פּובליציסטיק

אַ שפּאַציר־גאַס אין סידני, וווּ מע קאָן זיך אַ ביסל אָפּרוען
אַ שפּאַציר־גאַס אין סידני, וווּ מע קאָן זיך אַ ביסל אָפּרוען

1. דער לאַנגער שבת אין סידני

ווען מײַן פֿרײַנדל האָט דערהערט, אַז איך קלײַב זיך צו פֿאָרן אין אויסטראַליע, האָט ער, ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער, מיר אַ זאָג געטאָן: "אַ לאַנד, וווּ ס׳איז אַלץ קאַפּויער!" צו באַשטעטיקן זײַנע ווערטער האָט ער צוגעגעבן: "דאָ הייבט זיך בײַ אונדז אָן דער זומער, און דאָרט גייט מען ערשט אין ווינטער אַרײַן".
אַראָפּצוברענגען איין ייִדישן שרײַבער אין אויסטראַליע, האָבן געדאַרפֿט פֿאַראייניקן זייערע באַמיִונגען פֿיר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין מעלבורן: "ייִדיש־מעלבורן", "די קדימה", די שלום־עליכם־שול און דער "בונד".
אַז מע פֿאָרט שוין אין אַזאַ ווײַטקייט אויף קנאַפּע דרײַ וואָכן, פֿאַרגינט מען זיך שוין צו טיילן דאָס ביסל חיות־הנסיעה מיט דער פֿרוי ראַיע; בפֿרט, אַז דער גרעסטער טייל פֿון די רײַזע־זאָרג פֿאַלט בדרך־כּלל אויף איר קאָפּ. קאָן איך זיך מער אָפּגעבן מיט מײַנע אייגענע קאָפּדרייענישן.
אויף אַ לאַנגן וועג זאָגט מען אין ייִדיש: עס פֿאָלגט מיך אַ גאַנג. נאָך כּמעט אַ מעת־לעת פֿליִען קיין סידני וואָלט ריכטיקער געווען צו זאָגן, עס פֿאָלגט מיך אַ פֿלי. אין דער שטאָט סידני זײַנען מיר אָפּגעווען אַ קורצן פֿרײַטיק און אַ לאַנגן שבת. ווי באַקאַנט, מוז אַ טוריסט, קודם־כּל, האָבן דרײַ זאַכן: צוויי גרויסע אויגן, צוויי געזונטע פֿיס און אַ מאַפּע. די מאַפּע האָבן מיר געקראָגן אינעם האָטעל, וווּ מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט אויף איין נאַכט, און זיך געלאָזט אויף אַ שפּאַציר איבער די צענטראַלע גאַסן.
די פֿיס טראָגן, און די אויגן צעלויפֿן זיך אין אַלע זײַטן, רײַסן זיך אַרויף צו די שפּיצן פֿון די וואָלקן־קראַצערס. דערבײַ מוז מען געדענקען, בפֿרט ווען מע גייט אַריבער די גאַס, אַז אין אויסטראַליע איז אַלץ "קאַפּויער"... ניין, די מענטשן גייען נישט, חלילה, מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַרויף, אָבער די באַוועגונג פֿונעם טראַנספּאָרט איז אַ "לינקזײַטיקע", ווי אין ענגלאַנד; אַזוי אַז אויך דער רודער אין די אויטאָס איז פֿון דער רעכטער זײַט. די שפּורן פֿונעם אימפּעריאַלן "בריטישן שטעמפּל" זעען זיך בולט אָן אויף שריט און טריט — די נעמען פֿון די פּני־בריטאַניע האָבן פֿאַרכאַפּט די שענסטע גאַסן; די אויסטראַלישע מטבע איז טאַקע דער דאָלאַר, אָבער אָפּגעשטעמפּלט איז אויף זײַן אייבערשטער זײַט, אויפֿן אַווערס, דער פּראָפֿיל פֿון דער מלכּה עליזאַבעט דער צווייטער; שוין אָפּגערעדט וועגן דער שיינער טונקל־בלויער פֿאָן, וווּ אויבן פֿון דער לינקער זײַט, רויטל זיך די בריטישע פֿאָן...
אַ מאָדנער געדאַנק פֿאַלט מיר אײַן בעתן שפּאַציר: דורכגעמאַכט טויזנטער מײַל פֿון איין קאָנטינענט צו אַ צווייטן, כּדי ווידער צו טרעפֿן אין אַ מין "סידני־מאַנהעטן". די זעלבע שרײַענדיקע נעמען פֿון די ריזיקע אינטערנאַציאָנאַלע בענק, האָטעלן, קאָרפּאָראַציעס, האַנדלס־פֿירמעס, שפּײַז־געשעפֿטן, קליידער־קראָמען וכּדומה — דאָס זעלבע קאָן מען זען אין אייראָפּע און אויף אַנדערע קאָנטינענטן — פֿון איין עק וועלט, צום אַנדערן עק — גלאָבאַליזאַציע אין גאַנג!
אָבער מײַן טוריסטישער בליק זוכט וווּ זיך אָפּצושטעלן און זיך אַ ביסל אָפּרוען פֿון די מאָדערנע וואָלקן־קראַצערס פֿון קאַלטן שטאָל און גלאָז; און פֿון צײַט צו צײַט גיט זיך עס אײַן, ווען מײַן בליק שטויסט זיך אָן אין אַן אַלטן בנין, נאָך פֿון די וויקטאָריאַנישע צײַטן. די אַלטע ווענט פֿון ציגל און האָלץ האָבן וואָס צו דערציילן; אין זיי לעבט די געשיכטע פֿון דער שטאָט; ריכטיקער, וואָס ס׳איז פֿון איר געבליבן. די דאָזיקע בנינים שטייען אויף די ברייטע גאַסן פֿאַררוקט, נעבעך, דערדריקט פֿון אַלע זײַטן, און דאָס איינציקע וואָס עס בלײַבט זיי, איז צו שפּיגלען זיך אין די גלאַנצנדיקע שויבן פֿון די מאָדערנע מאָנסטערס. און דאָס אויג רוט זיך אָפּ.
אַזוי האָט מײַן בליק אַרויסגעכאַפּט פֿון דער גאַסן־האַוועניש די גרויסע כאָר־שיל "בית־ישׂראל" אויף דער "עליזאַבעט־גאַס", אַקוראַט אַנטקעגן דעם פּרעכטיקן "הײַד־פּאַרק". פֿרײַטיק, פֿאַר שבת, איז זי געווען געשלאָסן. אַרויסגעשלעפּט דעם געטרײַען חבֿר ״IPhone״, מײַן שטענדיקער באַגלייטער, האָב איך זיך גלײַך "אַרײַנגעגוגלט" און אויסגעזוכט, אַז אויפֿגעבויט איז די שיל געוואָרן אין 1878, פֿונעם אַרכיטעקט טאָמאַס ראָו, דווקא נישט קיין ייִד, אין אַ מין געמישטן סטיל פֿון ביזאַנטיש און גאָטיש.

