![]() |
במילא קענען די שרײַבערס ווײַזן אונדז בלויז איין זײַט פֿון יענער געזעלשאַפֿט; חל זײַן די זײַט וואָס זיי זעען ווען זיי דרייען זיך אויס און קוקן אויף צוריק, ווי לוטס ווײַב. זיי האָבן געזען אַ ליכט אויפֿן וועג קיין דמשׂק, אָדער דעם לאָמפּ פֿון אַ קעגנאיבערדיקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, און געפֿונען אַן אָרט וווּ מע שאַצט אָפּ ספֿקות און נעמט וואַרעם אויף זייערע קשיות. האָבן זיי אַ נטיה צו רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי זייער לעבן האָט זיך געביטן צום גוטן זינט זיי זײַנען אַריבערגעשפּרונגען איבער די וויליאַמסבורגער מויערן.
עס זײַנען אָבער אויך דאָ אַזעלכע שרײַבערס וואָס בלײַבן "אינעווייניק" און גייען נישט אַוועק. אַזאַ לעבן קען זײַן פּײַנלעך, אָבער אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער, אין אַזאַ מצבֿ, קען אונדז דערמיט צושטעלן אַן אַנדער קוק אויף דער וועלט פֿון הינטער די חסידישע ווענט. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָב איך זיך באַקענט מיט אַזעלכע שרײַבערס.
אַ שרײַבער צו אַ שרײַבער איז נישט גלײַך. עס אינטערעסירן מיך נישט אַזוי שטאַרק די יענע, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט באַגרענעצטע געזעלשאַפֿטלעכע, אָדער הלכהשע, מחלוקתן אין דער אָרטאָדאָקסישער קהילה, ווי דער פּאָפּולערער ענגליש־בלאָגער וואָס שרײַבט אונטערן נאָמען "דבֿ־בער". (ער האָט מיר געזאָגט, מיר־נישט דיר־נישט, אַז "כ׳בין נישט זיכער, אַז ס׳זענען טאַקע פֿאַראַן אמתדיקע פּראָבלעמען מיט דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט.") די ראַנגלענישן פֿון די פֿרומע שרײַבער וואָס איך וויל דאָ באַטאָנען, העלפֿן אונדז זיי בעסער פֿאַרשטיין, אין אַ נײַעם ליכט, אין זייער סבֿיבֿה.
אַמאָל געפֿינט זיך עפּעס נײַעס אין די קיאָסקן פֿון וויליאַמסבורג אָדער באָראָ־פּאַרק, אָדער עפּעס אַ חידוש וואָס ווערט איבערגעשיקט ווי טריפענע סחורה אויף דער אינטערנעץ, ווי למשל, אַ פֿילפֿאַרביקער זשורנאַל מיט כּמו־פֿאַרבאָטענע, אָדער כאָטש פֿאַרדעכטיקטע טעמעס: סקאַנדאַלן, נויטפֿאַלן, פּאָליציי, שפּאַנענדיקע מעשׂיות. אַ זשורנאַל וואָס איז אַ ביסל אַנדערש פֿון דער כּסדרדיקער דיעטע, וואָס מע לייענט אין "דער איד" פֿון דרשות און מודעות.
מאַרץ, הײַינטיקס יאָר, איז אָבער עפּעס געשען מיט דעם נײַעם זשורנאַל, "דער שטערן". מע האָט אים שטרענג פֿאַרווערט; פּאַשקווילן האָט מען צעהאָנגען מיט שטרענגע רבנישע רייד.
שײַע (ניט זײַן אמתער נאָמען) איז געווען אַ מיטגרינדער און אַ שרײַבער פֿאַר דער אויסגאַבע. ער האָט אַן אַנדער פּרנסה בײַ טאָג, אַ פֿרוי און זעקס קינדער. נאָר זײַן אמתע לײַדנשאַפֿט באַשטייט פֿון זוכן דעם אמת צווישן זײַנע ספֿקות. ער איז אַ חסיד, אַ שרײַבער, וואָס שאַפֿט פֿון אינעווייניק מיט אַלע זײַנע טענות, פּלאָנטערנישן, און פּרעטענזיעס אין איינעם.
