דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

דאָס מאָל וועלן מיר ווײַטער אַרומרעדן די אַמעריקאַנער-אָפּשטאַמיקע געוויקסן, דהײַנו: פֿאַסאָליעס. די מינים זענען באָב (אָפּשטאַמיקע פֿון דער אַלטער וועלט — פֿונעם מין וויקע, Vicia) און פֿאַסאָליעס (פֿון דער נײַער וועלט — פֿונעם מין פֿאַסאָליע, Phaseolus). אויף ענגליש זענען זיי אַלע beans, נאָר דאָ טאָר מען צו קאָלאָמבוסן נישט האָבן קיין טענה, ווײַל סײַ די אייראָפּעיִשע און סײַ די אַמעריקאַנישע באָבן געהערן צו דער זעלביקער משפּחה — באָבגעוויקסן אָדער קיטניות (אויף לאַטײַניש: Leguminosae). (פֿאַראַן נאָך אַ סך קיטניות אין דער אַלטער וועלט, וואָס מיר׳ן זיי אַרומרעדן באַזונדער.)
איז האָבן מיר צוויי באַזונדערע מינים (genus בלע״ז). וויפֿל האָבן מיר זגאַלן (species בלע״ז)? אין זײַן "געוויקסן-וועלט אין ייִדיש" רעכנט מרדכי שעכטער אויס צוועלף זגאַלן וויקע, אָבער בלויז דרײַ באַשטייען פֿון באָב: 1. רוסישער באָב, אָדער ביב — אויף לאַטײַניש Vicia faba. (אויף רוסיש זאָגט מען טאַקע bob, אויף אוקראַיִניש bib.) דאָס איז, ווי געזאָגט, דער פֿאַרשפּרייטסטער אייראָפּעיִשער באָב; אויף ענגליש broad bean, און ס׳איז טאַקע ברייטער ווי די אַנדערע; 2. קליינע בעבלעך, אויף ענגליש איז נישט צו געפֿינען קיין עקוויוואַלענט! און 3. שוואַרצער באָב, אויף ענגליש common vetch. (די ענגלישע black beans זענען נישט די, נאָר פֿאַסאָליעס.)
דער רוסישער באָב הייסט אויף ענגליש אויך fava, וואָס איז אַרײַן אין ענגליש פֿון איטאַליעניש אָדער פּאָרטוגאַליש; אויף פֿראַנצויזיש fève, אויף שפּאַניש haba, אַלע פֿונעם לאַטײַנישן faba. אויף רומעניש איז דאָס וואָרט דווקא bob. אויף עבֿרית זאָגט מען "פול" (אַרויסגערעדט /פּאָל/), אָבער ס׳איז בעסער באַקאַנט מיטן אַראַבישן טערמין "פֿול" (אַרויסגערעדט ווי אויף ייִדיש) — מע עסט עס געקאָכטערהייט אָדער געפּרעגלטערהייט, אין פֿאַלאַפֿעל, אַזוי ווי כומוס/נאַהיט/אַרבעס (chick peas).
פֿאַסאָליעס זענען, ווי געזאָגט, אַמעריקאַנער געוויקסן. פֿאַראַן עטלעכע זגאַלן, אָבער דער וויכטיקסטער איז Phaseolus vulgaris — דאָ גייען אַרײַן סטרוטשקעס/סטרוטשקעבאָב/לאָפּעטקעלעך (string/green/snap beans), ראָבע פֿאַסאָליעס (kidney beans) — וואָס דערפֿון געפֿינט מען שוואַרצע, ווײַסע, רויטע, ראָזעווע, אַפֿילו באַפֿלעקטע (pinto beans, אויף ייִדיש "געשריבענע פֿאַסאָליעס"). טשיקאַווע, וואָס נישט-געקוקט דערויף, וואָס חוץ אויף ענגליש (beans) און דײַטש (Bohnen) זענען דאָ אין אַלע אייראָפּעיִשע לשונות צוויי באַזונדערע טערמינען אויף די צוויי מינים, זאָגט מען אויף ייִדיש אויף פֿאַסאָליעס אויך צום טייל "באָב".
