ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
אין פּאָדריאַד" — אין אַ הײַנטיקער מצה־פֿאַבריק
אין ברוקלין"
אין פּאָדריאַד" — אין אַ הײַנטיקער מצה־פֿאַבריק
אין ברוקלין"
אין זײַן דעפֿיניציע פֿון "פֿאָלקלאָר" האָט פּראָפֿ׳ דבֿ נוי צעטיילט די וויסנשאַפֿט אין דרײַ גרויסע קאַטעגאָריעס: פֿאָלקלאָר מיט אַ טעקסט, מיט ווערטער (פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿאָלקס־לידער, ווערטלעך); וויזועלער פֿאָלקלאָר (פֿאָלקקונסט), און פֿאָלקלאָר "אין מוח" (גלייבענישן, מינהגים). אַ יום־טובֿ צי אַ פֿעסטיוואַל נעמט אַרײַן אַלע דרײַ קאַטעגאָריעס. למשל, אויב מע נעמט פּסח ווי אַ דוגמא — מע לייענט די הגדה, און מע זינגט לידער; די קערה און כּוס זענען אָפֿט געווען מוסטערן פֿון פֿאָלקקונסט; דאָס באַהאַלטן דעם אַפֿיקומן, דאָס אַרײַנלאָזן אליהו־הנבֿיא, זענען מוסטערן פֿון טראַדיציעס און גלייבענישן.

דערמיט וויל איך אַרויסהייבן, אַז פּסח נעמט אין זיך אַרײַן אַ שלל מיט סימבאָליק, קונסט, פֿאָלקס־אויסדרוק, וואָס דעקט נישט נאָר די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים, וואָס ליגט בײַם צענטער פֿונעם יום־טובֿ, נאָר אַ סך מער. דעריבער קען מען פֿאַררעכענען פֿאַרשיידענע מינים לידער ווי פּסח־לידער, כאָטש זיי האָבן נישט קיין דירעקטע שײַכות מיט דער הגדה.

וועגן דעם משׂכּילישן בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח" (1881) פֿון משה־אַהרון שאַצקעס, האָב איך אַמאָל געשריבן און דערמאָנט, אַז בלויז פֿונעם טיטל פֿון בוך, פֿאַרשטייט מען שוין, אַז בײַ ייִדן איז געווען טאַקע אַ צײַט אויפֿן לוח, וואָס מע האָט אָנגערופֿן "דעם פֿאַר־פּסח", ווײַל אַזוי פֿיל טראַדיציעס און מינהגים און סתּם צוגרייטונגען אויף יום־טובֿ זענען פֿאָרגעקומען אָנהייבנדיק באַלד נאָך חנוכּה. די טראַדיציע פֿון באַקן מצות צוזאַמען — "אין פּאָדריאַד", האָט עס געהייסן — איז געווען פֿאַרשפּרייט און קומט נאָך פֿאָר הײַנט אין פֿרומע קרײַזן. עס איז דאָ אַ קליינע ליטעראַטור אויף דער טעמע, אָבער א. ליטווינס לענגערע פּאָעמע "אין פּאָדריאַד" איז פֿון די בעסטע שאַפֿונגען אויף דער טעמע. שמעון פֿרוג באַשרײַבט דאָס אויך אין זײַן ווערק. באָב פֿרידמאַן פֿון פֿילאַדעלפֿיע האָט אונדז צוגעשיקט אַ מצה־באַקן־ליד געזונגען פֿון דאָרע ליבסאָן. כאָטש זי שטאַמט פֿון סאַסעוו, מערבֿ־אוקראַיִנע, האָט זי אַפּנים דאָס ליד זיך אויסגעלערנט פֿון אַ ליטוואַק, ווײַל דער טעקסט איז אַ ליטוויש־ייִדישער.

מיר נעמען ווייצלעך, אַ פֿולע קוישן
אַפֿילו אָט אַזעלכע.
און מיר מאָלן און מיר מאָלן
מאָלן ווייצלעך בילכע.

איצטערט קינדער נעמט אַ זיפּקע
און צעזיפּט די מעל.
זיפּט זשע, זײַט זשע, זיפּט זשע, זײַט זשע
וואַרפֿט אַרויס די קלײַען.

איצטערט קינדער פֿאַרקאַטשט די אַרבל,
חנה אָדער דבֿורה,
שיט אָן מעל, גיסט אָן וואַסער,
און פֿאַרקנעט אַ מיירע.

און פֿון דער מיירע, שנײַדט אָן טעגלעך,
שנײַדט אָן טעגלעך קליינע.
וועלגערט, וועלגערט, וועלגערט, וועלגערט,
וועלגערט מצות שיינע.

איצטערט קינדער נעמט אַ רעדל,
אַ רעדל מיט שאַרפֿע ציינער.
רעדלט, רעדלט, רעדלט, רעדלט,
פֿעלן זאָל נישט קיינער.

איצטערט קינדער זעט די מצות,
דער אויוון איז אַ הייסע.
וואַשט זיך אָפּעט, נעמט אַרויסעט,
עסן ווי דער קייסער!

עס זענען געווען "חשובֿע" טראַדיציעס פֿאַר פּסח ווי מצה־באַקן, און ווייניקער חשובֿע טראַדיציעס וואָס מע הערט נישט פֿון זיי, ווײַל ווי אַ טייל פֿון דעם מינהג האָבן ייִדן חוזק געמאַכט פֿון אַנדערע ייִדן. שבת־הגדול, דער שבת פֿאַר פּסח, האָט מען אָרגאַניזירט אַ כּמו־פּאַראַד (מע האָט אַוועקגעשטעלט אַ גוי אויף אַ פֿערד) און מע האָט געשריִען דורך די גאַסן, אַז אַלע ייִדן מיט פּאַרכעס (אַ הויט־קרענק אויפֿן קאָפּ) דאַרפֿן צוריקפֿאָרן קיין מיצרים. דאָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער זעקסטער מכּה, שחין, וואָס מע האָט אויסגעטײַטשט אויף ייִדיש ווי אַ פּאַרך. משה קופּעט פֿון יעדעניץ, באַסאַראַביע, האָט אַפֿילו געדענקט אַ לידל וועגן פּאַרכעס.

אַלע פּאַרכעס האָבן זיך צוזאַמענגענעמען אין אַ רעדל,
האָבן געטאַנצט פֿונעם הקדש ביזן בעדל.
היי־הו, פּאַרכעניו,
גיב זיך אַ קראַץ אין קעפּעניו.

ווער סע קען גיכער לויפֿן,
דער זאָל גיין סמאָלע קויפֿן.
היי־הו, פּאַרכעניו,
גיב זיך אַ קראַץ אין קעפּעניו.

ס'איז געוואָרן אַ גרויס געזעמל,
דער עלטסטער פּאַרעך האָט פֿאַרלוירן דאָס קעמל.
היי־הו, פּאַרכעניו,
גיב זיך אַ קראַץ אין קעפּעניו.

אין דער צײַט פֿון פּסח זענען אויך פֿאָרגעקומען פּאָגראָמען, ווי דער קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903, און סתּם אַטאַקעס אויף ייִדן. די קריסטלעכע חגא פּאַסכע, ("איסטער" — אויף ענגליש) איז אַ צײַט בײַ די קריסטן צו געדענקען דעם טויט פֿון ישו־הנוצרי, און אַזוי ווי דאָס איז, לויט זיי, פֿאַרבונדן מיט די ייִדן, איז די קריסטלעכע שׂינאה צום ייִדישן פֿאָלק דענצמאָלט געוואַקסן.

אין מײַן באָבעס נוסח פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם־ליד, הייבט זיך עס אָן אַזוי:

אַחרון־של־פּסח אויף דער נאַכט
איז אַרויס אַ נײַער אוקאַז.
ייִדן זאָלן ליגן באַהאַלטן,
זיי טאָרן זיך נישט דרייען אין גאַס.

פּאָגראָם־לידער, פּאַרך־לידער, מצה־באַקן־לידער: די אַלע לידער האָבן אַ שײַכות מיט פּסח; אייניקע מער דירעקט ווי אַנדערע. פּסח פֿאַרנעמט אַזאַ וויכטיק אָרט אין ייִדישן לעבן, אַז די גרויסע צאָל לידער פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ איז נישט קיין גרויסער חידוש.