מוזיק

וואָס מע הערט הײַנט אויף קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער שפּיגלט אָפּ נאָר אַ קליינעם טייל פֿונעם געזאַנג־רעפּערטואַר בײַ די ייִדן צווישן די וועלט־מלחמות אין מיזרח־אייראָפּע. ווי תּמיד האָבן ייִדן אין גלות געקענט רעדן אויף אַנדערע שפּראַכן, און אויך זינגען אויף אַנדערע שפּראַכן. מײַן באָבע פֿון דער בוקעווינע האָט געזונגען אויף ייִדיש, אוקראַיִניש און דײַטש; און דאָ רעדט זיך נישט וועגן געציילטע לידער, נאָר גאָר אַ סך לידער אויף יעדן לשון. פּוילישע ייִדן האָבן געזונגען אויף ייִדיש, פּויליש און רוסיש, און אַנדערע שפּראַכן.

ווען דער זאַמלער בען סטאָנהיל האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה נאָך דער מלחמה, אין 1948, אינעם לאָבי פֿון אַ ניו־יאָרקער האָטעל, האָט ער געוואָלט אויפֿכאַפּן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אָבער די וויכטיקע "בען סטאָנהיל"־זאַמלונג אין ייִוואָ נעמט אפֿשר אַרײַן, דער עיקר, די פּאָפּולערע לידער פֿון די ייִדן אויף אַלע שפּראַכן וואָס זיי האָבן געקענט. אַ סך פֿון די אָנגעזאַמלטע לידער שטאַמען טאַקע פֿון די קאַבאַרעטן אין די גרויסע שטעט, און נישט פֿון די פֿאָלקזינגערס אין די שטעטלעך.

אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל "קאַבאַרעט וואַרשע: ייִדישע און פּוילישע שלאַגערס פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן" [Cabaret Warsaw: Yiddish and Polish Hits of the 1930s] האָט די גרופּע "מאַפּאַמונדי" פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ, אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט, קודם־כּל, צו געפֿינען די לידער, דערנאָך פֿאַרשרײַבן די ווערטער, און לסוף, אַראַנזשירן די לידער מיט געשמאַק. די רעקאָרדירונג קומט אַרויס באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ בוך פֿון פּראָפֿ׳ בעט האָלמגרען, פֿון "דיוק־אוניווערסיטעט", וועגן קאַבאַרעט אין פּוילן צווישן די מלחמות, און דאָס אַרויסגעבן דאָס קאָמפּאַקטל האָט דער זעלבער אוניווערסיטעט פֿינאַנציעל געשטיצט.

דזשיין פּעפּלער, די ייִדישע זינגערין און פֿידלערין פֿון דער גרופּע איז אונדז באַקאַנט פֿון איר פֿריִערדיקער רעקאָרדירונג וואָס זי און אַבֿיבֿה ענאָך האָבן אַרויסגעלאָזט פֿאַר אַ יאָרן. פֿאַר דעם נײַעם פּראָיעקט, האָט זי גענישטערט אין די אַרכיוון צו געפֿינען די לידער; ס'רובֿ פֿון זיי, זײַנען שוין לאַנג נישט רעקאָרדירט געוואָרן. די פֿאָרש־אַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ בעט האָלמגרען האָט אינספּירירט די גרופּע "מאַפּאַמונדי". זי שרײַבט: "בעת מײַן פֿאָרש־אַרבעט פֿאַר דעם נײַעם בוך וועגן וואַרשעווער ליטעראַרישן קאַבאַרעט צווישן די וועלט־מלחמות, האָב איך אַנטדעקט, אַז ס'רובֿ מעלאָדיעס, ווי אויך ס'רובֿ לידער־טעקסטן פֿון די חריפֿותדיקע פּאָפּולערע פּוילישע לידער, האָבן געשאַפֿן אַסימילירטע ייִדן. דזשיין פּעפּלער, אַ ספּעציאַליסט אין ייִדישע טראַדיציאָנעלע און פּאָפּולערע לידער האָט אויסגעפֿונען, אַז אַ סך פֿון די מעלאָדיעס האָט מען ׳געבאָרגט׳ פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע קאָמפּאָזיטאָרן, אָדער, פֿאַרקערט — ייִדיש־קאָמפּאָזיטאָרן האָבן זיי געבאָרגט".

די זינגערין פֿון די פּוילישע לידער איז בעט האָלמגרען און דאָס קאָמפּאַקטל איז צעטיילט אויף לידער פֿון די צוויי שפּראַכן. די רעקאָרדירונג הייבט זיך אָן מיטן פּוילישן ליד "Ja bez przerwy smieje sie" (איך לאַך די גאַנצע צײַט), געשריבן פֿון אַלפֿרעד שער און שלעכטער. די אַראַנזשירונג איז אַ דזשעזישע פֿון די 1920ער יאָרן און שאַפֿט אַ פּאַסיקע שטימונג צו הערן די אַנדערע לידער.

פֿון אַן אַנדער שניט איז פּסח בורשטיינס ליד — "נו, אַ דאגה". אינעם ביכל וואָס באַגלייט דאָס קאָמפּאַקטל גיט פּעפּלער צו פֿאַרשטיין וואָס ס'הייסט "קופּלעטיסטן", און ס'איז טאַקע געווען אַ פּאָפּולערער קונסט־זשאַנער וואָס איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אָבער לאָמיר זיך נישט נאַרן און טראַכטן, אַז די קופּלעטן זענען באַשטאַנען פֿון "פּאָעזיע" —

כ'קען אַ מיידל, איז זי פֿרום,
האָט ניט קיין עבֿירות
גייט אַ שלוך אין שטאָט אַרום, אַז זי איז מעוברת,
נו, אַ דאגה! ס'טײַטש וואָס הייסט!
ס'האָט אַ בחור געלט אין באַנק,
מ'זאָגט, אַז ער איז אַ שרײַבער.
איז ער, נעבעך, אַלט און קראַנק
פֿאַר שרײַבן טשעק די ווײַבער.

