קינאָ
אַ סצענע פֿון דעם פֿילם "די משפּחה פֿײַן"
אַ סצענע פֿון דעם פֿילם "די משפּחה פֿײַן"

האָב איך, הייסט עס, געזען אַ פֿילם אויף אַ ייִדישער טעמע וואָס הייסט אויף ענגליש Mighty Fine און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן? דערמיט מיינט מען, אַז אַלץ איז גוט און ווויל און פֿײַן און אין בעסטן אָרדענונג, אָבער ס׳איז נישט פֿײַן. אַפֿילו ווען די משפּחה הייסט פֿײַן. האָבן מיר דאָ צו טאָן מיטן אַמעריקאַנער סטיל פֿון לעבן. איר ווייסט דאָך, ווען מ׳באַגעגנט אַ באַקאַנטן אין גאַס און יענער וויל וויסן וואָס איר מאַכט, איז דער ענטפֿער אַלע מאָל פֿײַן. גיי דערצייל יענעם וואָס סע קוועטשט אײַך. קיינער וויל נישט וויסן. יענער טראָגט זיך מסתּמא אַרום מיטן זעלבן פּעקל צרות.

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ משפּחה אין די זיבעציקער יאָרן פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג, וווּ די מאַמע איז אַ געראַטעוועטע פֿונעם חורבן און דער טאַטע איז אַ מענטש וואָס דראַפּעט זיך אויפֿן לייטער פֿון דערפֿאָלג; דער עיקר — מאַכן אַמעריקע, צוקומען צו גרויס געלט. אָבער ווי אַזוי טוט מען עס?

ערשטנס, לייגט מען אַרײַן אין דעם ביזנעס די באָבע מיטן זיידן, דעם גאַנצן חוש, שׂכל, שווינדל; דער עיקר, מ׳דאָביוועט זיך צו גרויסע געלטער. און אַז מ׳דאָביוועט זיך שוין צו אַ גרויס פֿאַרמעגן, דאַרף מען לעבן גרויס, רחבֿותדיק, באָדן זיך אין לוקסוס. דער עיקר — אויסצושטעכן די שכנים די אויגן.

וווינט די משפּחה פֿײַן אין ברוקלין, צווישן משפּחה און פֿרײַנד. די מיידלעך זײַנען שוין אײַנגעפֿונדעוועט מיט שולעס, חבֿרים און חבֿרטעס. קומט פּלוצעם צו גיין דער מיסטער דזשאָו פֿײַן (טשאַז פּאַלמינטערי), דער טאַטע, הייסט עס. אַ גדולה אויף זײַן פּיעקעליק. מיט איין וואָרט, ס׳האָט אים אָפּגעגליקט און ער איז צוגעקומען צו די הויכע פֿענצטער, צו די גרויסע געלטער. דאַרף מען דאָך זיך באַווײַזן און, דער עיקר, גליקלעך מאַכן דאָס הויזגעזינט. נעמט ער און נישט מיר נישט דיר, און קויפֿט זיך אײַן אַ הויז אַ פּאַלאַץ און דאָס אין ניו־אָרלינס צווישן די דרומדיקע שכנים. די ווילע פֿאַרמאָגט אַ באַסיין, מיט אַ שלל צימערן וווּ מ׳קען זיך צעלייגן ווי גאָט אין אָדעס. ס׳וואָלט געפּאַסט פֿאַר מלכות און נישט פֿאַר דזשאָו פֿײַן.

אויב דאָס איז נישט גענוג, וויל דזשאָו־שמאָו באַגילדן זײַן פֿרוי מיט אַ לוקסוריעזן אויטאָ, דימענטן, בריליאַנטן. דאָס געלט פֿאַרטשאַדעט אים, און דערצו פֿאַרמאָגט דער מיסטער פֿײַן אַ געפֿערלעכן "טעמפּער." ס׳הייסט, ער צינדט זיך אָן ווי אַ שוועבעלע, רודערט, קוויטשעט, רײַסט פֿון אַלעמען לעבעדיקע שטיקער מיט זײַנע אויסבראָכן. די פֿרוי מיט די טעכטער זײַנען אומגליקלעך מיט זייער נײַעם אײַנשטעל אין לעבן.

די אַקטריסע וואָס שפּילט אויס די ראָלע פֿון סטעלאַ פֿײַן, איז אַ באַרימטע האָליוווּדער שוישפּילערין און אַ מאָדעלקע דערצו, מיטן נאָמען ענדי מעקדאַועל. דערצו האָט זי זיך צוגעאייגנט צו דער ראָלע אַן ענגליש מיט אַן אַקצענט, איז עס נישט געלונגען. זי האָט דווקא געוואָלט באַווײַזן, אַז זי איז אַן אימיגראַנטקע, אַן אַריבערגעקומענע, אַ ניצול־געוואָרענע פֿון אַ שרעקלעכער שׂרפֿה.

ווי סטעלאַ פֿײַן, דערמאָנט זי זיך, אַז נאָך דער היטלער־מלחמה, ווען זי איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די לאַגערן, האָט זי זיך באַקענט מיט אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט און דאָס איז געווען דזשאָו פֿײַן. ער האָט מיט איר חתונה געהאַט, אַריבערגעברענגט קיין אַמעריקע און איז אויסן איין זאַך, זי גליקלעך צו מאַכן.

אָבער גליק באַשטייט נישט אין די לוקסוריעזע הײַזער, אין די לאַמבערגיני־אויטאָס, מיט דער צירונג. דזשאָו פֿײַן איז אַ דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער וואָס ווייסט איין זאַך — געלט און דערפֿאָלג. אָן דעם איז ער נישט ווערט וואָס די ערד טראָגט אים. זײַן פֿרוי ציטערט פֿאַר אים, פֿאַרגלעט אַלע זײַנע קאַפּריזן און ווייסט נישט ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט זײַנע אויסבראָכן.

ווען זיי ציִען זיך אַרײַן אין דעם פּאַלאַץ, האָט דזשאָו געוויזן זײַן ווײַב פֿאַרשיידענע קנעפּלעך וואָס מ׳דאַרף קוועטשן אויב עס לויערט ערגעץ אַ סכּנה. דאָס רחבֿות איז נישט אָפּצושאַצן, און זי קוקט זיך צו דעם אַלעם צו און עס פֿאַלט אויף איר אָן אַ שרעק.

די קינדער פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין דער נײַער געזעלשאַפֿט. אין אָנהייב שפּאָטן זיי פֿון די מיידלעך — די ניו־יאָרקער, "די צפֿונדיקע", טענהן זיי, זײַנען אַנדערש. אָבער די יונגוואַרג גיט זיך אַן עצה, די עלטסטע טאָכטער נאַטאַלי פֿײַן (רײַני קוויילי) וויל דווקא אויסנעמען. לאַדט זי אײַן די חבֿרה צעבאַלעוועטע יונגען און מיידן צו פֿאַרברענגען אַרום איר באַסיין. די ייִנגערע טאָכטער, מאַדי פֿײַן (דזשאָדעל פֿערלאַנד) איז דווקא אַרײַנגעטאָן אין זיך. זי לייענט אַ סך און שרײַבט פּאָעזיע. אין דער שולע אָרדנט מען אײַן אַ קאָנטעסט, און דער ערשטער פּריז פֿון פּאָעזיע באַשטייט פֿון פֿינף הונדערט דאָלאַר.

די פֿרוי און די טעכטער לײַדן פֿון די אומרוען אין הויז. די שרעק וואָס דער פֿאָטער ברענגט אַרײַן אין שטוב מיט זײַן שווערן טעמפּעראַמענט, מיט זײַן גראָבקייט און אומגעלומפּערטקייט ווען ס׳קומט צו ספּראַווען זיך מיטן ראָסקאָש און לוקסוסדיק לעבן, און בעת די עקאָנאָמיע בײַט זיך, פֿאַלט זײַן פֿאַרמעגן בעת זײַנע פֿאַרלוסטן הייבן זיך. די קינדער מיטן ווײַב, אַלע שפּילן אויף זײַנע נערוון און ער לאָזט עס אויס צום הויזגעזינט.

