מיט 150 יאָר צוריק, דעם 25סטן דעצעמבער 1861, איז אין קרעמענטשוג, אוקראַיִנע, געבוירן געוואָרן דער דאָקטער און ייִדישער טוער חיים ספּיוואַק. אמת, ספּיוואַק, דערצו ניט חיים נאָר טשאַרלז, איז ער געוואָרן שוין אין אַמעריקע. אין רוסלאַנד איז זײַן משפּחה-נאָמען געווען ספּיוואַקאָפֿסקי.
ווי דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָרווערטס" אַב. קאַהאַן, האָט ספּיוואַק געהערט צו דער באַוועגונג “עם-עולם", וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט דעם ציל צו בויען לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָמונעס אין אַמעריקע. ספּיוואַק און קאַהאַן האָבן זיך באַקענט אין יאָר 1882, אויפֿן וועג קיין אַמעריקע, און זײַנען פֿאַרבליבן נאָענטע פֿרײַנד ביזן סוף פֿון ספּיוואַקס לעבן אין 1927. אינטערעסאַנט, אַז אין משך פֿון די ערשטע דרײַ יאָר פֿון זייער באַקאַנטשאַפֿט האָט ספּיוואַק אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז קאַהאַן האָט געקענט ייִדיש. זיי האָבן דאָך גערעדט צווישן זיך אויף רוסיש.
אין אַמעריקע האָט ספּיוואַק געאַרבעט און געלערנט ענגליש. דערנאָך האָט ער זיך אויסגעלערנט אויף אַ דאָקטער — פֿאַרענדיקט דעם דזשעפֿערסאָן מעדיקאַל קאָלעדזש אין פֿילאַדעלפֿיע. ער האָט באַגעגנט אַ פֿרוי וואָס איז געווען מיט עלף יאָר ייִנגער פֿון אים, און זיי האָבן חתונה געהאַט. די פֿרוי, דזשעני טשאַרסקי, וואָס האָט אַן אייגן אָרט אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער און קולטור-געשיכטע, האָט געהאַט קראַנקע לונגען. האָט ספּיוואַק באַשלאָסן, אַז פֿאַר איר וועט זײַן בעסער צו וווינען אין דענווער, מיט זײַן טרוקענעם קלימאַט. דאָס האָט אויך באַשטימט זײַן אייגענעם וועג אין לעבן. מיט ספּיוואַקס נאָמען איז פֿאַרבונדן געוואָרן די געשיכטע פֿון אויפֿבויען אין דענווער אַ צענטער, וווּ מע האָט געהיילט טויזנטער ייִדישע טובערקולאָז-קראַנקע.
גלײַכצײַטיק איז ספּיוואַק געווען אַן ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש. אין דער צײַטונג “פֿאָרווערטס" פֿלעגט ער רעגולער דרוקן אַרטיקלען וועגן מעדיצין און היגיענע, ווי אויך וועגן געשיכטע פֿון מעדיצין דורך דער פּריזמע פֿון תּנ״ך און תּלמוד. מיט 100 יאָר צוריק, אין 1911, האָט ער, צוזאַמען מיטן ייִדישן דיכטער יהואש, אַרויסגעגעבן זייער בשותּפֿותדיקע לעקסיקאָגראַפֿישע אַרבעט — דאָס “ייִדיש-ווערטערבוך", וואָס האָט אין זיך אַרײַנגענומען “העברעיִשע און כאַלדעיִשע ווערטער, אויסדרוקן און אייגננעמען". די צווייטע אויפֿלאַגע פֿונעם ווערטערבוך איז אַרויס אין 1926.