מיר זײַנען לעצטנס געווען צוזאַמען אין דער שטוב פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וווּ מיר האָבן גערעדט וועגן זײַן שרײַבערײַ. שײַע האָט אַ געטרײַע לייענערשאַפֿט, אפֿשר צוליב זײַנע שאַפֿונגען אינעם זשורנאַל "דער שטערן," נאָר אויך צוליב זײַן בלאָגערײַ. ער איז צווישן די געציילטע חסידישע פּאָעטן־בלאָגערס. האָט אַ פּאָפּולערער בדחן, וואָס רופֿט זיך דער "פּעסטער רבי," אים געפֿרעגט צי ער קען באַאַרבעטן איינעם פֿון זײַנע בלאָגבריוו אויף אַן אַלבאָם, וואָס ער וועט באַלד אַרויסגעבן.
"ער וויל עס מאַכן אַנדערש," האָט ער מיר אַ זאָג געטאָן, מיט אַ ביסל אַ געטראָפֿענער מינע. "מײַנע חבֿרים פֿאַרשטייען אויך נישט וואָס כ׳שרײַב. זיי האַלטן, אַז ס׳איז צו... ליטעראַריש. וואָס מיינסטו?"
"אַמאָל," האָב איך צוגעשטימט. מיר איז אײַנגעפֿאַלן זײַן ליד "פּרטים": "עס פּלאָנטערט זיך אין מיר אַ וועלט פֿון פּרטים,
וואָס באַגרײַפֿן נישט זיך אַליין."
יאָ — אויף דעם דאַרף מען זײַן אַ מבֿין אויף פּאָעזיע.
"אפֿשר זאָלסטו שרײַבן ווייניקער אַבסטראַקט?" — האָב איך אים פֿירגעלייגט. "ווען איך זאָל דאָס טאָן, וואָלט מען שוין געוווּסט ווער איך בין." ווי קען איך נישט מסכּים זײַן מיט אַזאַ דאגה, בפֿרט פֿון אַ מענטש, וואָס האָט געשפּירט דאָס מעסער פֿון צענזור אויף זײַן אייגענעם זשורנאַל? כ׳האָב אים נישט געפּרוּווט איבערצײַגן אַנדערש.
אויף אונדזער פֿאָר פֿון בראָנקס קיין מאַנהעטן האָבן מיר גערעדט וועגן שײַעס קריזיסן פֿון אמונה. די ערשטע ספֿקות האָבן זיך צו אים גענומען בײַם לייענען די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור.
"איך האָב אין מײַן לעבן געהאַט מער ווי איין ‘קריזיס’ אַזאַ", האָט ער מיר שפּעטער געשריבן דורך בליצפּאָסט. "איך געדענק נישט פּינקטלעך דאָס ערשטע מאָל. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז געוויסע זאַכן זענען נישט אמת ווי איך האָב זיי פֿריִער פֿאַרשטאַנען. למשל, די עלטער פֿונעם אוניווערס, אָדער, אַז דאָס אַמאָליקע פֿרום-ייִדישע לעבן, ווי שלום־עליכם, פּרץ און אַנדערע האָבן דאָס באַשריבן, האָט נישט אויסגעזען ווי איך האָב געמיינט. ווי נאָר דאָס ספֿק-ווערעמל האָט אָנגעהויבן בויערן, האָב איך שוין נישט געוווּסט וווּ זיך אָפּצושטעלן מיט מײַנע ספֿקות".
פֿון דעסטוועגן בלײַבט ער אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, און גלייבט, אַז די קהילה מאַכט אַדורך אַ גילגול: "די חסידישע געזעלשאַפֿט ווי אַ כּלל האַלט אין מיטן פֿון טראַנספֿאָרמירן זיך. אַזוי זעט עס מיר אויס. יעצט, בנוגע געוויסע זאַכן זענען די חסידים מער ליבעראַל ווי אַנדערע — בעיקר, אין פֿאַרקוקן אָדער איבערטײַטשן הלכות און מינהגים וואָס שטערן דעם כּלל אָנצוגיין ווי אַן עדה."