דזשאָו פֿײַנס גרעסטער נערוון־אויסבראָך איז געצילט קעגן זײַן זעכצן־יאָריקער טאָכטער, וועלכע הייבט זיך אָן צו אַנטוויקלען קערפּערלעך. זי רעבעלירט קעגן דעם טאַטנס אויטאָריטעט און הייבט זיך אָן צו פֿירן ווי אַ צעבאַלעוועטע טאָכטער. ווען חבֿרה יונגוואַרג שווימען און שפּילן זיך אַרום אין באַסיין, קומט איין בחור מוטער־נאַקעט ווי די מאַמע האָט אים געהאַט, און נעמט פּליוכען און ברעזגען און שווימען. אַלע שרײַען און ליאַרעמען, ביז דער טאַטע קען עס נישט פֿאַרנעמען מער. כאַפּט ער אַרויס אַ ביקס, שטעלט זיך אַוועק אַנטקעגן זיי אויפֿן באַלקאָן און וויל זיי אַלע... אַרויסטרײַבן. אָבער די חבֿרה שרעקט זיך נישט פֿאַר אויטאָריטעט. זיי קוקן זיך אַפֿילו נישט אום אויף אים. די טאָכטער גייט אויס פֿאַר בושה, די פֿרוי פֿאַרוואַנדלט זיך אין דעם אַמאָליקן אָפּהענטיקן קרבן־קאָמפּלעקס, ווי זי וואָלט אויף ס׳נײַ איבערגעלעבט דעם אומגליק בײַ די דײַטשן.

דער פֿאָטער שיסט, כאָטש ער וויל נישט אין קיינעם טרעפֿן. די ווילדע חבֿרה, מיטן נאַקעטן יונג דערשרעקן זיך צום טויט און צעלויפֿן זיך. די טאָכטער איז אומגליקלעך. זי איז פֿאַרליבט אין אַ בחור וואָס טראָגט אַ קרייץ אַזוי גרויס ווי אַן אַרבוז אויף דער ברוסט. די אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחה מאַכט זיך נישט וויסנדיק, זיי טרייסטן זיך, אַז זי וועט אויסוואַקסן דערפֿון. אָבער די טאָכטער אַנטלויפֿט מיטן שייגעץ, און לאָזט נאָך זיך איבער אַן איבערגעשראָקענע צום טויט טאַטע־מאַמע.

די ייִנגערע טאָכטער שרײַבט פּאָעזיע, זי גרייט זיך צום קאָנטעסט. זי איז אומגליקלעך. דער פֿאָטער פֿאַלט אַרײַן אין אַ רוגזה, די מאַמע זאָרגט זיך פֿאַר דער טאָכטער. וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה? טוט זי דאָס וואָס דער מאַן האָט זי געלערנט ווען זיי האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין דעם לוקסוס־הויז. זי קוועטשט אַ קנעפּל אין וואַנט און רופֿט אַרויס די פּאָליציי.

דאַכט זיך מיר, אַז איך וועל זיך אָפּשטעלן טאַקע דאָ און געבן אַ טראַכט, וואָס האָב איך דאָ געזען? ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַזאַ משפּחה אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען אונדז נישט פֿרעמד. מען זעט זיי אויף שריט און טריט, פֿאַרהאַוועט, פֿאַריאָגט, פֿאַרזאָרגט וועגן פֿאַרדינסטן, רײַכטום. מ׳קוק זיך נישט אַרום, מ׳זעט נישט, מ׳פֿילט נישט, מ׳ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאַשין. וווּ איז אַהינגעקומען דאָס משפּחה־לעבן? די נאָענטקייט צו קינדער און קרובֿים? דאָס אָפּשאַצן דאָס לעבן, די נאַטור אַרום זיך, די פֿרייד פֿון קלייניקייטן, דאָס באַמערקן יענעם, העלפֿן עמעצן, מיטפֿילן מיט עמעצן. פֿאַרלוירענע מענטשן.

