דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

אַז דער פּאַטלעזשאַן איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אַשכּנזישער קיך וועט קיינער נישט זאָגן. אַזאַ געוויקס עסט מען מערסטנס אינעם ראַיאָן פֿונעם מיטללענדישן ים, און דערפֿאַר איז ער שטאַרק אָנגענומען אין דרום-פֿראַנקרײַך, איטאַליע, גרעקנלאַנד, טערקײַ, ישׂראל און די שכנותדיקע אַראַבישע לענדער. בײַ ספֿרדישע ייִדן איז ער פֿאַרשפּרייט, בײַ אַשכּנזים — דער עיקר — בײַ רומענישע ייִדן.
דער פּאַטלעזשאַן איז אַ גליד פֿון דער משפּחה Solanaceae — אויף ייִדיש — "נאַכטשאָטנדיקע". ר׳איז אַ קרובֿ נישט נאָר פֿונעם נאַכטשאָטן, נאָר אויך פֿונעם קאַרטאָפֿל און פֿונעם פּאָמידאָר; אויך גלידער פֿון דער משפּחה. אָבער דער פּאַטלעזשאַן איז נישט געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, נאָר אין אינדיע. טשיקאַווע, וואָס אַזוי ווי אַ פּאָמידאָר, האַלט מען דעם פּאַטלעזשאַן פֿאַר אַ מין גרינוואַרג. אָבער לויט דער באָטאַניק איז ער גאָר אַ פֿרוכט, פּינקטלעכער — אַ יאַגדע! די קערעלעך האָבן אַ ביטערן טעם וואָס איז ענלעך צו טאַביק, אויך אַ גליד פֿון די נאַכטשאָטנדיקע.
פֿון וואַנען נעמט זיך דער נאָמען "פּאַטלעזשאַן"? לויט די לינגוויסטישע מקורים איז דער אָבֿי-אָבֿות פֿונעם וואָרט דאָס סאַנסקריטישע vatinganah, וואָס דאָס שטאַמט פֿון אַ שורש טײַטש ׳בינדן׳. דאָס דאָזיקע וואָרט איז אַרײַן אין פּערסיש און געוואָרן badengan. פֿון פּערסיש איז ס׳וואָרט אַריבער צו די שכנישע אַראַבער, וואָס רעדן עס אַרויס badendzhan — אין אַראַביש, חוץ אין צפֿון-מיצרישן דיאַלעקט, איז נישטאָ קיין קלאַנג g. נאָך דעם האָבן די איראַנער דאָס וואָרט צוריק איבערגענומען פֿון אַראַביש, שוין מיטן אַרויסרעד badendzhan. (ערטערווײַז איז דאָס וואָרט אויך טײַטש ׳פּאָמידאָר׳.)
פֿון איראַן איז דאָס וואָרט, מיטן געוויקס, אַריבער צו די טערקן, וואָס זייער וואָרט איז patlıcan (אַרויסגערעדט patledzhan). אין קיין שום עטימאָלאָגישן ווערטערבוך שרײַבט מען, אַגבֿ, נישט פֿאַר וואָס און ווי אַזוי ס׳איז פֿון –n- געוואָרן -l-, נאָר מילא. פֿון דאָרטן איז אַ קאַצנשפּרונג ביז מיזרח-אייראָפּע, וווּ ס׳איז באַקאַנט אָדער אונטערן נאָמען padlizsán (אויף אונגעריש) אָדער baklazhan (מיט פֿאַרשיידענע אויסלייגן — אויף רוסיש, אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, טשעכיש, פּויליש; אין אוקראַיִנישע דיאַלעקטן געפֿינט מען אויך badarzha, badyzhan, padlazhan אאַז״וו). אויף ייִדיש איז דאָ סײַ "פּאַטלעזשאַן״, סײַ "באַקלעזשאַן״. כאָטש מיר ווייסן נישט פֿון וואַנעט ס׳נעמט זיך דער –ל- קענען מיר יאָ דרינגען, פֿאַר וואָס פֿון –ט- איז געוואָרן –ק- — אינעם רובֿ לשונות איז גאַנץ שווער אַרויסצורעדן די קאָמבינאַציע –טל-, בײַט זי זיך אָפֿט מאָל אויף –קל-. אַ ראַיה: אויף מאַמע-לשון איז דאָ, חוץ דעם אָנגענומענעם "אַנטלויפֿן״, אויך אַ פֿאָלקספֿאָרמע "אַנקלויפֿן״, מיט –ק-.