דער סאַמע באַוווּסטער שרײַבער וואָס שאַפֿט פֿון אינעווייניק איז איינער, וואָס שײַע לייענט און באַוווּנדערט: קטלא קניא (ק״ק), אַ נאָמען וואָס אויף תּרגום־לשון מיינט בוכשטעבלעך "האָלצהעקער", נאָר האָט דעם בײַטעם פֿון "פּויער." איז זײַן פּסעוודאָנים אין דער טראַדיציע פֿון זעלבסט־אַראָפּרײַסערישע נעמען ווי "שלום־עליכם" אָדער "מענדעלע מוכר־ספֿרים".
איך קען אים שוין יאָרן לאַנג. אַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" האָט אים לעצטנס געגליכן צו שלום־עליכם, וואָס, ווי אַלע פֿאַרגלײַכן, איז טיילווײַז ריכטיק, טיילווײַז פֿאַרפֿירעריש. ווי דער גרויסער מײַסטער ניצט ק״ק דעם פֿאָלקסטימלעכן אידיאָם ווי אַ שפּיז וואָס שטעכט אַדורך און דורך די פֿאַלשקייט פֿון רבנישע קאַרפּנקעפּ און די בויך־פּאַטשערײַ פֿון חסידישע מאַכערס. אין איין פּאַראַגראַף קען ער זיך אויסדריקן סײַ מיט למדות, סײַ סלענג, אָנווײַזנדיק, אַז די חסידישע געזעלשאַפֿט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָכקעסל פֿון אומזיכערקייט, פּחד און איבערקערעניש.
לעצטנס האָט ער אַרויסגעגעבן אויפֿן בלאָג אַ דערציילונג וועגן אַ חתן, וואָס באַווײַזט זיך נישט אויף זײַן אויפֿרוף. נישט נאָר אין חתן און זײַנע ספֿקות גייט עס, נאָר אין דער רעאַקציע פֿון זײַן פֿאָטער און דער גאַנצער געזעלשאַפֿט. דערמיט ווײַזט קטלא קניא אָן אויף די אַלע פֿאַרשטערטע שׂימחות, די אַלע דבֿורה פֿעלדמאַנס, וואָס וועלן פֿעלן הײַיאָר בײַם סדר־טיש.
אַ מער סובטילער כּוח פֿון דער דערציילונג ליגט אָבער אינעם סקעפּטיציזם פֿונעם נאַראַטאָר, וואָס ראַנגלט זיך מיט דער קהילה, פֿון וועלכער ער איז נאָך אַ טייל. אָנקומענדיק אויפֿן אויפֿרוף, געפֿינט ער זיך אַ זיצאָרט אין שיל: "אַ סך האָבן מיך דערקענט אָבער מע האָט געהאַלטן בײַ קר״ש ווען מען טאָר נישט באַגריסן, האָט מען אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, צו זיך, כּאילו, ‘גאַנץ שיין, ער איז געקומען דאַווענען פֿאַר שלמה־לייבן.’ אַנדערע האָבן זיך געגעבן אַ רוק ווי צו זאָגן, ‘דאָ לעבן מיר איז דאָ פּלאַץ’. אַ פּנים חדשות איז גאַנץ פֿײַן צו האָבן לעבן זיך בין גבֿרא לגבֿרא."
די אונטערשיידן צווישן שלום־עליכמען און ק״ק זײַנען, דאַכט זיך, קלאָר. יענער זיידע פֿון דער ליטעראַטור האָט זיך געמאַכט אַ לעבן מיט זײַנע שאַפֿונגען, איבערלאָזנדיק אַ ירושה פֿון צענדליקער בענד אין פֿאַרשיידענע זשאַנערס. נאָר — אים צו לענגערע יאָר — קטלא קניא האָט נאָך נישט אַרויסגעגעבן קיין בוך, נישט געקוקט אויף מײַנע כּסדרדיקע פֿאָרלייגן און נודזשערײַען אויף דעם פֿראָנט. "איך קען נישט אַנטפּלעקן ווער איך בין," האָט ער מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין נישט איין מאָל, "ווײַל כ׳דאַרף נאָך געפֿינען שידוכים פֿאַר מײַנע טעכטער." ער איז נאָך אַלץ בײַ דער מיינונג, אַז ווען ער זאָל אַרויסגעבן אַ בוך, וואָלט ער געקראָגן קלעפּ פֿאַר דעם.
בלײַבט ק״ק מיט זײַן בלאָג. דאָרט באַשרײַבט ער די גאַנצע גאַמע פֿונעם הײַנטיקן חסידישן שטייגער לעבן. למשל, ער גייט אין בעקערײַ מיט זײַן זון, אַ בחור פֿון אַ יאָר זעכצן, און באַמערקט אַ שיינע פֿרוי. "אַרויסגייענדיק האָב איך געשמייכלט צו זיך אַליין," שרײַבט ער. "עס איז בײַ מיר דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַנשטאָט צו פֿאַנטאַזירן וועגן אַ מיידל, מעסט איך זי אָפּ פֿאַר מײַן זון."
ק״ק מאַכט אויך אַדורך אויף זײַן בלאָג קריזיסן פֿון אמונה וואָס זײַנען פּונקט אַזוי רירנדיק, אויב נישט ווייניקער אומבאַשלאָסן, ווי בײַ שײַע:
זײַט אָנהייב חודש אלול קאָכט זיך בײַ מיר אין האַרצן. איך פּרוביר אַוועקצוקוקן, זיך אויסצודרייען, אָבער עס פּועלט נישט. במשך אלול בין איך געווען אין שיל אין די וואָכן בלויז אויף ראש־חודש און אפֿשר נאָך איין טאָג אין דער מיט. הערן שופֿר קומט מיר אָן שווער, דאָס ברומען פֿון לדוד ה׳ אורי — אַן אָפּקומעניש, דער לכו נרננה פֿאַר תהילים — אַ לאַסט. דער שופֿר רעדט צו מיר, אָבער איך וויל עס נישט הערן. עס הייסט מיר נישט תּשובֿה טון, און עס דערמאָנט מיר, אַז פֿאַר אַ יאָרן האָט עס אויך געבלאָזן, און איבער אַ יאָר וועט עס ווײַטער בלאָזן און, אויסער האַקן אין טשײַניק, טוט עס קיין סך נישט אויף. עס טרומפּייטערט, אַז מען זאָל זיך אומקערן, אָבער אויך, אַז מען וועט זיך נישט אומקערן. עס רופֿט אויס ווי קאַפּריזיק ס׳איז דאָס מענטשלעכע האַרץ. עס וויל בלויז איין זאַך אָבער טוט דווקא וואָס עס וויל נישט.
איך באַקום אָפֿטמאָל בליצבריוולעך פֿון ק״ק וווּ ער זאָגט, אַז ער שרײַבט נישט גענוג פֿון איין זײַט, נאָר צוריקגערעדט, זאָרגט ער זיך אַז ער וועט קיין מאָל נישט שרײַבן מער. ער קען מער נישט. למי אַני עמל, פֿרעגט ער זיך; צו וואָס זײַן מי? ווער לייענט אים, נאָך אַלעמען? אים דאַכט זיך אַ מאָל, אַז אָט־אָט האַלט ער בײַ אַנטדעקן זיך, נאָר ער איז נאָך אַלץ נישט זיכער. דערווײַל זײַנען די מענטשן וואָס לייענען ק"ק געוויינטלעך אויך די, וואָס טאָרן אים נישט לייענען. ער לעבט און שאַפֿט ווי אַ רעפֿיוזניק, נוסח באָראָ־פּאַרק.