ביידע זינגערינס, האָלמגרען אויף פּויליש, און פּעפּלער אויף ייִדיש, זינגען מיט אַן אַמעריקאַנער אַקצענט, אָבער ס'איז שוין צײַט מע זאָל אויפֿהערן קריטיקירן דעם אַקצענט בײַ די הײַנטיקע זינגערס, בפֿרט אויף ייִדיש. די זינגערס פֿון ישׂראל זינגען אויף ייִדיש מיט אַ ישׂראלדיקן אַקצענט; פֿון אַרגענטינע, מיט אַן אַרגענטינער אַקצענט, און פֿון אַמעריקע מיט אַן אַמעריקאַנער אַקצענט. דאָס איז די רעאַליטעט, און מע דאַרף זיך צוגעוווינען און, אין דעם פּרט, נישט פֿאַרגלײַכן דעם אַקצענט פֿונעם איצטיקן דור מיטן נאַטירלעכן ייִדישן אַקצענט בײַם עלטערן דור.

ביידע זינגערינס האָבן נישט קיין שטאַרק קול, אָבער זינגען לידער וואָס פֿאָדערן דווקא אַזאַ שטים, און מיט מער דראַמאַטישקייט — קאַבאַרעט איז דאָך סײַ געזאַנג, סײַ טעאַטער. די אינסטרומענטן שפּילן אויף אַ הויכער מדרגה מיט אויסגעצייכנטע אַראַנזשירונגען, אָבער די קולות קענען נעבעך נישט נאָכהאַלטן.

נאָר איין ליד אויף דער רעקאָרדירונג איז מיר באַקאַנט פֿון פֿריִער, דער טאַנגאָ־דועט "יאָסל און שׂרה־דוואָשע"; ווערטער פֿון קתריאל ברוידאָ, די מעלאָדיע פֿון אַ פּוילישן טאַנגאָ. דאָס ליד קענען מיר פֿונעם רעפּערטואַר פֿון מינע בערן, און די "פֿיש־גאַס־קאַפּעליע" האָט דאָס רעקאָרדירט. אין איינעם פֿון די געזאַנג־ביכלעך אַרויסגעגעבן פֿון יצחק זשעלאָנעק אין וואַרשע אין די 1930ער יאָרן, האָט פּעפּלער געפֿונען דאָס ליד "וואַסער", אַ פּאַראָדיע פֿון פּעטערבורסקיס "וואַנדאַ"; אַ ליד וואָס דערציילט וועגן די לעצטע נײַעס אין שטאָט —

הערט נאָר מענטשן דאָס אומגליק וואָס איז געשען,
אַזעלכע זאַכן איז נאָך קיין מאָל נישט געווען,
אַז אין וואַרשע זאָל מען אָן וואַסער זײַן,
דאָס איז זייער נישט שיין!
אין אַ פֿרימאָרגן אין סאַמע העלן טאָג
איז אין וואַרשע אויסגעבראָכן אַ גרויסער קלאָג.
נאָך וואַסער האָט מען זיך געטאָן גרייטן, מען איז געלאָפֿן פֿון אַלע זײַטן.

נישט נאָר די ייִדישע לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל דערציילן וועגן דער געזעלשאַפֿט. די אַסימילירנדיקע ייִדן האָבן אָנגענומען דזשעז־מוזיק מיט ברייטע אָרעמס. דאָס פּוילישע ליד Stara Piosenka (אַן אַלט ליד) האָט געשפּילט די ערשטע פּוילישע דזשעז־גרופּע — "דער קאַראַסינדל און קאַטאַשעק דזשעז־טאַנגאָ־אָרקעסטער". אין דעם ליד זינגט מען וועגן אַ ייִד אינעם שטעטל בענדזין, יאַנקל וואַסערשטיין. זײַן טאַטע אַבֿרהם, אַ קלעזמער, האָט געבעטן דעם זון, ער זאָל איבערנעמען ווי דער פֿידלער, ווײַל ער האָט שוין נישט קיין כּוח צו שפּילן. דער זון האָט אָנגעהויבן שפּילן אָבער אין גיכן האָט ער געביטן זײַן נאָמען אויף יאַן וואָדניצקי און געוואָרן דער פֿירער פֿון אַ דזשעז־גרופּע. ווען זײַן טאַטנס לוויה איז אַדורכגעגאַנגען דעם מאַרק אין בענדזין איז דער זון שוין געפֿאָרן אויף אַ שיף קיין ניו־יאָרק מיטן אַמעריקאַנער נאָמען — דזשאַן וואָטעסטאָן — "דער מלך פֿונעם טשאַרלסטאָן", און וועט דאָרטן פֿאַרדינען 500 דאָלער אַ טאָג.

די מקורים פֿון די לידער, ווי פּעפּלער און האָלמגרען האָבן זיי געפֿונען, איז אין יעדן פֿאַל אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. מיט דער רעקאָרדירונג האָט "מאַפּאַמונדי" פֿאַרברייטערט די וועלט פֿון ייִדישער מוזיק פֿאַרן הײַנטיקן צוהערער, און פֿאַר דעם זענען מיר דער גרופּע שולדיק אַ דאַנק.