דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

נאָך אַזוי פֿיל מאכלים ווילט זיך עפּעס טרינקען. איז לאָמיר זיך נעמען צו גלעזלעך ווײַן.
ווײַנטרויבן עסט דער מענטש שוין טויזנטער יאָרן; און ווײַן טרינקט ער אויך כּמעט אַזוי לאַנג. ווײַן מאַכט מען אין אַ היפּשן חלק אייראָפּע: פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, איטאַליע, (דרום-)פֿראַנקרײַך, (דרום-)דײַטשלאַנד, גרעקנלאַנד, אונגערן, רומעניע, מאָלדאָווע, גרוזיע. אין די שייכדיקע לשונות זענען די ווערטער פֿיל-ווינציקער אידענטיש. נאָר דאָ איז דאָ אַ פּאַראַדאָקס פֿון דער לינגוויסטיק:
אויב אין אַזוי פֿיל לשונות — ווי אויך דאָס לשון-קודשדיקע "יין" — זענען די ווערטער אידענטיש, וואָלט דעם הדיוט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז אַ סימן קרובֿישאַפֿט צווישן די לשונות. דעם שפּראַך-היסטאָריקער, אָבער, פֿאַלט אײַן עפּעס אַנדערש — אַז דאָס איז גיכער אַ ראַיה, אַז די לשונות האָבן זייערע אַלע ווערטער אַנטליגן פֿונעם זעלבן מקור. פֿאַר וואָס? וואָרן אויב דאָס וואָלטן געווען קרובֿישע ווערטער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט דורך הונדערטער צי טויזנטער יאָרן פֿון איין אָבֿ, וואָלטן זיי נישט געווען אידענטיש, נאָר בלויז ענלעך = אַ שטייגער, די ווערטער פֿאַר ׳ברודער׳ איבער דער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Bruder, ענגליש brother, לאַטײַניש frater, גרעקיש frater (׳מאָנאַך׳), רוסיש brat, סאַנסקריטיש bhratar אאַז״וו.
די פֿאָרשערס רעכענען אַזוי: די ווערטער פֿאַר ׳ווײַן׳ נעמען זיך אַלע פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין דרום-אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער אויפֿן קאָנטינענט האָבן זיך באַוויזן די אינדאָאייראָפּעער. דורך די רוימער האָט זיך דאָס וואָרט ווײַט צעשפּרייט, נאָך ווײַטער ווי די שטחים וווּ מע מאַכט ווײַן: פֿון איין זײַט ביז אירלאַנד און וויילס, פֿון דער אַנדערער — ביז רוסלאַנד, גרוזיע און ארץ-ישראל. (ס׳איז, אָבער, נישט דערגאַנגען ביז אינדיע און איראַן, אַ פּנים, ווײַל דאָרטן איז ווײַן נישט געווען קיין אָנגענומענער געטראַנק.)
אָט זענען די ווערטער: (גערמאַניש) דײַטשיש Wein, ענגליש wine; (ראָמאַניש) פֿראַנצויזיש/רומעניש vin (מיט אַ פֿאַרשיידענעם אַרויסרעד), שפּאַניש/איטאַליעניש vino, פּאָרטוגאַליש vinho; (סלאַוויש) פּויליש wino, טשעכיש/סלאָוואַקיש víno, רוסיש vino, אוקראַיִניש vyno; (באַלטיש) ליטוויש vynas; (קעלטיש) וועלשיש gwin; אַלטגרעקיש oinos; לשון-קודש "יין״. אַפֿילו פֿיניש האָט viini; אונגעריש איז כּמעט דאָס איינציקע וואָס האָט אין גאַנצן אַן אַנדער וואָרט: bor, פֿון טורקישן אָפּשטאַם. נישט פֿון טערקישן! אויף טערקיש זאָגט מען şarap, פֿונעם אַראַבישן sharab ׳געטראַנק׳. (פֿ״גל דאָס טערקישע çorba און דאָס רומענישע ciorba, ביידע טײַטש ׳זופּ׳, פֿון אַן אַנדער אַראַביש וואָרט פֿונעם זעלביקן שורש: shurba ׳געטראַנק׳.)