פֿאַראַן אַנדערע "שרײַבערס פֿון אינעווייניק" וואָס כ׳האָב זיי נישט דערמאָנט, וואָס זיי שרײַבן מערסטנס עסייען (זכרונות פֿון זייער "אַראָפּגיין פֿון דרך") און דערציילונגען. די בעסטע געפֿינען זיך בײַ שלום דין אויפֿן וועבזײַטל Unpious (אַ ווערטערשפּיל מיט "אָן פּאות") און צייכענען זיך אויס מיט אַ רושמדיקער קוואַליטעט, ווי צום בײַשפּיל, די מעשׂה "אין דער היץ פֿון דער רגע", אין וועלכער (ווי עס באַשרײַבט דער בעל־מחבר "שטרײַמל") — "אַ קליינער אַקט פֿון שׂכללאָז אַכזריות דערפֿירט צו חשבון־הנפֿש, איידלקייט און דערלייזונג."
אַנדערע שרײַבער געפֿינט מען אויך אויף דער אינטערנעץ, אין פֿאָרומס ווי "עצור כּאן חושבֿים" (בלײַבט שטיין! דאָ טראַכט מען) אין ישׂראל, אָדער "קאַווע שטיבל" (געוויינטלעך פֿאַר אַמעריקאַנער), וווּ מע קען פֿאַרפֿירן אַ פּיקאַנטן און געפֿעפֿערטן שמועס וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך, דעם דף־יומי אָדער דעם חסידישן סקאַנדאַל פֿון דער רגע. למשל, אַ באַריכט וועגן דעם פֿאַרשליסן פֿון שײַעס "דער שטערן" האָט מען איבערגעגעבן, בשעת־מעשׂה׳ בלויז אויפֿן וועבזײַטל פֿון "קאַווע שטיבעל." די ענגלישע פּרעסע האָט בכלל נישט געוווּסט מיט וואָס מע עסט דאָס, און די פֿרומע פּרעסע אויף ייִדיש האָט אָדער צענזורירט אָדער איז אַליין צענזורירט געוואָרן. פֿון דעסטוועגן, כאָטש טייל פֿון די דאָזיקע פֿאָרומס זײַנען אינטעלעקטועל, אויף אַ ניוואָ, און אַ מאָל גאַנץ גוט אָנגעשריבן, ווערט דאָרט נישט געשאַפֿן קיין אמתע בעלעטריסטיק, באַשאַפֿן דורך אינדיווידועלע פּערזענלעכקייטן.
דער פֿאַקט וואָס עס פֿעלן חרדישע שרײַבער אויף ייִדיש אין ישׂראל איז באַזונדערס אינטערעסאַנט. טיילווײַז איז דאָס צוליב דעם וואָס עס פֿעלט אַ געזונטע פּרעסע אויף ייִדיש אין ישׂראל אין די חסידישע קרײַזן, און טיילווײַז צוליב דעם וואָס עבֿרית האָט זיך צעשפּרייט בײַ די ישׂראלדיקע חסידים. ווייניק אָרט פֿאַר חרדישער פּאָפּולערער ליטעראַטור איז געבליבן מחוץ תּורה־לערנען, זאָגט ק״ק, און גיט צו, אַז זײַן צוגאַנג ווערט געווירקט פֿון זײַן אַלגעמיינעם, נעגאַטיוון צוגאַנג צו מדינת־ישׂראל. — "דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין ישׂראל איז טויט. אַלץ איז פֿון חוץ־לאָרץ בכלל און אַמעריקע בפֿרט; פֿון די זינגערס — מרדכי־בן־דוד, קאַרלעבאַך, אַבֿרהם פֿריד, ליפּא שמעלצער, מיכאל שניצלער, יענקל מילער, יואלי לעבאָוויטש ביז די אויבן דערמאַנטע זשורנאַלן, און די מחוץ־למחנה ענגלענדער, אויסלענדער, און די אַלע בלאָגערס".
