קינאָ

קירע נײַטלי אין דער ראָלע פֿון סאַבינאַ שפּילריין
קירע נײַטלי אין דער ראָלע פֿון סאַבינאַ שפּילריין
דער נײַער פֿילם "אַ געפֿערלעכע מעטאָד" באַהאַנדלט דעם באַקאַנטן סיכסוך צווישן די צוויי ריזן פֿונעם פּסיכאָאַנאַליז, זיגמונד פֿרויד און קאַרל גוסטאַוו יונג. פֿרויד האָט צוערשט באַטראַכט יונג ווי זײַן יורש, וואָס וועט פֿאַרשפּרייטן זײַנע טעאָריעס אין דער ברייטער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, צום טייל צוליב דעם, וואָס יונג איז, ניט ווי ס׳רובֿ אַנדערע תּלמידים פֿרוידס, געווען אַ גוי, אַן "אַריער". אָבער די צוויי זײַנען זיך אין גיכן פֿונאַנדערגעגאַנגען איבער די ממשותדיקע אונטערשיידן אין זייער וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג: פֿרויד האָט צוגעשריבן אַלע פּסיכישע קראַנקייטן צו סעקסועלע פּראָבלעמען, בשעת יונג איז באַלד אַוועק אויף אַנדערע דרכים צו זוכן מיסטישע "אַרכעטיפּן" אין דעם "קאָלעקטיוון אונטערבאַוווּסטזײַן". נישט דאָס און נישט יענץ ווערט הײַנט אָנערקענט ווי אמת וויסנשאַפֿטלעכע טעאָריעס. איז זייער מחלוקת געוואָרן מער אַן עפּיזאָד אין דער אינטעלעקטועלער געשיכטע איידער אַן אַקטועלע פֿראַגע הײַנטיקן טאָג — אָבער ניט צוליב דעם אינטעלעקט גייט מען אין קינאָ זען דעם פֿילם "אַ געפֿערלעכע מעטאָד".
די אמתע סיבה איז די אַקטריסע קירע נײַטלי, די ענגלישע יפֿהפֿיה און האָליוווּד־שטערן, וואָס שפּילט די סאַדאָמאַזאָכיסטישע רוסיש־ייִדישע היסטעריש־קראַנקע סאַבינאַ שפּילריין, וועלכע (נאָך דעם ווי זי ווערט אויסגעהיילט) ווערט אַליין אַ וויכטיקער דאָקטאָר, אַ פֿאַרטרעטער בײַם פּסיכאָנאַנאַליטיקער — ווי אויך יונגס געליבטע. אין די ערשטע סצענעס אַרבעט נײַטלי אויף אַלע כּלים, שרײַט און וואַרפֿט זיך, אַזוי אַז ס׳איז אַ מאָל שווער צו קוקן אויף איר, ווי שיין זי זאָל נישט זײַן. אַפֿילו שפּעטער טראָגט זי אין זיך אַ נערוועזן כּוח און סעקסועלע ענערגיע, וואָס ציט דעם צוזעער צו און שטויסט אים אָפּ אין דער זעלבער צײַט. ס׳איז אַ זאַפֿטיקע ראָלע און נײַטלי זויגט פֿון איר אַרויס אַלע זאַפֿטן.
אַוודאי, זײַנען די סצענעס אין בעט, וווּ דער סאַדאָמאַזאָכיזם ווערט זייער בילדעריש פֿאָרגעשטעלט, גענוג סענסאַציאָנעל, אפֿשר אַפֿילו שונדיש; אָבער דער קאָנטראַסט צווישן דעם הויכן, אינטעלעקטועלן דיאַלאָג פֿון די כאַראַקטערן און זייערע ווייניק־איידעלע סעקס־מעשׂים מאַכט אַן איראָנישן, קאָמישן אײַנדרוק. ווײַזט זיך אַרויס, אַז די גרויסע פֿאָרשערס פֿונעם מענטשלעכן גײַסט האָבן אויך אַ "נשמה בהמית", ווילד־חייִשע אינסטינקטן, וואָס דריקן זיך אויס אויף אַן אויסטערלישן אופֿן.
אַז דער פֿילם איז באַזירט אויף אַ טעאַטער־פּיעסע, קען מען גרינג דערקענען, ווײַל כּמעט יעדע סצענע באַשטייט פֿון אַ דראַמאַטישן דיאַלאָג צווישן צוויי מענטשן. דער הינטערגרונט בײַט זיך כּסדר — אין וואַלד, בײַם ים, בײַ פֿרויד אין קאַבינעט — אָבער ס’איז שטענדיק די זעלבע דרײַ־פֿיר מענטשן, וואָס זאָגן די זעלבע זאַכן. דער סוף איז אויך אַ ביסל שוואַך; עס וועט ניט זײַן קיין גרויסער חידוש, אַז פֿון יונג און שפּילריינס "ליבע" לאָזט זיך אויס אַ בוידעם. די מעשׂה ענדיקט זיך קורץ פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען שפּילריין האָט חתונה מיט אַ רוסישן ייִד און יונג האָט שוין געפֿונען אַ צווייטע געליבטע, נאָר אַ האַלב ייִדישע.