מײַן חבֿרטעס אייניקל, גאָר אַ געראָטענער בחור פֿון אַ יאָר 18—19, האָט זיך פֿאַרדינט אַ סעמעסטער אין קיִעוו. מען האָט עס אים באַוויליקט אין קאַלעדזש צוליב אײַנשטודירן די רוסישע שפּראַך ווי געהעריק. אין קיִעוו האָט ער געוווינט מיט אַ ייִדישער משפּחה און זיך צוגעקוקט ווי זיי גיבן זיך אַן עצה מיטן לעבן. קומט ער אַהיים און דערציילט דער באָבען:

"איך האָב געזען ווי די משפּחה האַלט זיך צוזאַמען, קינדער און עלטערן און אַן אַלטע באָבעשי. אַלע עסן צוזאַמען. אָבער דאָס בעסטע פֿון אַלעמען איז געווען די צײַט ווען מ׳האָט געטרונקען טיי. טרינקען טיי איז געווען אַ צײַט צו רעדן, אויסצורעדן זיך, דערציילן, טיילן זיך מיט די טעגלעכע איבערלעבונגען, האַלטן זיך אַן עצה, אַמאָל זינגען, אַמאָל לייענען פּאָעזיע. אַלץ, אַלץ האָט מען באַהאַנדלט אַרום דעם טיש, אַפֿילו די פּאָליטיק."

צוריק אין אַמעריקע האָט דאָס בחורל פּלוצעם דערזען, אַז זײַנע חבֿרים אין קאַלעדזש זײַנען ס׳רובֿ פּוסטע כּלים. זיי טרינקען ביר און רעדן נאַרישקייטן. עס פֿעלט אים אויס יענע געזעלשאַפֿט וווּ ער האָט זיך געפֿילט ווי איינער פֿון דער משפּחה; דאָס טרינקען טיי, דאָס דערוואַרעמען זיך.

אָט אָ דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. מ׳פֿאַרזעט דאָס וויכטיקסטע אין לעבן — די נאָענטקייט, די אָנגעהעריקייט, דער שמועס אַרום דעם טיש. דאָ זײַנען מיר צוגעשמידט צום דומם־קעסטל וואָס מען רופֿט טעלעוויזיע. די יונגע חבֿרה איז פֿאַרקאָכט אין די קליינע וואַמפּירעמלעך, וואָס מען רופֿט "אײַ־פּעד," און "אײַ־פּאָד," און אַ שלל מיט אַזעלכע אײַ־אײַ־אײַעס. די חבֿרה ווערט פֿאַרדולטשעט; מ׳הערט אויף צו טראַכטן, מ׳קוקט אַרײַן אין די עלעקטראָנישע ווערעמלעך ווי זיי קריכן פֿון אָרט צו אָרט, מ׳נעמט נישט אַראָפּ פֿון זיי קיין אויג. וווּ זיי פֿירן? ווייסט גאָט אַליין. דער עיקר האָט מען אויסגעפֿונען, אַז דער ווײַזפֿינגער קען מאַניפּולירן מיט דער וועלט.

און אָט פֿון דער חבֿרה דאַרפֿן אויסוואַקסן טאַטעס און מאַמעס, פּראָפֿעסיאָנאַלן, פּאָליטיקער, לערער און געזעלשאַפֿטלעכע פֿירער. אַז אָך און וויי. אָט אין דעם באַשטייט דאָס אומגליק פֿון דער משפּחה פֿײַן וואָס איז ווײַט פֿון זײַן פֿײַן. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן. מ׳דאַרף לויבן און בענטשן גאָט וואָס ער האָט אונדז נישט געמאַכט פֿאַר קיין מיליאָנערן.