דעם שרײַבער פֿון די שורות איז אויך נישט באַקאַנט קיין סך שרײַבערינס וואָס שאַפֿן פֿון אינעווייניק, מן־הסתּם דערפֿאַר, וואָס דאָס שרײַבן אין דער קהילה איז נאָך שווערער פֿאַר פֿרויען. די שרײַבערין "שפּיצל שטרימפּקינד" האָט אין 2006—7 געפֿירט אַ בלאָג וואָס, לויט איר, "הונדערטער געסט" זענען געקומען אָנקוקן יעדן טאָג. אַ דערציילונג אירע אויף דינס וועבזײַטל מיטן טיטל "דער גט" האָט איבערגעזעצט קטלא קניא פֿאַר זײַנע טויזנטער שטענדיקע לייענערס. זינט דעמאָלט, אָבער, האָט זי שוין פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן און איז באַקאַנט אויף פֿייסבוק אונטער איר אמתן נאָמען, פֿרידאַ וויזעל. וויזעל פֿירט אָן מיט אַ פֿייסבוק־גרופּע, "חסידיש ייִדיש," וואָס איז באַקאַנט בײַ די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס."
זיכער זענען פֿאַראַן חסידישע שרײַבערינס, זאָגט מײַן פֿרײַנדינע "מרים", אויף מײַן נאָכפֿרעג. אָבער צוליב איר מורא דערווישט צו ווערן קען זי נישט ענטפֿערן אויף מײַן נאָכפֿרעג. "אין דער חסידישער קהילה זײַנען דאָ אַ צאָל שרײַבערינס, נאָר זיי שרײַבן בלויז צוליב פּרנסה. דאָס הייסט, אַז זיי שרײַבן פֿאַרטיקע טעקסטן פֿאַר די נײַעס־בלעטער און זשורנאַלן". אירע אייגענע שאַפֿונגען געפֿעלן מיר, נאָר זי האָט מיך געבעטן, איך זאָל זיי נישט דערמאָנען, ווײַל דאָס וואָלט זי שוין אידענטיפֿיצירט.
אויב מע שרײַבט אויף ייִדיש פֿון "אינעווייניק", האָט מען לייענערס, אָבער נישט קיין סך. אויב מע באַשליסט צו שרײַבן אויף ענגליש, ריזיקירט מען, אַנטדעקט צו ווערן. אויב מע פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, וועט מען אפֿשר אויף אייביק בענקען אויף צוריק, אַפֿילו אויב מע ווערט אַ גרויסער ליטעראַרישער סוקצעס מיט די מעשׂיות וועגן מאַכן פּליטה. אויב מע בלײַבט, מוז מען זיך ראַנגלען מיט די ספֿקות, און לײַכט פֿאַרענטפֿערן קען מען זיי נישט.
איז דער מצבֿ פֿון קיינעם פֿון די אויבן דערמאָנטע שרײַבער נישט מקנא צו זײַן. זיי וועלן מסתּמא קיין מאָל נישט באַקומען דעם אויפֿמערק וואָס ס׳קומט זיי, פּשוט ווײַל זיי זײַנען נאָך נישט אַוועק פֿון דער קהילה. מע דאַרף זיי לייענען איצט; נישט צוליב דעם, וואָס זיי באַלײַכטן די טונקעלע זײַט פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט און אַגיטירן פֿאַר רעפֿאָרם — פֿאַראַן אַ סך וואָס טוען אַזוי — און נישט צוליב דעם, וואָס זיי רעדן וועגן די פֿיל אַטראַקציעס פֿונעם גאָר פֿרומען שטייגער לעבן פֿאַר די, וואָס זײַנען צעמישט און פֿאַרפֿרעמדט פֿון דער מאָדערניטעט. די בעסטע פֿון די "שרײַבערס פֿון אינעווייניק" קענען אָבער יאָ אָפּמאָלן אַ קאָמפּליצירטע וועלט מיט איר גאַנצער ליכט און שאָטן. זיי וועלן קיין מאָל נישט ווערן אַ גאַנצקייט, אָדער בעלי־תּשובֿה אָדער, צוריקגערעדט — "חוזרים-בשאלה". זיי וועלן נישט ווערן פֿרײַ פֿון ספֿקות, און נישט פֿרײַ און חסידישע גדרים. נאָר מיט זייערע שאַפֿונגען וועלן זיי זײַן געטרײַ זיך אַליין.