פֿונעם זעלביקן מקור וואַקסן אויך די מערבֿ-אייראָפּעיִשע טערמינען: berinjela (שפּאַניש), berenjena (פּאָרטוגאַליש), melanzana (איטאַליעניש), melidzana (גרעקיש) — וואָס יעדעס וואָרט דערמאָנט אונדז אינעם מקור, נאָר מיט היפּשע בײַטענישן פֿונעם אַרויסרעד און פֿונעם אויסלייג. אינעם איטאַליענישן וואָרט האָט זיך באַקומען דער m- אונטער דער השפּעה פֿון mela ׳עפּל׳.
דאָס פֿראַנצויזישע aubergine, וואָס ס׳איז אויך אַרײַן אין בריטישן ענגליש און אין דײַטשיש, פֿאַרדינט אַ באַזונדערן פּאַראַגראַף. דער אָנהייב –au נעמט זיך פֿונעם אַראַבישן al- ׳דער/די/דאָס׳. מאָדנע, וואָס דווקא בײַ די שפּאַניער און פּאָרטוגאַלן, וואָס זיי האָבן דאָך הונדערטער יאָרן געלעבט אונטער דער אַראַבישער ממשלה און פֿון אַראַביש אַרײַנגענומען אַ היפּשע צאָל ווערטער, איז נישטאָ קיין זכר פֿונעם al-. לויטן פֿראַנצויזישן מקור איז קיין פֿראַנקרײַך אָנגעקומען דאָס געוויקס נאָך אין 16טן יאָרהונדערט — אַזוי ווי דער פּאָמידאָר, נאָר פֿונעם מיזרח — אָבער צוויי הונדערט יאָר האָבן צווישן זיך קאָנקורירט כּלערליי פֿאָרמען פֿונעם וואָרט, ביז ס׳איז אָנגענומען געוואָרן aubergine, וואָס וואַקסט אַרויס פֿונעם קאַטאַלאָנישן alberginia.
בלויז אין געציילטע פֿאַלן האָבן מיר טערמינען פֿון אַן אַנדער אָפּשטאַם. על-כּולם דאָס אַמעריקאַניש-ענגלישע eggplant, וואָס נעמט זיך דערפֿון וואָס די פֿאָרעם פֿונעם פּאַטלעזשאַן איז ענלעך צו אַן איי. דאָס זעלבע אויף דײַטשיש — חוץ Aubergine איז דאָ אויך Eierfrucht. אויף רומעניש זאָגט מען vînătă, פֿונעם לאַטײַנישן vĕnĕtus, טײַטש ׳פֿון דער שטאָט ווענעציע; בלאָלעך׳. דאָס איז אַרײַן אינעם רומענישן ייִדיש, וווּ מע זאָגט "ווינעטע״. ס׳איז אויך דאָ אַ סינאָנים "בלאָע״ (אַקעגן "רויטע״ ׳פּאָמידאָרן׳).
אויף עבֿרית זאָגט מען "חציל״, וואָס דאָס האָט מען אויסגעטראַכט, אַ פּנים, אויפֿן סמך פֿון אַן אַראַבישן וואָרט ḥaiṣal, אַ זעלטענער סינאָנים פֿון badendzhan.
דאָס סאַמע טשיקאַווע: אויף טשעכיש איז דאָ, חוץ baklažán, אויך lilek; אויף סלאָוואַקיש — אויך ľuľok. דאָס דאָזיקע וואָרט איז אַרײַן דורך דײַטשיש (Lulch און Lolch) פֿונעם לאַטײַנישן Lolium, וואָס דאָס איז אין גאַנצן אַן אַנדער געוויקס — דער מין הייסט אויף ייִדיש "רײַגראָז״, אויף ענגליש — ryegrass. דער שייכדיקער זגאַל הייסט "זונין״, אויף ענגליש — darnel. ס׳איז אַ גראָז וואָס איז ענלעך צו ווייץ און קאָרן, נאָר מע טאָר עס נישט עסן — ס׳איז סם. ווי אַזוי איז דאָס אַריבער צום פּאַטלעזשאַן? פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס...