ליטעראַטור


Shalom Auslender.
Hope: A Tragedy. A Novel.
Riverhead, 2012

דער ערשטער ראָמאַן פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער שלום אויסלענדער זעט אויס ווי אַ פּרוּוו אונטערצוציִען אַ סך־הכּל צו דער לעצטער תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. די דאָזיקע תּקופֿה קאָן מען באַשרײַבן ווי אַ "נאָך-קלאַסישע", וואָס איז געקומען נאָך דעם, ווי די קלאַסיקער, אַזעלכע ווי סאָל בעלאָו, פֿיליפּ ראָט, בערנאַרד מעלאַמוד האָבן געהאַט אָנגעשריבן זייערע וויכטיקסטע ווערק און אַנטדעקט פֿאַר דער וועלט דעם נײַעם אַמעריקאַנער ייִדישן העלד.
נאָך זיי איז געקומען אַ ייִנגערער דור׃ מײַקל שאַבאָן, דאַראַ האָרן, יונתן סאַפֿראַן־פֿאָער, נתן ענגלענדער, גערי שטיינגאַרטאַון. זיי האָבן אַרײַנגעבראַכט מער איראָניע און פֿאַנטאַזיע אין ליטעראַטור, געשאַפֿן אַ נײַעם מין העלד, אַ לײַכטזיניקן כּמו־אינטעליגענט, וואָס איז דער היפּוך צו די "ערנסטע" כאַראַקטערן פֿון זייערע פֿאָרגייערס.
אַזוי ווי אַנדערע יונגע "פּאָסט־קלאַסיקער", שפּילט זיך אויסלענדער מיט כּלערליי קולטורעלע קלישעען פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. זײַן ראָמאַן איז דורכגעזאַפּט מיט ליטעראַרישע רמזים און אַסאָציאַציעס, אָבער זיי שפּילן אַ ריין איראָנישע ראָלע. דאָס בוך איז איינצײַטיק אי אַ פּאַראָדיע אויף דער אַמעריקאַנער־ייִדישער ליטעראַטור, אי אַ מין פֿילאָסאָפֿישער משל וועגן דעם מיין פֿון לעבן און טויט, אָבער אָט די ביידע אַספּעקטן לאָזן זיך ניט צעטיילן.
אויסלענדערס סטיל איז אַ געניטער געמיש פֿון איראָניש־טיפֿזיניקע חקירות, וואָס הינטער זיי שטעקט אַ טראַגישער געפֿיל פֿון פּוסטקייט. דער סיפּור־המעשׂה הייבט זיך אָן מיט דעם, ווי דער העלד סאָלאָמאָן קוגעל אַנטדעקט אויף דעם בוידעם פֿון זײַן נײַעם הויז אַן אַלטע פֿרוי, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַנאַ פֿראַנק. דאָס אַלטע פֿאַרם־הויז האָט פֿריִער געהערט צו אַן אַמעריקאַנער־דײַטשישער משפּחה, וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַ קליינעם אַמעריקאַנער שטעטל אין מיט־19טן יאָרהונדערט. אַנאַ פֿראַנק איז כּלומרשט על־פּי נס פֿאַרבליבן לעבן און האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט בײַ די אַמעריקאַנער דײַטשן, וועלכע האָבן זיך געפֿילט שולדיק צוליב די נאַציס.
קוגעל, וואָס האָט פֿון קינדווײַז אָן געלעבט אינעם שאָטן פֿונעם חורבן, האָט בכּיוון אויסגעקליבן אַן אָרט אָן שום געשיכטע, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿונעם שטענדיקן פּחד פֿון זײַן ייִדישן גורל, אָבער אַנשטאָט דעם, מוז ער בוכשטעבלעך לעבן מיטן געשפּענסט פֿונעם חורבן. אַנאַ פֿראַנק פֿאַרקערפּערט דעם "סקעלעט אינעם בוידעם" פֿונעם מאָדערנעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. זי איז אויך אַ פּאָפּולערע פֿיגור פֿונעם ייִדישן כּוח־הדימיון, פֿון פֿיליפּ ראָט ביז נתן ענגלענדער.
