‫פֿון רעדאַקציע

דער פֿרישער נומער פֿון דעם זשורנאַל "קאָמענטאַרי" איז כּולל אַן אַרטיקל פֿון יונתן טאָבין, וואָס באַרירט די פֿראַגע פֿון "ייִדן, געלט און 2012" — אַזוי הייסט טאַקע דער אַרטיקל מכּוח דער ראָלע, וואָס ייִדן שפּילן און קענען שפּילן אין די פּרעזידענטישע וואַלן. דער "קאָמענטאַרי" שפּיגלט אָפּ מיינונגען פֿון דעם קאָנסערוואַטיוון אַמעריקאַנער ייִדישן עולם, און טאָבינס אַרטיקל איז, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעשריבן פֿון אָט דעם קוקווינקל. גלײַכצײַטיק אָנערקענט ער, אַז דער גרעסטער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן הויפּטשטראָם קוקט נאָך אַלץ אויף דער וועלט מיט אַנדערע אויגן און שטיצט אין זײַן מערהייט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, ניט געקוקט אויף דעם וואָס די איצטיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט — און נאָך מער פֿריִער געהאַט — פּראָבלעמען מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

דער ייִדישער חלק צווישן די אַמעריקאַנער וויילערס איז זייער אַ קליינער, ווייניקער פֿון 2 פּראָצענט. אין אַ צאָל שטאַטן איז ער גרעסער — אין ניו-יאָרק דערגרייכט ער 8.3 פּראָצענט, אין מאַסאַטשוסעטס און מערילענד איז ער העכער פֿון 4 פּראָצענט, אין קאַליפֿאָרניע איז ער העכער פֿון 3 פּראָצענט. אָבער דאָס זײַנען פֿעסטע דעמאָקראַטישע שטאַטן און קיין ניסים דערוואַרט דאָרטן קיינער ניט. ייִדישע שטימען קענען האָבן אַ ממשותדיקע צי אַפֿילו אַ באַשטימענדיקע השפּעה אין די דרײַ "וואַקלדיקע" שטאַטן מיט אַ הויכער קאָנצענטראַציע פֿון ייִדישע וויילערס: ניו-דזשערסי, פּענסילוואַניע און פֿלאָרידע. אַ סבֿרא, אַז דאָרטן וועט געפֿירט ווערן דער שטאַרקסטער קאַמף פֿאַר די מוחות און הערצער פֿון דעם ייִדישן עולם.

ס’איז קלאָר, אָבער, ווי עס שרײַבט טאָבין, אַז נאָר פֿון 10 ביז 25 פּראָצענט ייִדן וועלן זיך לאָזן אײַנרעדן צו שטימען פֿאַר דעם אָדער יענעם צד-שכּנגד. ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען פֿעסט איבערגעגעבן די דעמאָקראַטן צי די רעפּובליקאַנער און קיין פּראָפּאַגאַנדע וועט ניט קענען בײַטן זייער פּאָזיציע, סײַדן עפּעס באמת אויסערגעוויינטלעכס וועט געשען אין אַמעריקע, ישׂראל צי נאָך ערגעץ-וווּ.

היסטאָריש האָט דער גרעסטער חלק ייִדן — 39 פּראָצענט — געשטימט פֿאַר אַ קאַנדידאַט פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי אין יאָר 1980. דאָס איז געשען בימי ראָנאַלד רייגען, און קיינער האָט אים אין דעם זין ניט געקענט איבערשפּרינגען. ער אַליין האָט אין 1984 באַקומען שוין ווייניקער, 31 פּראָצענט, ייִדישע שטימען. אין פֿיר יאָר אַרום האָט אַ ביסל מער אָנגעקליבן דער עלטערער דזשאָרדזש בוש — 35. וואָס שייך דעם איצטיקן דעמאָקראַטישן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, האָט ער באַקומען אַן 78־פּראָצענטיקע ייִדישע שטיצע.

אָבער — שטרײַכט אונטער יונתן טאָבין — זײַנען אין די אַמעריקאַנער וואַלן וויכטיק ניט אַזוי די עצם ייִדישע וויילערס ווי די ייִדישע געלטער. אָפּצושאַצן דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער אָדער יענער קאַמפּאַניע איז שווער, אָבער — ווי עס האַלט טאָבין — טראָגן אַרײַן די ייִדן אַרום אַ דריטל פֿון די געלטער אין דער דעמאָקראַטישער קאַמפּאַניע און ווייניקער, אָבער אויך אַ גאַנץ וואָגיקן טייל, אין דער רעפּובליקאַנער קאַמפּאַניע. בעת דעם הײַנטיקן סעזאָן איז די פֿראַגע פֿון "ייִדישע געלטער" געוואָרן, פֿאַרשטייט זיך, באַזונדערס פּראָמינענט צוליב די מיליאָנען דאָלאַרן, וואָס דאָס ייִדישע פּאָרפֿאָלק אַדעלסאָן האָט אַרײַנגעטראָגן אין דער קאַמפּאַניע פֿון ניוט גינגריטש.

טאָבין לייגט אַרײַן אַ סך ענערגיע און טינט אין דער באַמיִונג צו דערווײַזן, אַז די ייִדישע מיליאָנען, אַדעלסאָנס צי אַנדערע, שפּילן ניט קיין באַשטימענדיקע ראָלע בײַם לאָבירן ריין ישׂראלדיקע אינטערעסן. זײַן אידעע איז אַזאַ: מע גיט געלט די קאַנדידאַטן, וועלכע זײַנען סײַ-ווי-סײַ פּראָ-ישׂראלדיק געשטימט. גינגריטש, אַ שטייגער, איז געווען דערמיט באַקאַנט נאָך דעמאָלט, ווען ער האָט זיך ניט גענייטיקט אין קיין ממתּקים פֿאַר די נאָמיניר-וואַלן.

לאָמיר זיך ניט אַמפּערן מיט טאָבינען און אָננעמען, אַז ער איז גערעכט און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, באמת אַזוי. אָבער וועמען אינטערעסירט דער דאָזיקער "היסטאָרישער אמת"? מיר רעדן דאָך ניט וועגן וויסנשאַפֿט. בינו-לבינו, ווערן די געשעענישן אויפֿגענומען גאָר ניט וויסנשאַפֿטלעך: ייִדישע געלטער שיטן זיך אַרײַן בשפֿע אין די קופֿערטן פֿון די קאַנדידאַטן, ווײַל די ייִדן דערוואַרטן עפּעס פֿון זיי. מיט אַנדערע ווערטער, קיין בעסערע אילוסטראַציע צו כּלערליי קאָנספּיראַטיווע טעאָריעס קען מען ניט צוטראַכטן, בפֿרט נאָך אין דעם פֿאַל פֿון שעלדאָן און מרים אַדעלסאָן, וואָס זײַנען באַקאַנט ווי הייסע שטיצער פֿון ישׂראל.

אַ דעליקאַטע פֿראַגע איז עס — די ייִדישע געלטער אין די וואַלן. וויכטיק איז ניט נאָר וועמען און וויפֿל ס׳ווערט געגעבן, נאָר אויך ווי אַזוי און אין אַ וועלכן קאָנטעקסט.