הײַנט די ווערטער פֿאַר ׳ווײַנטרויבן׳: ס׳רובֿ זענען איצט אָדער זענען כאָטש אַ מאָל געווען אַ צונויפֿהעפֿט פֿון ׳ווײַן׳ מיט עפּעס וואָס איז טײַטש אָדער ׳בינטל׳, ׳הענגל׳ אָדער ׳יאַגדע׳: על-כּולם "ווײַנטרויבן״. "ווײַן״ איז מקדמונים געווען טײַטש נישט בלויז פֿון דעם געטראַנק, נאָר אויך פֿון דער פֿרוכט וואָס דערפֿון מאַכט מען ווײַן. "טרויב״, ווידער, איז נישט דאָס סלאַוויש-שטאַמיקע וואָרט פֿאַר tube (אַזוי ווי "טרײַבל״ telephone receiver), נאָר אַן אַלט דײַטשיש-קאָמפּאָנענטיש וואָרט מיטן טײַטש ׳הענגל׳. איז אַ ווײַנטרויב גאָר אַ ׳הענגל ווײַנ(טרויבן)׳. אַגבֿ, איז דאָס סלאַוויש-שטאַמיקע "טרויב״ לכתּחילה אַרײַן פֿון דײַטשיש און האָט אַ שײַכות מיט Trompete ׳טרומייט׳ און אַפֿילו Trommel ׳פּויק׳. דאָס דײַטשישע, ווידער, שטאַמט מסתּם פֿון פֿראַנצויזיש.
ווײַטער: דאָס ענגלישע grape נעמט זיך פֿון אַן אַלט-פֿראַנצויזיש וואָרט פֿאַר ׳הענגל׳ (אין הײַנטיקן פֿראַנצויזיש: grappe). דאָס פֿראַנצויזישע, ווידער, איז אַרײַן גאָר אַ מאָל פֿון דײַטשישן krappa ׳האָקן, נאָגל׳. פֿון דעם וואַקסט דאָס הײַנטיקע דײַטשישע Krapfen ׳פּאָנטשקע׳ — ווײַזט אויס, ווײַל דער מאכל איז אַ מאָל געווען נישט קײַלעכדיק, נאָר אין דער פֿאָרעם פֿון אַ האָקן. וואָס דאַרפֿט איר מער? דאָס איז אויך דער אָבֿ פֿון "קרעפּל״! אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן... איידער ס׳האָט זיך אין ענגליש פֿאַרפֿעסטיקט grape האָט מען געזאָגט wingrape, וואָס איז אין גאַנצן געגליכן צו "ווײַנטרויב״; און נאָך פֿריִער — winberie ׳ווײַניאַגדע׳. אַזוי אויך דאָס פּוילישע winogrona — grono ׳הענגל׳. דאָס רוסישע vinograd איז אין תּוך אַרײַן טײַטש ׳ווײַנגאָרטן׳. דאַכט זיך, אַז רוסיש און אוקראַיִניש האָבן קאַלקירט דאָס וואָרט פֿון דײַטשישן Weingarten — דאָס רוסישע grad איז פֿון אַ שורש וואָס איז טײַטש ׳שלאָס; שטאָט; גאָרטן׳ — אָבער ס׳איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דער טײַטש פֿון דער צווייטער העלפֿט וואָרט.