און הגם אויסלענדער טענהט, אַז ער האָט געלייענט זייער ווייניק פֿון פֿיליפּ ראָטס ווערק, איז זײַן באַציִונג צו דעם עלטערן "קלאַסיקער" זייער בולט. דער פּסיכאָלאָגישער "אַנאַ פֿראַנק קאָמפּלעקס" דערמעגלעכט צו אַנטפּלעקן די אינעווייניקע סתּירותדיקייט פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן וועלטבאַנעם. פֿון איין זײַט, טראָגט מען אין זיך אַ שולד־געפֿיל פֿאַר נישט אַרויסהעלפֿן די קרבנות פֿונעם חורבן, און פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל מען אויסנוצן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן לטובֿת אייגענע אינטערעסן, בפֿרט הײַנט, ווען יעדע עטנישע מינאָריטעט שטאָלצירט מיט די יסורים, וואָס זי האָט אַ מאָל געהאַט אויסצושטיין.
אויסלענדער האָט אַ שאַרף אויג פֿאַר פּרטים און אַ פֿײַנעם אויער פֿאַר דער הײַנטיקער שפּראַך. זײַנע דיאַלאָגן זײַנען קורץ, זאַפֿטיק, און פֿול מיט הומאָר. זײַן איראָניע האָט עטלעכע ניוואָען. אויף דעם אויבערפֿלאַך ליגט אַ געשיכטע פֿון אַן ייִדישן לא–יוצלח פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ טיפּ, וואָס האָט שוין געהאַט עטלעכע גילגולים אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.
און הינטער דעם שטעקט אַ פּאַראָדיע אויף דער איראָנישער ליטעראַטור. אויסלענדער לאַכט שוין נישט אויס זײַן העלד גופֿא, נאָר די פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿונעם דאָזיקן טיפּ, בפֿרט פֿון דער ליטעראַרישער נטיה צו פּסיכאָ־אַנאַליטישע גריבלענישן אינעם ייִדישן אונטערבאַוווּסטזײַן. די פּסיכאָלאָגישע טיפֿענישן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער נשמה ווײַזן זיך אַרויס גאַנץ שיטער.
די צענטראַלע מעטאַפֿאָרישע געשטאַלט פֿונעם ראָמאַן איז אַן אַלט הויז מיט אַ שלעכטער ווענטילאַציע, וואָס טרײַבט אַרום די אַלטע לופֿט איבער די צימערן. פּונקט אַזוי, זאָגט אונדז דער מחבר, טרײַבט מען אַלטע מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס אין דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. דער מיין פֿונעם דאָזיקן משל ווערט דערקלערט צום סוף פֿונעם ראָמאַן דורך אַ מעקלערקע, וואָס האַנדלט מיט הײַזער, אַ טיפּישע פּרנסה צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. זי פֿאַרגלײַכט פֿאַנטאַזיע מיט אַרכיטעקטור און ווירקלעכקייט מיט בויען׃ מען קאָן אויסטראַכטן כּלערליי אינטערעסאַנטע און לעבעדיקע זאַכן, אָבער ווען עס קומט צו מאַכן זיי ווירקלעך און פּראַקטיש, ווערן זיי נודנע און טויט.
ווי לאַנג וועט די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור באַוווינען דאָס אַלטע הויז מיט געשפּענסטן פֿון דער אַלטער היים? דאַכט זיך, דאָס איז די קשיא, וואָס שלום אויסלענדער שטעלט נישט נאָר פֿאַר זיך און זײַנע לייענער, אָבער אויך פֿאַר זײַנע חבֿרים ליטעראַטן. האָט מען שוין אויסגעשעפּט די אַלטע ירושה, וואָס מען האָט באַקומען פֿון די אָבֿות? די דאָזיקע אַלט־נײַע קשיאות געפֿינט מען שוין בײַ י. ל. פּרצן, דעם פֿאַרגעסענעם זיידן פֿון אַלע ייִדישע מאָדערניסטן. אַ סבֿרה, אַז אויסלענדערס ראָמאַן איז אַ סימן פֿון דער קומעדיקער ירידה פֿון דער פּאָסט־קלאַסישער תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, הגם עס עס איז נאָך ניטאָ קיין סימן, וואָס זשע וועט קומען נאָך איר.