די גרויסע שיל "בית־ישׂראל"
די גרויסע שיל "בית־ישׂראל"
די שיל איז געשטאַנען, ווי אויסגעטאָקט פֿון אַ ריזן־פֿעלדז, געבראַכט פֿון נגבֿ. דעם צענטראַלן אַרײַנגאַנג, פֿאַר די טרעפּ האָבן פֿאַרשטעלט גרינע קונציק־געשמידטע טויערן. זיי האָבן ווי פֿאַרשפּאַרט דאָס ביסל ייִדישקייט, וואָס איז געבליבן אין דעם קרך סידני, און זי אויסגעהיט פֿונעם אַרומיקן גלות.
אין אויסטראַליע זײַנען קיינמאָל נישט געווען קיין פּאָגראָמען, אָבער די מורא פֿאַר פּאָגראָמען, וואָס ס׳האָבן געבראַכט אַהער די ייִדן פֿון אייראָפּע, איז געווען און פֿאַרבליבן. די הײַנטיקע איסלאַמיסטישע טעראָריסטן טענהן, אַז זיי האָבן גאָרנישט קעגן די ייִדן אין די תּפֿוצות; זיי פֿירן אַ קאַמף נאָר קעגן די ישׂראל־ציוניסטן. די ייִדן האָבן אַזאַ מחיצה צווישן זיך נישט דורכגעפֿירט, נאָך מער: זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אין זייער צוויי טויזנט־יאָריקן גלות טויזנטער תּפֿילה־שפּליטערס, נישט צו פֿאַרגעסן דאָס פֿאַרלוירענע ארץ־ישׂראל.
דער פּרעכטיקער הײַד־פּאַרק איז אויך אַ דערמאָנונג פֿון די וויקטאָריאַנישע צײַטן. כ׳האָב שוין באַמערקט, אַז די מאָדערנע פּאַרקן זײַנען מער פֿאַרווײַלעריש, פֿול מיט פֿריילעכע אַטראַקציעס, איידער מיט ביימער און גרינע לאָנקעס. זעט אויס, אַז אַ שטיקל ערד קאָסט הײַנט צו טײַער, אָפּצוגעבן עס צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ בוים אָדער אַ שיינעם קוסט. יאָ, די ביימער פֿון אַן אַלטן פּאַרק אין שטאָט ברענגען נישט קיין פֿרוכטן וואָס טויגן צום עסן; זייער שיינקייט ברענגט אַנדערע פּירות. זי פֿרייט דאָס אויג. באַגײַסטערט. שענקט אַ קילן שאָטן אין אַ הייסן טאָג. אמת, עס קומט אַ צײַט, ווערט אויך די שיינקייט פֿאַרוועלקט, אָבער זי פֿאַרגעדענקט זיך אויף לאַנג.
פֿאָלגנדיק די מאַפּע, זײַנען מיר אָנגעקומען אינעם נאַציאָנאַלן אויסטראַלישן מוזיי, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1827 און באַרימט אין דער וועלט, צוליב זײַנע עקספּאָנאַטן פֿון דער נאַטור־געשיכטע און אַנטראָפּאָלאָגיע. אַנדערש געזאָגט: סקעלעטן פֿון גיגאַנטישע דינאָזאַווערס און אַנדערע פֿאַר־היסטאָרישע באַשעפֿענישן, ענלעך צו מענטשן; חיות און פֿייגל, ווי לעבעדיקע, שטייען פֿאַרגליווערט און באַטראַכטן די באַזוכער מיט זייערע גלעזערנע אויגן־קנעפּלעך; זעלטענע קאָלעקציעס פֿון פֿלאַטערלעך; פּרימיטיווע וואָפֿנס, ריטועלע מאַסקעס און שטייגער־זאַכן פֿון די כּמעט פֿאַרשוווּנדענע אַבאָריגען־שבֿטים... אַפֿילו די אַלטיטשקעס, וואָס זיצן דאָ און דאָרט בײַ טישלעך און האַלטן אַ דרעמלענדיק אויג אויף די אַלע אַנטיקלעך, זעען אויך אויס ווי עקספּאָנאַטן.