סאַבינאַ שפּילריין איז צוריקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט איר מאַן, אָבער די ערשטע וועלט־מלחמה האָט זי איבערגעלעבט אין דער שווייץ. אין 1923 האָט זי זיך, סוף־כּל־סוף, באַזעצט אין איר היימשטאָט, ראָסטאָוו־אויפֿן־דאָן, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און איז געוואָרן אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער סאָוועטישער פּסיכאָאַנאַליטישער באַוועגונג. אַפֿילו נאָך דעם ווי דער רעזשים האָט פֿאַרווערט דעם פּסיכאָאַנאַליז אין יאָר 1936, האָט זי ווײַטער געדרוקט אַרטיקלען אין די מערבֿדיקע וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. אָבער אין יאָר 1942, אין דער צײַט פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע איז זי דערשאָסן געוואָרן צוזאַמען מיט אירע צוויי טעכטער.
* * *
קוקנדיק דעם פֿילם, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דער נאָמען שפּילריין איז מיר שוין עפּעס באַקאַנט. נאָר מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, בײַם לייענען אַ ביבליאָגראַפֿיע, האָב איך געפֿונען: סאַבינאַס ברודער, איטשע־מאיר שפּילריין. אין 1926 האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס ביכל "ייִדיש — אַ קאָנספּעקט פֿון אַ קורס", וואָס איז געווען באַזירט אויף זײַנע לעקציעס אין 2טן מלוכישן אוניווערסיטעט אין מאָסקווע. ער איז אָבער נישט געווען קיין אויסגעשולטער פֿילאָלאָג, נאָר ער האָט, ווי זײַן שוועסטער, שטודירט פּסיכאָלאָגיע, אין בערלין און הײַדעלבערג. ביידע שפּילריינס האָבן געדרוקט אַרבעטן אויפֿן געביט פֿון קינדער־פּסיכאָלאָגיע, כאָטש זײַן אמתער פֿאַך איז געווען ווי אַ "פּסיכאָטעכניקער" — אַ מין וויסנשאַפֿט, וואָס זאָל איבערפֿורעמען די אופֿנים ווי אַזוי מענטשן אַרבעטן, כּדי זיי זאָלן זײַן מער עפֿעקטיוו און פּראָדוקטיוו.
די פּסיכאָטעכניק האָט אין די ערשטע יאָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם מאָדערניזירן די אינדוסטריעלע עקאָנאָמיע. אין יאָר 1931 איז דער 6טער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס פֿון פּסיכאָטעכניקער פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע — די ערשטע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון דעם מין זינט דער רעוואָלוציע. איטשע־מאיר שפּילריין איז מיט אַ יאָר פֿריִער געוואָרן פּרעזידענט פֿון זייער אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט. אָבער אין יענע יאָרן איז די פּאָליטישע אַטמאָספֿער געוואָרן וואָס מער ראַדיקאַל, וואָס מער געפֿערלעך, בפֿרט נאָך דעם ווי דער רעזשים האָט באַשלאָסן, אַז פּסיכאָטעכניק איז אידעאָלאָגיש ניט כּשר־וישר. שפּילריינס אוניווערסיטעט־אָפּטייל האָט זיך פֿאַרמאַכט. אין 1935 האָט מען אים אַרעסטירט פֿאַר "קאָנטער־רעוואָלוציאָנערער פּראָפּאַגאַנדע" און "טראָצקיזם" און פֿאַרשיקט אין "גולאַג". צוויי יאָר האָט ער זיך דאָרט געמאַטערט ביז דעם 26סטן דעצעמבער 1937 האָט מען אים דערשאָסן. נאָך צוויי ברידער פֿון סאַבינאַ און איטשע־מאיר זײַנען אין די זעלבע יאָרן אויך אומגעקומען. אַזוי אַז צווישן דעם נאַצישן און דעם סאָוועטישן טעראָר איז כּמעט די גאַנצע משפּחה פֿאַרטיליקט געוואָרן.
כאָטש די ייִדישע פֿילאָלאָגיע איז פֿאַר איטשע־מאיר שפּילריין געווען בלויז אַ זײַטיקער אינטערעס, ווײַזט זײַן "קאָנספּעקט" אַרויס אַ טיפֿן פֿאַרשטאַנד; נאָך אין 1926, פֿאַר דער אומזיכערער פּאָזיציע פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אָט שרײַבט ער, למשל: "די נאַציאָנאַלע אָפּגעזונדערטקייט און אַ באַזונדערע נאַציאָנאַלע שפּראַך קאָן עקזיסטירן נאָר ביז וואַנען די גרופּע, וואָס רעדט אויף דער דאָזיקער שפּראַך, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלבשטענדיקן עקאָנאָמישן אָרגאַניזם". אַזוי ווי די ייִדן ווערן גיך עקאָנאָמיש אינטעגרירט, קען מען דערפֿון אַרויסדרינגען, אַז זייער שפּראַך איז אין אַ סכּנה פֿון אונטערגיין. שפּילריין האָט אײַנגעזען, אַז דער ענין ליטעראַרישע שפּראַך איז פֿאַרבונדן מיט דער געבילדעטער שיכט און איז דערפֿאַר בטבֿע אין סתּירה מיט דער שפּראַך פֿון די "פֿאָלקסמאַסן". טשיקאַווע — אָבער גאָר ניט זעלטן אין יענע יאָרן — איז אויך זײַן איבערצײַגונג, אַז בעסער וואָלט געווען צו שרײַבן ייִדיש מיט לאַטײַנישע בוכשטאַבן. איין חבֿרטע מײַנע האַלט הײַנט אויך אַזוי, נאָר עס וועט זײַן שווער צו פּועלן בײַ די חסידים.