דער דאָזיקער טערמין איז, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַן אין ייִדיש פֿון סלאַוויש און געפֿינט זיך אין אַלע סלאַווישע לשונות. סײַ bob, סײַ faba וואַקסן ביידע פֿון איין אינדאָ־אייראָפּעיִשן שורש, וואָס ער קערט זיך אפֿשר אויך אָן מיטן גערמאַנישן שורש פֿון beans און Bohnen, אָבער גיכער נישט — שווער צו געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג צווישן די קאָנסאָנאַנטן /ב/ (דער צווייטער b פֿון bob) און /נ/ (פֿון bean). דער ערשטער /ב/ פֿון "באָב" מיטן /פֿ/ פֿון faba זענען יאָ פֿאַרבונדן — פֿונעם אינדאָ־אייראָפּעיִשן bh* וואַקסט אויסגעהאַלטן אַרויס סײַ לאַטײַניש /f/, סײַ סלאַוויש /b/.
דער אָפּשטאַם פֿון "פֿאַסאָליעס" איז דאָס לאַטײַנישע Phaseolus, וואָס אַליין נעמט ער זיך פֿון גריכיש. טשיקאַווע, וואָס אין ערגעץ האָט דער שרײַבער פֿון די שורות נישט געפֿונען קיין השערה, פֿאַר וואָס צו אַן אַמעריקאַנער געוויקס האָט מען צוגעטשעפּעט אַ גריכיש-שטאַמיקן נאָמען, נישט אַזוי ווי די כּלערליי אייראָפּעיִשע טערמינען וואָס מיר האָבן שוין באַגעגנט פֿאַר ‘קאַרטאָפֿל’, ‘פּאָמידאָר’ און ‘אינדיק’.
פֿאַראַן אויך אַ דײַטשיש-שטאַמיק וואָרט אויף ייִדיש: באָנדלעך /bundlekh/, וואָס ס׳איז אויפֿגעוויזן צום טייל אין פּוילישן ייִדיש (אַ שטייגער, אין טשענסטעכעוו) און אין קאַרפּאַטישן/אונגערישן ייִדיש (בײַם רובֿ הײַנטיקע חסידים).
פֿאַראַן, אַגבֿ, אויך אַ געוויקס "באָבבוים" (ענגליש broom), אויך פֿון דער משפּחה קיטניות, אָבער זײַנע קערעלעך עסט מען נישט.
לאָמיר זיך אומקערן צו עבֿרית, וווּ, ווי געזאָגט, באָב הייסט "פול"; פֿאַסאָליעס, ווידער, הייסן "שעועית", וואָס זײַן עטימאָלאָגיע איז, צום באַדויערן, נישט באַוווּסט. אַ מאָדנע זאַך: אין דער מישנה, סדר זרעים, מסכתּא כּלאַים, ווערט דערמאָנט "שעועית"; אין זײַן "משניות" אויף ייִדיש פֿאַרטײַטשט עס שׂימחה פּיעטרושקאַ ‘פֿאַסאָליעס’. היתּכן?
פֿאַראַן אַרום באָב אַ היפּש ביסל ייִדישער שפּראַכפֿאָלקלאָר:
1. "הימל און ערד און סטרוטשקעבאָב" = אַלץ מיט אַנאַנאַנדער, everything but the kitchen sink
2. "ווי באָב/פֿאַסאָליעס" = אַ סך, למשל, בײַ פּרצן, "מאָניש": "ווי פֿאַסאָליעס שיט מען קינדער [וועגן ייִדן]"!
3. אויך "צרות ווי באָב", "טרערן ווי באָב" = אַ סך
4. "גרויס ווי באָב" = זייער קליין. נישט קיין אַנדערער ווי מאַקס ווײַנרײַך האָט געשאַפֿן אַ קינדער-מעשׂהלע "בעבעלע", ווײַל דער העלד איז "גרויס ווי אַ בעבעלע"
5. "קלאָר ווי באָב־יויך" = נישט קלאָר, קלאָר ווי בלאָטע
6. "אַ ראַיה ווי באָב־יויך" = נישט קיין ראַיה
7. "באָבקע(ס)" — עפּעס אָן אַ ווערט: אינעם טעאַטער-ליד "האָפּקעלע" גראַמט זיך "לאָמיר אַלע טאַנצן איצט אַ האָפּקעלע" מיט "ס׳גאַנצע לעבן האָט די ווערט אַ באָבקעלע", וואָס מע האָט דערנאָכדעם "צענזורירט" אויף "ס׳גאַנצע לעבן איז דאָך נאָר אַ האָפּקעלע"...
און נאָך און נאָך.