געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿרויען־שקלאַפֿן אינעם שטאַט טענעסי, 19טן יאָרהונדערט
פֿרויען־שקלאַפֿן אינעם שטאַט טענעסי, 19טן יאָרהונדערט

פֿאַראַכטאָגן האָב איך געזען אַ פּיעסע, "דהי וויפּינג בוי" (דאָס שמײַס־ייִנגל) פֿון מעטיו לאָפּעז. די פֿאָרשטעלונג איז געווען באַזירט אויפֿן באַגריף, אַז אַ טייל שקלאַפֿן אין דעם אַמעריקאַנער דרום זײַנען געווען אונטערן רשות פֿון ייִדן — און טייל מאָל, פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַראַן אַפֿילו פֿאַלן, ווען די שקלאַפֿן האָבן זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש צי זיי זײַנען טאַקע געווען ייִדן, על־פּי דין, איז שווער צו וויסן. ווי עס זאָל ניט זײַן, אַפֿילו אויב סוזשעט איז געווען אַן אינטערעסאַנטער, איז די אַלגעמיינע באַהאַנדלונג פֿונעם ענין ייִדישקייט געווען אומגעלומפּערט. באַזונדערס זײַנען מיר געגאַנגען אויף די נערוון די אַנאַכראָניזמען. כ׳מיין, געוויסע אויסדרוקן, וואָס זײַנען לינגוויסטיש נישט פּאַסיק פֿאַר יענער תּקופֿה.

עס האָט זיך געמאַכט אין דער פּיעסע, אַז צוויי שקלאַפֿן — שוין געוועזענע שקלאַפֿן, לויט לינקאָלנס באַפֿרײַונגס־דעקלאַראַציע — זאָלן זיך טרעפֿן אין די לעצטע טעג פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג אין דער האַלב־חרובֿער שטוב פֿון זייער בעל־הבית — אַלע ייִדן. "שבת שלום," האָט מען זיך באַגריסט, דערוויסנדיק זיך, אַז ס׳איז שוין פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. (טשיקאַווע איז, אַז דער סוף פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג איז דעמאָלט זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיט דעם יום־טובֿ פּסח. אין דעם דאָזיקן צונויפֿפֿאַל שטעקט טאַקע דער תּירוץ פֿון אַ סך פֿון דעם דראַמאַטורגס באַמיִונגען.)

יענער אַנאַכראָניזם האָט מיר שטאַרק געשטערט. נישט שוין זשע, האָב איך זיך אַ זאָג געטאָן אויף אַ רעכטפֿאַרטיקן אופֿן, איז די אויסגעשפּראָכענע אָפּלייקענונג פֿון ייִדיש דערגאַנגען אויף אַזוי ווײַט, אַז אַ דראַמאַטורג זאָל באַגיין אַזאַ בולבע?

דאָך, אַז איך האָב זיך מער אַרײַנגעטראַכט אין דעם, האָב איך געטראָפֿן באַווײַזן, אַז ס׳איז (ווי אין פֿיל אַנדערע פֿאַלן) ניט אַזוי פּשוט. אַ סך פֿון די דרום־ייִדן שקלאַפֿן־פֿאַרמאָגער זײַנען געווען ספֿרדים, און מיר ווייסן אַז "שבת שלום" איז אַ ספֿרדישער אויסדרוק. בין איך געגאַנגען שואל־עצה זײַן זיך בײַם גרעסטן פֿון הײַנטיקע גאונים, הרבֿ "גוגל".

"גוגל" האָט, ווי באַוווּסט, אַ וווּנדערלעכע זוך־מאַשין, וואָס כאַפּט אַרײַן צענדליקער טויזנטער ביכער און דערמעגלעכט צו זוכן כּלערליי ווערטער־קייטן. אַז מע זוכט, פֿאַר אונדזערע צוועקן, די פֿראַזע "שבת שלום" אין ענגליש־שפּראַכיקע ביכער, וועט מען אָנטרעפֿן אויף אַ בוך פֿון 1914 פֿון אַ ישׂראל כּהן, "דאָס לעבן בײַ ייִדן אין מאָדערנע צײַטן," וואָס ברענגט "שבת שלום" ווי אַ "באַגריסונג צווישן ספֿרדישע ייִדן."

מיט דעם זײַנען מיר אָבער נאָך נישט דערגאַנגען צו די 1860ער יאָרן, די תּקופֿה וואָס דער דראַמאַטורג האָט געפּרוּווט אָפּמאָלן. האָב איך אַ פֿרעג געטאָן בײַ אַ הײַנטיקן באַוווּסטן בלאָגער, דאַכט זיך אַ פֿרומער ייִד, וואָס רופֿט זיך אויפֿן אינטערנעץ נאָר מיטן ענגלישן אות "עס". צווישן אַנדערע טעמעס, ספּעציאַליזירט ער זיך אין דער געשיכטע פֿון ייִדן אין ענגליש־רעדנדיקע לענדער. האָב איך אים געפֿרעגט — צי איז מעגלעך, אַז יענע שקלאַפֿן זאָלן זיך האָבן באַגריסט מיט די דאָזיקע העברעיִשע ווערטער?

"געווען אַזאַ באַגריסונג בײַ די ספֿרדים, אָבער מער טעאָרעטיש," האָט ער זיך אָפּגערופֿן. "דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז מע האָט עס מער גענוצט אין פּאַלעסטינע ווי אין אַמעריקע. און כ׳האָב אַ געדאַנק, אָבער נישט מער ווי אַ געדאַנק, אַז די מערבֿדיקע ספֿרדים האָבן נישט געזאָגט 'שבת שלום’, נאָר דערלאַנגט זייערע שבתּ־באַגריסונגען אויף ענגליש, האָלענדיש, איטאַליעניש, אָדער אויף אַן אַנדער לאַנד־שפּראַך. כ׳האָב אַ חשד אַז דאָס ענגלישע 'סאַבאַט’ וואָלט מען גענוצט, און נישט 'שבתּ’ — און כ׳וואָלט זיך נישט פֿאַרחידושט צו וויסן, אַז אַ טיפּישע אַמעריקאַנער שבתּ־באַגריסונג איז יאָ געווען; און אַז דאָס, און נישט 'שבתּ שלום’, איז טאַקע געווען פֿאַרשפּרייט בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן."

מער ווי ספּעקולאַציעס האָט ער אָבער נישט געקענט אָנבאָטן, און דער היסטאָרישער רעקאָרד, כאָטש אין דער פֿאָרעם וואָס ס׳איז גרינג צו פֿאָרשן דורכן אינטערנעץ, איז נישט קלאָר. בין איך געבליבן מיט דעם אַנאַכראָניזם, און מיט דער פֿראַגע: ווי אַזוי האָבן מײַנע אַמעריקאַנער אָבֿות זיך באַגריסט אין טאָג פֿון שבת. כּדי דאָס צו דערוויסן, וואָלט מען אפֿשר געקענט (ווי עס האָבן פֿירגעלייגט אַ פּאָר פֿרײַנד היסטאָריקער) אַדורכאַקערן דורך די דרשות פֿון באַוווּסטע אַמעריקאַנער ראַבינער פֿון יענע יאָרן, ווי סאַבאַטאָ מאָראַיִס, אָדער אין די טאָגביכער פֿון סתּם אַמעריקאַנער ייִדן.

צי איז עס צו פֿיל צו האָפֿן, אַז אַ דראַמאַטורג דאַרף אויף אַזוי ווײַט באַגרינטיקן זײַן היסטאָרישן דיאַלאָג? אפֿשר יאָ. און אפֿשר איז כּדאַי, כ׳זאָל זײַן אַ ביסל ווייניקער דאָגמאַטיש ווען איך זעץ זיך אַוועק אין זאַל אָנקוקן אַ היסטאָרישע פּיעסע. נישט אַלץ מוז זײַן אַקאַדעמיש.