סידני האָט אונדז געשענקט אַ קילבלעכן, אָבער אַ זוניקן שבת. דאָס ווינטל פֿונעם אָקעאַן האָט דערמאָנט, אַז ס׳איז פֿאָרט ווינטער אויפֿן אָרטיקן קאַלענדאַר. פֿונעם האָטעל האָבן מיר זיך אַראָפּגעלאָזט צום "דאַרלינג־האַוון" און ערשט פֿון דאָרט האָט זיך געלאָזט אָפּשאַצן די פֿאַנטאַסטישע דיִאַראַמע — אַרכיטעקטורע קונסטווערק אונטערן בלויען הימל־קופּאָל.
די פּראָמענאַדע אינעם "דאַרלינג־האַוון", סידני
די פּראָמענאַדע אינעם "דאַרלינג־האַוון", סידני
די אמתע שיינקייט פֿון דעם אָרט האָט נאָך העלער אַנטפּלעקט איר פֿולקאָליריקע פּראַכט דווקא פֿאַר נאַכט צו, ווען אויפֿן האַוון האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַ געדיכטע פֿינצטערניש, און ווען ס׳האָבן פּלוצעם אויפֿגעלויכטן און אָנגעהויבן זיך באַוועגן אויף די ווענט פֿון בנינים בילדער פֿון שײַן און פֿאַרב. אויך אויפֿן וואַסער האָבן זיך געטראָגן פֿײַערדיקע שיפֿלעך, ווי אויפֿגעלעבטע ים־דראַקאָנען. פֿון דערווײַטנס, אויף אַ שמאָלן האַלב־הינדזל, וואָס טראָגט דעם אַבאָריגענישן נאָמען בענעלאָנג, האָט זיך אָנגעזען דאָס אָפּערע־הויז, ווי צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון ווײַסע זעגלשיפֿן, פֿאַרטראָגן אַהער מיט די אָקעאַן־כוואַליעס. דערעפֿנט און געבענטשט געוואָרן פֿון דער בריטישער מלכּה עליזאַבעט אין 1973, איז דער בנין מיט זײַנע שפּיציקע קאָנטורן גיך פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין טוריסטישן סימבאָל פֿון סידני און אויסטראַליע בכלל.
כ׳האָב נאָך פֿון פֿריִער געוווּסט, אַז דעם אוניקאַלן אַרכיטעקטור־פּראָיעקט האָט געשאַפֿן דער אַרכיטעקט פֿון דענמאַרק יאָרן אוטזאָן. דאָס בויען דאָס אָפּערע־הויז האָט געזאָלט נעמען פֿיר יאָר און קאָסטן 7 מיליאָן אויסטראַלישע דאָלאַר. די בויונג האָט זיך אָבער צעצויגן אויף לאַנגע פֿערצן יאָר און אָפּגעקאָסט בסך־הכּל 102 מיליאָן דאָלאַר. בייזע צונגען פּלאַפּלען, אַז אוטזאָנען האָט מען געוואָלט מישפּטן פֿאַר גנבֿה. ער איז אָבער אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע, אין אַנדערן עק וועלט.
אין דעם אָוונט האָט דאָס אָפּערע־הויז געשפּילט מיט מוזיק פֿון ליכט. דער שטראַל פֿונעם פּראָיעקטאָר האָט אויסגעשיילט פֿון דער פֿינצטערניש אַ טענצערין, וואָס האָט געטאַנצט אויף די ווײַסע זעגלען פֿון דעם אויסטראַלישן סימבאָל.
אינעם האָטעל זײַנען מיר געקומען טויט מידע. סײַ מײַן פֿרוי און סײַ איך זײַנען שוין געפֿאַלן פֿון די פֿיס און אויפֿן פּנים. אין ניו־יאָרק האָט זיך דער שבת נאָך נישט אָנגעהויבן, און פֿון סידני איז ער שוין אַרויס. אַ לאַנגער שיינער שבת. מיט צוויי טעג שפּעטער, שוין אין מעלבורן האָב איך אָנגעשריבן דאָס ליד "וואָס זוך איך?" מײַן אַמעריקאַנער פֿרײַנד וואָלט מסתּמא געזאָגט: "לאַנגע וועגן און נײַע אײַנדרוקן וועקן לירישע געדאַנקען".

וואָס זוך איך?

וואָס זוך איך
אין די שטעט פֿון לענדער פֿרעמדע,
פֿאַרשטעלט מיט בבֿל־טורעמס,
אין וועלכע עס שפּיגלען זיך די תּקופֿות;
זיי רײַסן זיך אַרויף צום הימל, ווי אַמאָל,
נישט צו פֿאַרשטיין דעם גאָטס געבאָט,
נאָר גראָד פֿון ערד זיך אָפּרײַסן —
וואָס העכער?


וואָס זוך איך
אויף די קאָנטינענטן פֿרעמדע,
וווּ מענטשן־מערעשקעס נאָך אַלץ
די פּעקלעך־זאָרג טאָג־טעגלעכע
אויף זיך זיי שלעפּן,
און שפּראַכן מענטשלעכע זיי רעדן,
דאָך ווי אַמאָל, נישט ווילן הערן זיי
וואָס איינער רעדט צום צווייטן?


וואָס זוך איך
אין דער וועלט,
פֿאַרטריבן זיך אַליין פֿון דעם גן־עדן —
אַלץ ווײַטער פֿון דער שמאָלער שוועל,
וווּ ס׳שטייען אָפּגעוואַשן ביז אַ גלאַנץ קאַלאָשן,
וואָס ס׳האָט דאָס ייִנגעלע אַ קוטשעראַווע
אַרויסגעשלעפּט קוים־קוים פֿון בעלצער בלאָטע...
וואָס זוך איך, וואָס?