טעאַטער

מאַרי לויִז־ווילסאָן און גאַבריעל עבערט אין אַ סצענע פֿון "פֿיר טויזנט מײַל"
מאַרי לויִז־ווילסאָן און גאַבריעל עבערט אין אַ סצענע פֿון "פֿיר טויזנט מײַל"
Photo: Erin Baiano
די פֿאָרשטעלונג "פֿיר טויזנט מײַל," ווערט געשפּילט אין לינקאָלן־צענטער, מיצי אי. ניוהאַוס־טעאַטער. געשריבן האָט די פּיעסע איימי הערצאָג. איר פּיעסע "נאָך דער רעוואָלוציע," האָב איך מיט אַ צײַט צוריק באַשריבן. זי איז אַ באַגאַבטע דראַמאַטורגין; זיך אויפֿגעכאָוועט בײַ טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע, אויסגעלינקטע, אַמאָליקע גלייביקע אין סאָוועטישן גן־עדן און, אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די חבֿרה אויסגעלינקטע זײַנען פֿאַרבליבן אויפֿן לעבן גלייביקע אַז ערגעץ, דאָרט ווײַט, אין לאַנד פֿון די ווײַסע בערן, עקזיסטירט די אמתע נירוואַנע, דער אָלימפּוס, וואַלהאַלאַ, אַ גערעכטע וועלט געבויט אויף מאַרקסיזם און יושר, וווּ אַ וואָלף הויזט בײַנאַנד מיט אַ שעפֿעלע און מ׳וועט מער נישט הייבן קיין שווערד קעגן אַן אַנדערן.
כ׳מיין, אַז איך האָב אײַך אַרײַנגעפֿירט אינעם מאָמענט פֿון גלייבן אין אַ "בעסערער וועלט." דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן 91־יאָריקער באָבע (מערי לויִס־ווילסאָן) וועלכע איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ צײַט ווען מען האָט זי געוויקלט אין "די רויטע ווינדעלעך," און איר אויסגעלינקט 21־יאָריקע אייניקל לעאָ (גייבריעל עבערט) פֿאַלט נישט ווײַט פֿון ביימעלע.
נעמט זיך אין זינען. די זקנה וווינט אין אַ דירה אין גרעניטש־ווילעדזש, אַן אָרט וווּ אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך באַזעצט די סמעטענע פֿון לינק־געשטימטע באַרימטע אַרטיסטן, מאָלער און קינסטלער. זייער אידעאַל איז געווען צו קעמפֿן פֿאַר מענטשן־רעכט, אַרבעטער־רעכט, פֿרויען־רעכט און ראַסן־רעכט. זיי האָבן טאַקע בײַגעשטײַערט, מאַרשירט, פּראָטעסטירט און אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר זייער אידעאַל.
אָבער נאָכן ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו־פּאַקט זײַנען זיי פֿאַרבליבן די זעלבע גלייביקע אין זייער נײַער רעליגיע, קאָמוניזם. שווער געווען זיך צו שיידן, צו ענדערן זיך, און זען אַז די וועלט האָט זיך געביטן און זיי איבערגעלאָזט אונטער זיך.
די פּיעסע האָט צו טאָן מיט אַן 21־יאָריקן יונגאַטש (גייבריעל עבערט), אַן אייניקל פֿון דער 91־יאָריקער באָבע וועראַ יוסף (מערי לויִס־ווילסאָן), וועלכע איז אַן אַלמנה און וווינט אַליין. איר מאַן איז אַמאָל געווען אַ באַקאַנטער ראַדיקאַל, אַן איבערגעצײַגטער קאָמוניסט. אַלע אירע פֿרײַנד און באַקאַנטע זײַנען שוין לאַנג אויסגעשטאָרבן. געבליבן איז בלויז אַ שכנטע, מיט וועלכער זי קומט נישט אויס. אָבער יעדע איינע פֿון זיי קלינגט איין מאָל אַ טאָג צו דערוויסן זיך צי מ׳איז נאָך בײַם לעבן, צי מ׳זשיפּעט נאָך.
די באָבע וווינט אין גרעניטש־ווילעדזש, גיט זיך גאַנץ גוט אַן עצה ביז עס באַווײַזט זיך איר אייניקל, דער חתן־בחור לעאָ. ער קימערט זיך אַפֿילו נישט, אַז עס איז דרײַ אַ זייגער בײַ נאַכט. ער שטעלט זיך צו מיט זײַן ביציקלעט, מיט אַ פֿולן רוקזאַק וועש, וועקט אויף די באָבע. זי דערשרעקט זיך, ווער ווייסט ווער ס׳האָט זיך אַרײַנגעבראָכן אין איר דירה, גנבֿים, באַנדיטן, און ווען זי דערזעט איר אייניקל, קען זי קוים אַרויסרעדן אַ וואָרט. זי האָט פֿאַרגעסן אירע פֿאַלשע ציין אין אַ גלעזערן טעצעלע אין באָדצימער. ערשט ווען זי קומט צוריק מיט די ציין אין מויל, הייבט זי אויף דעם טאָן צו אים מיט טענות. ס׳טײַטש, און ווי קומט עס וואָס ער האָט נישט געלאָזט וויסן אַז ער קומט? ס׳איז דאָך נישט הפֿקר פּעטרישקע. אָבער דער יונגאַטש פֿאַרשטייט נישט איר אויפֿרעגונג. בײַ אים שפּילט עס נישט קיין גרויסע ראָלע.