* * *
דאָס פֿראַנצויזישע וואָרט פֿאַר ׳ווײַנטרויב׳ איז raisin (אויף ׳ראָזשינקע׳ זאָגט מען raisin sec ׳טרוקענער ווײַנטרויב׳). דער אָבֿ דערפֿון איז דאָס לאַטײַנישע racēmus ׳הענגל׳. דאָס אונגערישע szőlő וואַקסט פֿון דער טורקישער משפּחה. אַ טשיקאַווער פּרט: אין קאַרפּאַטן-לאַנד (בלעז Subcarpathian Ruthenia, Podkarpatská Rus, Zakarpats’ka Oblast’ אאַז״וו) איז דאָ אַ שטאָט וואָס האָט אין דער אונגערישער תּקופֿה (ביז 1918) געהייסן Nagyszől(l)ős ׳שטאָט פֿון ווײַנטרויבן׳. פֿון דעם נעמט זיך דער ייִדישער נאָמען: "סעליש״ (אַרויסגערעדט /סעיליש/). צו יענער צײַט איז דער אוקראַיִנישער נאָמען געווען Sevlyush; ווען די געגנט איז אַריבער צו טשעכאָסלאָוואַקײַ, איז אויך דער טשעכישער נאָמען געווען Sevluš. דאָס אַלץ ווײַזט קלאָר אָן אויפֿן אונגערישן אָפּשטאַם פֿונעם נאָמען און אַוודאי פֿון דער שטאָט אויך. אין אַ שיינעם טאָג אין 1944, אָבער, האָט סטאַלין באַשלאָסן צו פֿאַראייניקן וואָס מער אוקראַיִנער אונטער זײַן ממשלה, און אַזוי ווי די געגנט איז אין תּוך אַרײַן אַן אוקראַיִנישע — בלויז אין די שטעט האָבן געוווינט אונגערן און ייִדן, און נאָכן חורבן זענען פֿאַרבליבן אַזוי ווייניק ייִדן — האָט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַנעקסירט קאַרפּאַטן-לאַנד. נאָר דער כּלומרשט פֿרײַער "אוקראַיִנישער סאָוועטישער סאָציאַליסטישער רעפּובליק״ האָט נישט געפּאַסט דער אונגערישער שטאָטנאָמען. (וואָס אמת, איז אמת — אין דער געגנט שטאַמען ס׳רובֿ אונגערישע ערטערנעמען גאָר פֿון סלאַוויש, נישט פֿאַרקערט.) האָט מען פֿאַרמאַסקירט די היסטאָרישע אונגערישקייט פֿון דער שטאָט דורך קאַלקירן דעם נאָמען. האָט בײַ די סאָוועטן די שטאָט געהייסן Vinogradov, און בײַ די אוקראַיִנער הייסט זי הײַנט Vynohradiv, וואָס מיר דערקענען שוין: דער טײַטש איז ׳שטאָט פֿון ווײַנטרויבן׳, אַזוי ווי אויף אונגעריש.
הײַנט ראָזשינקעס: דאָס ייִדישע נעמט זיך פֿון סלאַוויש — פֿ״גל פּויליש-אוקראַיִניש rodzynek, טשעכיש hrozinka, וואָס וואַקסן פֿונעם דײַטשישן Rosine, וואָס דאָס שטאַמט, ווידער פֿון פֿראַנצויזישן raisin. פֿון דעם נעמט זיך אויך דאָס ענגלישע, פֿאַרשטייט זיך. אויף רוסיש, אָבער, זאָגט מען izyum. דאָ איז דער מקור ווידער אַ טורקישער; פֿ״גל טערקיש üzüm ׳ווײַנטרויבן׳, kuru üzüm ׳טרוקענע ווײַנטרויבן, דאָס הייסט — ראָזשינקעס׳. דאָס לשון-קודשדיקע "צימוק״ איז טײַטש ׳עפּעס אויסגעטריקנטס, אײַנגעשרומפּנס׳.
