דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

וואָס קען זײַן בעסער און געשמאַקער און זיסער פֿון אַ מאַראַנץ? וואָס קען טאַקע זײַן געזינטער — אַ דאַנק מאַראַנצן, מיט זייער וויטאַמין צע (C), איז די קרענק סקאָרבוט געוואָרן אַ זעלטנהייט. די מאַראַנצן וואָס מיר עסן דאָ אין ניו-יאָרק קריגן מיר ס׳רובֿ פֿון פֿלאָרידע; זיי וואַקסן אויך אַ סך אין קאַליפֿאָרניע. נישט אומזיסט איז אין ביידע שטאַטן דאָ אַ קאַנט (county בלע״ז) מיטן נאָמען Orange. אײַ, אינעם שטאַט ניו-יאָרק איז אויך דאָ אַ קאַנט מיט אַזאַ נאָמען — הייסט עס, אַז דאָ אין צפֿון וואַקסן אויך מאַראַנצן? ניין; פֿון וואַנען דער נאָמען שטאַמט וועט נאָך קומען צו רייד.
דער מאַראַנץ איז אַ געוויקס פֿונעם מין ציטרוס (Citrus). אין דעם מין גייען אויך אַרײַן, כּידוע, לימענעס, גרייפּפֿרוכט אד״גל. דער ערשטער מאַראַנץ וואָס איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע איז דער ביטערער, וואָס מע רופֿט אים אויך "כושכאַש״ — אויף ענגליש bitter אָדער (sour orange Citrus aurantium). לויט איין מקור וואַקסט ער פֿון פּערסיע, לויט אַן אַנדערן — פֿון כינע. נאָר איינס איז קלאָר: כּמעט אַלע שייכדיקע ווערטער וואַקסן פֿון פּערסישן narang, וואָס זײַנע וואָרצלען שטעקן אינעם סאַנסקריטישן naranga. אין פֿיל-ווינציקער דער פֿאָרעם איז דאָס וואָרט אַרײַן אין איטאַליעניש (arancia), שפּאַניש (naranja), פּאָרטוגאַליש (laranja), אונגעריש (narancs) און אַראַביש (narandzh). אָנגעקומען קיין אייראָפּע האָט ער געקערט אינעם 14טן יאָרהונדערט.
נאָר פֿראַנצייזיש איז זיך געגאַנגען אַן אַנדער וועג, וואָס האָט געהאַט אַ השפּעה אויף אַ סך אַנדערע לשונות. דאָס הײַנטיקע וואָרט איז טאַקע orange, אָבער ווען די פּרי האָט זיך באַוויזן מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען געזאָגט pomme d’orange ׳עפּל פֿון (דער שטאָט) אָראַנזש׳ — אַ שטאָט וואָס דורך איר פֿלעגט מען אימפּאָרטירן דעם מאַראַנץ. (ווי מיר ווייסן, גיט מען זייער אָפֿט אַ נאָמען אַ נײַ-אָנגעקומענער פּרי אָדער גרינוואַרג מיטן וואָרט ׳עפּל׳, אַזוי ווי, למשל, דאָס פֿראַנצויזישע pomme de terre מיטן עבֿריתּישן "תּפּוח-אדמה״ ׳קאַרטאָפֿל׳.)
נו, האָט דאָס וואָרט pomme דאָ געלאָזט זײַן חותם אויף די ווײַטערדיקע טערמינען: דאָס דײַטשישע Pomeranze (אין ווינער דײַטשיש: Pomerantsche), וואָס דערפֿון וואַקסן דאָס טשעכישע pomeranč, דאָס פּוילישע pomarańcza און דאָס רוסישע pomeranets. דאָ האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע דאָס דעמאָלטיקע איטאַליענישע pomarancia.
נאָך דעם האָט זיך באַוויזן דער זיסער מאַראַנץ, פֿון כינע — sweet orange; לאַטײַניש Citrus sinensis, דאָס הייסט, ‘כינעזיש’. נישט אַזוי ווי שוואַרצער פֿעפֿער אַקעגן טשילי, וואָס זענען גאָר באַזונדערע געוויקסן, האָט מען אין אַ סך שפּראַכן מיט רעכט דעם טערמין פֿאַרן ביטערן מאַראַנץ אַריבערגעטראָגן אויפֿן זיסן — זיי זענען דאָך נאָענטע קרובֿים. אָבער נישט אין אַלע שפּראַכן: ס׳האָבן זיך אויך געשאַפֿן נעמען אויפֿן סמך פֿונעם נאָמען "כינע", פֿון וואַנען מע האָט די פּרי אימפּאָרטירט, אָדער פֿון "פּאָרטוגאַל", דאָס לאַנד וואָס האָט געפֿירט די מאַראַנצן קיין אייראָפּע אינעם 16טן יאָרהונדערט. די "פּאָרטוגאַלישע" נעמען זענען קלאָר: טערקיש portakal, גרעקיש portokali, רומעניש portocală, בולגאַריש portokal, ווי אויך דאָס אַמאָליקע איטאַליענישע portogallo.
