריבן דעם אָסלאָ-אָפּמאַך. למאַי איז דאָס זייער איראָניש? ווײַל אין ישׂראל פֿלעגט מען ראַסאַנען טשעפּען צוליב זײַן פּאָליטישן אַקטיוויזם, און בפֿרט — זײַנע קאָנטאַקטן מיט די מענטשן פֿון PLO. אין יענער צײַט איז געווען נאָך אומגעזעצלעך פֿאַר ישׂראלים צו האָבן באַציִונגען מיט פּי.על.אָ.ניקעס (אין די יאָרן 1985—1993). מע האָט זײַן אַמעריקאַנער ווײַב נישט געלאָזן וווינען אין ישׂראל, האָט ער באַשלאָסן אַריבערצופֿאָרן קיין אַמעריקע, נישט געקוקט אויף זײַנען פּלענער צו באַטייליקן זיך אין די מוניציפּאַלע וואַלן אין אום-על-פֿאַכעם.
אין זײַן פֿאָרש-אַרבעט, שרײַבט ער וועגן דער אַזוי גערופֿענער "שפּראַך-מלחמה" צווישן העברעיִש און אַראַביש. ער באַקלאָגט זיך, אַז עס זענען נישט געווען קיין לערן-ביכער צום לערנען זיך די אַראַבישע שפּראַך אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה (אָדער בעסער צו זאָגן, אַז לערן-ביכער זענען יאָ געווען, אָבער צוליב דעם וואָס זיי האָבן געטראָגן אַן אַנטי־ישׂראלדיקן כאַראַקטער, האָט מען זיי נישט דורכגעלאָזט). דאָך, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען די אַראַביש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג באַצוווּנגען זיך אויסצולערנען העברעיִש.
ראַסאַן זאָגט, אַז "ווי אַן אַראַבער און אַ פּאַלעסטינער, איז העברעיִש אַ טייל פֿון מײַן קולטור. פֿאַר מיר איז עס אַ נאַטירלעכע זאַך זיך אויסצולערנען אָט די שפּראַך. דאָך, בין איך נישט מסכּים, אַז די רעגירונג זאָל מיר אָנווײַזן אויף וואָסער שפּראַך איך דאַרף רעדן. יעדער ייִד אין ישׂראל מוז זיך לערנען אַראַביש און די רעגירונג מוז אויסטיילן רעסורסן דערצו. דאָס אַראַבישע לשון דאַרף שפּילן נישט בלויז די ראָלע פֿון אַ שפּראַך פֿאַר די זיכערהייט-אינסטאַנצן."
אָבער נישט נאָר העברעיִש איז אַ טייל פֿון ראַסאַנס קולטור; אויך ייִדיש איז אים באַקאַנט. ער האָט זיך, צו ערשט, דערוווּסט וועגן דער ייִדישער שפּראַך נאָך אַ בחור פֿון 15־16 יאָר. "איך פֿלעג אַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן אויף דער אַלענבי־גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ, לעבן דער אָפּערע", דערציילט ער ווײַטער, "און די בעלי-בתּים, צוויי ברידער און צוויי שוועסטער, פֿלעגן צווישן זיך רעדן ייִדיש. מיט מיר האָבן זיי גערעדט העברעיִש."
ווען איך זאָג אים, אַז דאָס וואָרט "כּלים" קען מען באַניצן אויף ביידע שפּראַכן, טוט ער אַ לאַך ווײַל ס׳רובֿ מאָל לאָזט מען די אַראַבישע אַרבעטער אין רעסטאָראַנען אַרבעטן נאָר אין די קיכן, ווי כּלים-וואַשערס. ער דערציילט ווי אַ חבֿר זײַנער האָט געדאַרפֿט בײַטן זײַן נאָמען פֿון "מאַכמוד" אויף "איליי", כּדי צו אַרבעטן ווי אַ סאַרווער אין אַ ישׂראלדיקן רעסטאָראַן. יאָרן שפּעטער אין ניו-יאָרק, ווען ער האָט אָנגעהויבן אַרײַנצוגיין אין די אָרטיקע לינקע קרײַזן, האָט ער זיך באַקענט מיט די בונדיסטן און אַנדערע מענטשן פֿון דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה (ער האָט זיך אויך געחבֿרט מיט דער באַרימטער ייִדישיסטקע און אַקטיוויסטקע אַנעט רובינשטיין). "איך קען די לינקע בײַ ייִדן", זאָגט ער, "איך פֿלעג רעדן מיט זיי מכּוח דעם סיכסוך. הגם אַ טייל פֿון זיי זענען געוואָרן גרויסע שטיצערס פֿון ישׂראל, פֿלעגן זיי אויך אויסדריקן אַן אַנטוישונג לגבי דעם ציוניסטישן סאָרט סאָציאַליזם. זיי פֿלעגן אַפֿילו ווערן אין כּעס אויף מיר ווי אויף אַ ישׂראלי, ווײַל אין ישׂראל פֿלעגט מען אונטערדריקן די ייִדישע קולטור. זיי האָבן מיר דערצו געוויזן אַ דאָקומענט, וווּ עס ווערט אָנגעוויזן אַ פֿאַרבאָט אויף דער ייִדישער פּרעסע אין ישׂראל."
דער הויפּט-ציל פֿון ראַסאַנס פֿאָרשונג איז צו באַנײַען די גוטע "משפּחהדיקע" באַציִונגען צווישן העברעיִש און אַראַביש. "ייִדן אין אַלע אַראַבישע לענדער פֿלעגן זיך באַטייליקן אין דער אַנטוויקלונג פֿון אַראַביש. פּאַלעסטינער בירגער פֿון ישׂראל באַניצן אַ סך העברעיִשע ווערטער (אויף דעם זעלבן אופֿן ווי פֿיל אַראַבישע ווערטער זײַנען אַרײַן אין עבֿרית). למשל, דאָס העברעיִשע וואָרט "בגד-ים" (שווימקעס) ווערט באַניצט אויך אין אַראַביש, ווײַל אין אַראַביש אַ "בגד" הייסט "בידזשאַד", און דאָס וואָרט "ים" קלינגט פּונקט אַזוי אויך אויף אַראַביש. אַפֿילו די נעמען פֿון די שפּראַכן זענען ענלעך: "עבֿרית" און "ערבֿית" ("אַראַביש" אויף העברעיִש). שפּראַכן אַליין שאַטן קיינמאָל נישט איינע דער אַנדערער, אָבער מענטשן שטערן יאָ איינער דעם אַנדערן. דעריבער איז וויכטיק, אַז ראשית-כּל זאָלן פּאָליטיש אַלע מענטשן זײַן גלײַך, אָבער אויסצוגלײַכן דעם סטאַטוס פֿון די ביידע שפּראַכן קען זײַן אַ וויכטיקער מיטל צו דערגרייכן דעם דאָזיקן פּאָליטישן ציל."