דאָס ייִדישע וואָרט "ווײַנשטאָק״ איז אַ צונויפֿהעפֿט פֿון "ווײַן״ מיט "שטאָק״, אַ זעלטן וואָרט פֿאַר ׳שטעקן׳, אָבער וואָס האָט תּחילת געהייסן ׳געוויקס, בוים׳. לאָמיר אויך דערמאָנען ס׳וואָרט "בינשטאָק״, וואָס איז אין תּוך אַרײַן טײַטש ׳בוים וווּ ס׳וווינען בינען׳. דאָס ענגלישע vine נעמט זיך פֿון פֿראַנצויזיש, וווּ ס׳איז ,vigne אַ קאָמבינאַציע פֿון vin ׳ווײַן׳ מיט אַ פֿעמינינעם סופֿיקס. פֿאַר וואָס הייבט זיך אויף ענגליש אָן wine מיט w, אָבער vine מיט v? זייער פּשוט: דאָס ערשטע איז אַרײַן נאָך פֿון לאַטײַן, וואָס האָט געהאַט דעם קלאַנג w, בשעת דאָס צווייטע שפּעטער, פֿון פֿראַנצויזיש, וואָס האָט שוין געהאַט v. (ווי אַזוי דער קלאַנג w איז פֿון אייראָפּע כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן איז אַ קאַפּיטל שפּראַך-געשיכטע פֿאַר זיך. אַ פּאָר ווערטער מערנישט: אַלע ווערטער אויף ענגליש וואָס הייבן זיך אָן מיט v זענען לײַווערטער, חוץ צוויי: vat, וואָס וואַקסט פֿון זעלבן שורש וואָס דאָס ייִדישע "פֿאַס״, און vixen- פֿ״גל "פֿוקסיכע״.)
אויף דײַטשיש זאָגט מען אויך Weinstock; אויף פּויליש — winorośl ׳ווײַנגעוויקס׳; אויף רוסיש — vinogradnaya loza ׳ווײַנרוט׳. אויף אונגעריש — ווײַטער szőlő, דאָס וואָרט פֿאַר ׳ווײַנטרויב׳; צוליב קלאָרקייט קען מען זאָגן szőlőtő (tő (׳שטאָק׳).
און ׳ווײַנגאָרטן׳? אויף ענגליש vineyard — דאָס וואָרט yard וואַקסט דאָך פֿונעם זעלבן שורש וואָס garden, "גאָרטן״. אויף דײַטשיש: Weingarten און Weinberg — דאָס לעצטע, אַ פּנים, וואָרן אין דײַטשלאַנד וואַקסן ווײַנשטאָקן אין בערגלדיקע געגנטן. דאָס פֿראַנצויזישע vignoble שטאַמט פֿון אַ לאַטײַניש וואָרט וואָס איז גאָר געווען טײַטש אַן ערך ׳ווײַנשטאָק׳ — הייסט עס, פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿונעם רוסישן, וווּ אַ לײַוואָרט פֿאַר ׳ווײַנגאָרטן׳ איז געוואָרן ׳ווײַנטרויב׳, איז דאָ אַ וואָרט פֿאַר ׳ווײַנשטאָק׳ געוואָרן ׳ווײַנגאָרטן׳! דאָס פּוילישע winnica איז מער-ווייניקער ׳ווײַנאָרט׳; אַזוי אויך דאָס טשעכישע vinice, בשעת דאָס טשעכישע vinohrad איז מער-ווייניקער ׳ווײַנגאָרטן׳. דאָס רוסישע vinogradnik איז אין תּוך אַרײַן ׳ווײַנגאָרטן-גאָרטן׳... און אויף אונגעריש? ווידער אַ מאָל szőlő, אָבער אויך szőlőskert — kert ׳גאָרטן׳.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ווערטער פֿון דער פּען פֿון אונדזער גרויסן פּאָעט און ליבהאָבער פֿון ווײַן, איציק מאַנגער: שיכּור, חבֿרה, שיכּור / שיכּור לאָמיר זײַן / קלעקט נישט מער קיין בראָנפֿן / טאָ לאָמיר טרינקען ווײַן (פֿונעם פֿילם "ייִדל מיטן פֿידל").