די "כינעזישע" נעמען זענען אָט די: אין טייל שפּאַנישע מקומות זאָגט מען נישט naranja, נאָר china — דאָ אין ניו־יאָרק, אַז מע וויל קויפֿן מאַראַנצן־זאַפֿט אין אַ פּאָרטאָריקאַנער געשעפֿט צי רעסטאָראַן, דאַרף מען בעטן jugo de china. ווײַטער איז דאָ אַ גאַנצע סעריע ווערטער וואָס זענען אין תּוך אַרײַן טײַטש ‘כינעזישער עפּל’ (יאָ, שוין ווידער אַן עפּל!): דאָס האָלענדישע sinaasappel — פֿריִער האָט מען געזאָגט appelsien — וואָס איז אויף דײַטשיש געוואָרן Apfelsine, אויף רוסיש apel’sin, אויף אוקראַיִניש apel’syn. פּונקט ווי אינעם הײַנטיקן עבֿרית ("סין") איז אין די לשונות Sin אַ מאָל געווען טײַטש ‘כינע’.
דאָס עבֿריתּישע "תּפּוז" איז אַ געקירצטער נוסח פֿון "תּפּוח זהבֿ" ‘גאָלדענער עפּל’ (עפּל!), סײַ צוליבן קאָליר, סײַ וואָרן דאָס פֿראַנצויזישע וואָרט or ‘גאָלד’ האָט אויך געהאַט אַ השפּעה אויפֿן איבערגאַנג פֿון narange צו orange.
הײַנט די שטאָט אָראַנזש: זי געפֿינט זיך אין דרום־מיזרח־פֿראַנקרײַך. מיט איר ראַיאָן איז זי אין 1163 געוואָרן אַ פֿירשטנטום. שפּעטער איז איינער פֿון די פֿירשטן, וויליאַם דער דריטער, געוואָרן דער ענגלישער מלך. ווײַל ער איז געווען אַ פֿאַרברענטער פּראָטעסטאַנט און זיך עקשנותדיק געראַנגלט מיט די קאַטוילישע מלוכות, איז ער געוואָרן אַ סימבאָל פֿון די אירישע פּראָטעסטאַנטן; אויך דער ניו־יאָרקער קאַנט Orange County טראָגט זײַן נאָמען. דאָס אַלץ נעמט זיך דאָך פֿונעם ריינעם צופֿאַל, וואָס דער שטאָט־נאָמען, פֿון לאַטײַנישן אָפּשטאַם, איז ענלעך צום פֿרוכטנאָמען.
אויף ייִדיש איז דער הויפּט־טערמין "מאַראַנץ", אָבער איז אויך פֿאַרשפּרייט ווי "פּאָמעראַנץ". (בײַ שעכטערן אין דער באָטאַנישער טערמינאָלאָגיע איז "מאַראַנץ" — אָדער דער זיסער אָדער דער ביטערער — בשעת "פּאָמעראַנץ" איז טײַטש King orange, Citrus nobilis.) "פּאָמעראַנץ" נעמט זיך אָדער פֿון דײַטשיש אָדער פֿון פּויליש; "מאַראַנץ" איז מסתּמא "פּאָמעראַנץ" מיטן ערשטן טראַף אָפּגעהאַקט — ייִדיש האָט אַ נטיה צו פֿאַרלירן אומאַקצענטירטע טראַפֿן אָנהייב וואָרט, ספּעציעל אין נעמען: פֿון "אלימלך" ווערט "מלך", פֿון "עקיבֿא" — "קיווע", פֿון "ישעיה" — "שײַע", פֿון "יהושע" — "שיִע" אאַז״וו. אַז מע רעדט שוין וועגן נעמען זענען דאָך אויך דאָ די פֿאַמיליעס "פּאָמעראַנץ" און "מאַראַנץ".
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: דער בלוטמאַראַנץ, אויך באַקאַנט ווי דער רויטער פּאָמעראַנץ — אַ וואַריעטעט פֿונעם מאַראַנץ וואָס האָט רויט פֿלייש. דעם נאָמען טראָגט דער באַוווּסטער באַנד ייִדישע אַנעקדאָטן געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות, וואָס ס׳האָט אַרויסגעגעבן בשעתּו דער פֿאָלקלאָריסט ד״ר עמנואל אָלשוואַנגער.


* * *

מיר קומען אַ דאַנק אונדזער קאָלעגע שמואל פּערלין, וואָס ער האָט אונדז אָנגעוויזן אויף נאָך ווערטער קאָגנאַטן (דאָס הייסט, פֿונעם זעלביקן אָפּשטאַם) פֿונעם לאַטײַנישן jecur ׳לעבער׳: דאָס פּערסישע dzhegar, וואָס דערפֿון דאָס טערקישע ciğer (אַרויסגערעדט, אַ פּנים, /דזשיִיער/), און דאָס רוסישע ikra ׳רויגן, קאַוויאַר׳.