דער הויכער בולוואַן — דאָס אייניקל הייסט עס — דערציילט איר אַז ער האָט שוין אַדורכגעמאַכט אויף זײַן ביציקלעט פֿיר טויזנט מײַל. אַרומגערײַזט אַרום די שטאַטן; וווּ איז ער שוין נישט אויסגעווען? באַוווּנדערט די שיינקייט פֿונעם לאַנד.
פֿון דער היים, וואָס געפֿינט זיך אין מינעאַפּאָליס, האָט ער נישט געלאָזט וויסן דער מאַמען וווּ ער געפֿינט זיך. ער האַלט בכלל נישט פֿון איר. דער יאַט איז אַן "עקאָ־ענטוזיאַסט," קיין צעל־טעלעפֿאָנדל פֿאַרמאָגט ער נישט. דאָס איז זײַן אויסרייד.
די באָבע איז באַזאָרגט וועגן זײַן גײַסטיקן און עמאָציאָנעלן צושטאַנד. דער עיקר דאָקוטשעט איר דער פֿאַקט וואָס זײַן מאַמע ווייסט בכלל נישט וווּ ער געפֿינט זיך. דער אמת איז, אַז די באָבע האָט נישט געהערט פֿון אים יאָרן נאָך אַנאַנד. ער וויל וויסן צי ער קען אויפֿשטעלן אַ געצעלט אין מיטן שטאָט ניו־יאָרק, אין סענטראַל־פּאַרק. די באָבע לאַכט זיך אויס פֿון זײַן קליין־שטעטלדיקייט. אין מיצקע דרינען באַווײַזט זיך זײַן חבֿרטע בעק (זאָי ווינטערס) וועלכע גייט דווקא אין קאַלעדזש און לערנט זיך. די באָבע וואַרפֿט אַן אומחן אויף איר. ס׳געפֿעלט איר נישט דאָס מיידל, זי איז צו פֿעטלעך.
דערווײַל דערוויסן מיר זיך, אַז דאָס בחורל לעבט אַדורך אַ שרעקלעכע טראַגעדיע. ער איז אַרויס אויף דער רײַזע מיט זײַן בעסטן פֿרײַנד, אָפּגעביציקלעט זיך אַ פּאָר טויזנט מײַל און מיט אַ מאָל איז דער חבֿר אויפֿן וועג געהרגעט געוואָרן.
לעאָ האָט נישט קיין פּלענער אויף דער צוקונפֿט, ווייסט נישט וואָס ער וויל און וווּ ער געפֿינט זיך אין לעבן. ער דרייט זיך אַרום אין אַ שענק, טרינקט, און ברענגט אַהיים אַ האַלב נאַקעט מיידל אַמאַנדאַ (גרעטאַ לי). ער פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר דער באָבען, אַז ער נייטיקט זיך אין מענלעכע באַדערפֿענישן.
באָבע און אייניקל רעדן אָפֿן וועגן מענטשלעכע באַדערפֿענישן און וואָס עס מיינט צו לעבן לאַנג, גיבן זיך אַן עצה נישט געקוקט אויף דעם וואָס מען בלײַבט אַליין, אָן משפּחה אַרום זיך, און דער עיקר בלײַבן בײַם פֿולן שׂכל.
די פּיעסע איז נישט מער ווי אַ קליין קאַפּיטעלע פֿון אַ ייִדישער משפּחה. די דראַמאַטורגין איימי הערצאָג באַהאַנדלט אַ טעמע פֿון אָפּגעזונדערטקייט פֿון קינדער און אייניקלעך, פֿון זעלבסט־פּרעזערוואַציע, פֿון נישט וועלן אַרײַנפֿאַלן אין דורכשניטלעכער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער פּוסטקייט און דער באַציִונג צו אַלטע־לײַט. עס רעדט זיך וועגן אַן אַמאָליקן אינטעליגענטן דור, וואָס האָט געלעבט מיט אידעאָלאָגיעס, געווען באַלעזן און אויסגעשולט, געפֿינט זיך אויף דער עלטער דערווײַטערט פֿון אייגענע קינדער וואָס זײַנען באמת זיי פֿרעמד.
דיריגירט האָט די פּיעסע מיט גרויס פֿעיִקייט און געניטקייט דניאל אַוקין. די בינע־דעקאָראַציעס, זייער באַגלייבט און צוגעגרייט מיט פֿאַכמענערישקייט האָט לאַורער האַלפּערן, באַקליידט האָט די אַקטיאָרן קיי ווויס. אַלץ זייער געניט.
עס ווערט געשפּילט אין לינקאָלן־צענטער אין מיצי אי. ניוהאַוז־טעאַטער. פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג.