געזעלשאַפֿט

אַ שיטערע ריי באַזוכער בײַם מאָסקווער מאַווזאָליי
אַ שיטערע ריי באַזוכער בײַם מאָסקווער מאַווזאָליי
ניט לאַנג צוריק איז אין דעם ביולעטין פֿונעם צענטער פֿאַר פֿראַנצויזישע פֿאָרשונגען, וואָס אַרבעט אונטערן דאַך פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מײַן אַרטיקל, אין אַ פֿראַנצויזישער איבערזעצונג, וועגן די ייִדישע "היטער" פֿון לעניניזם (bcrfj.revues.org/6567). די רייד גייט דאָרטן, דער עיקר, וועגן די וועטעראַנען פֿון דער פּוילישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וועלכע זײַנען סוף 1960ער יאָרן אַרויסגעשטופּט געוואָרן אי פֿון דער פּאַרטיי אי פֿון דעם לאַנד, האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און דאָרטן געהאַלטן זיך פֿאַר די סאַמע ריכטיקע לעניניסטן, ניט צו פֿאַרגלײַכן ריכטיקערע איידער די סאָוועטישע און די פּוילישע קאָמוניסטישע מנהיגים. אַן ענלעכע דערשײַנונג האָט מען געקאָנט זען אויך אין אַנדערע לענדער. דער קרײַז פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פֿלעגט אויך צולייגן אַ לעניניסטישן אַרשין צו די אויפֿטוען פֿונעם ייִנגערן קאָמוניסטישן עולם, וועלכער האָט זיי, די ייִדישע וועטעראַנען, אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער פּאַרטיי.
נאָך דער "דע-סטאַליניזאַציע", לכל-הפּחות, אויסנווייניק פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, זײַנען "לענין" און "לעניניזם" געוואָרן נאָך הייליקער פֿאַר האַרטנעקיקע קאָמוניסטן ווי פֿריִער. די פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס תּקופֿה האָט מען געקענט פֿאַרטײַטשן ווי "אָפּווייכונגען" פֿון לעניניסטישע נאָרמעס, און שוין — צוריק צו די "נאָרמעס". דער גלויבן אין קאָמוניזם האָט דאָך תּמיד געהאַט רעליגיעזע עלעמענטן, און לענין איז געוואָרן דער אָפּגאָט אין אָט דעם קולט. ניט צופֿעליק איז ער אַוועקגעלייגט געוואָרן אין מאַווזאָליי, אויפֿן רויטן פּלאַץ, מענטשן זאָלן קענען קומען צו אָט דעם טעמפּל און זיך בוקן צו זייער געץ.
איך בין אין מאַווזאָליי געווען דרײַ מאָל. מײַן ערשטער באַזוך איז געווען מיט אַ פֿופֿציק יאָר צוריק, ווען מײַנע עלטערן האָבן מיך געבראַכט קיין מאָסקווע. דעמאָלט האָט מען געמוזט אָפּשטיין עטלעכע שעה אין אַ ריי, און מײַן מאַמע האָט זיך פֿון אָט דער דערפֿאַרונג אָפּגעזאָגט. זײַנען מיר, דער טאַטע און איך, געפֿאָרן אַהין, אַ זייגער זעקס אין דער פֿרי, און טאַקע געהאַט די זכיה צו זען די הייליקייט.
דאָס צווייטע מאָל בין איך געווען דאָרטן אין מײַ 1991. איך געדענק עס אַזוי פּינקטלעך, ווײַל דעמאָלט איז אין מאָסקווע געווען אַ ייִדיש-קאָנגרעס, און איינער פֿון די ישׂראלדיקע געסט, וואָס האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ מיר אין דער היים, האָט מיך געבעטן צו גיין מיט אים אין מאַווזאָליי. צו יענער צײַט איז די צאָל בעלנים צו זען דעם פֿאַרבאַלזאַמירטן קערפּער אַ סך קלענער געוואָרן — מיר זײַנען געשטאַנען, דאַכט זיך, אַ האַלבע שעה.
און נאָך איין מאָל בין איך געווען אין מאַווזאָליי — מיט אַ טוץ יאָרן צוריק, ווען מיר זײַנען געקומען קיין מאָסקווע פֿון אויסלאַנד, ווי טוריסטן, און מײַן זון האָט מיר אײַנגערעדט צו גיין אין דעם דאָזיקן "אַטראַקציאָן", בפֿרט נאָך אַז די ריי אַהין איז געווען גאָר אַ שיטערע.
אָבער ווי שיטערער צי ניט שיטערער ווערט די ריי אין מאַווזאָליי, בלײַבט לענין אַ וויכטיקער סימבאָל פֿאַר זייער אַ סך רוסישע תּושבֿים. הײַיאָר אין אַפּריל האָט אַן אויספֿרעג געוויזן, אַז כּמעט אַ העלפֿט אויסגעפֿרעגטע שאַצן אָפּ לענינס ראָלע אין דער געשיכטע פֿון זייער לאַנד ווי אַ פּאָזיטיווע. נאָר 30 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן זײַן בײַטראָג אָפּגעשאַצט נעגאַטיוו. און נאָך איין באַלערנדיקע זאַך: אין די לעצטע יאָרן איז אויסגעוואַקסן די צאָל מענטשן, וואָס האַלטן פֿון לענינען. מע זעט, אַז אַ היפּשער טייל פֿונעם יונגן רוסישן עולם ווײַזט זייער קלאָר די נטיה צו האָבן דרך-ארץ פֿאַר דעם פֿאַרמאַווזאָלייעווטן באָלשעוויסטישן פֿירער.
זײַן נאָמען איז נאָר טיילווײַז אויסגעוואָרצלט געוואָרן פֿון דער נאָך-סאָוועטישער מאַפּע. דאָ און דאָרטן שטייען כּלערליי לענין-מעמאָריאַלן, און די גאַסן, אָפֿט מאָל צענטראַלע, טראָגן זײַן נאָמען. איך האָב איבערגעלייענט ענטפֿערס, וואָס קליינע רוסישע קינדער געבן איצט אויף דער פֿראַגע "ווער איז לענין?" אייניקע זאָגן זייער פּשוט — "דאָס איז אַ דענקמאָל" אָדער "איך ווייס ניט, מיר האָבן עס נאָך ניט געלערנט". זייערע עלטערן זײַנען, אָבער, אָפֿט מאָל קעגן די פּלענער פֿון אַראָפּנעמען דעם אָדער יענעם לענין-דענקמאָל. מע ענטפֿערט בדרך-כּלל — "זאָל עס שטיין, ער שטערט אונדז ניט".
שוין אַ פּאָר יאָרצענדליק גייט אָן אין רוסלאַנד דער וויכּוח וועגן דער צוקונפֿט פֿון דעם מאַווזאָליי. די גאַנצע צײַט געפֿינען זיך אַ סך אָנהענגער פֿון פֿאַרמאַכן דעם "אַטראַקציאָן". אַנומלט, איז דער דאָזיקער אײַנפֿאַל ווידער געוואָרן אַקטועל, ווײַל אים האָט אונטערגעהאַלטן דער נײַער מיניסטער פֿון קולטור — וולאַדימיר מעדינסקי. ס׳איז ניט קלאָר, פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו רעדן אָפֿן וועגן פֿאַרמאַכן דעם מאַווזאָליי. זײַן רעפּוטאַציע איז גאָר ניט פֿון די בעסטע, בפֿרט צווישן ליבעראַלע אינטעליגענטן; אַזוי, אַז אפֿשר איז עס פּשוט אַ קונץ אַזאַ פֿון זײַן זײַט — אַרויסצורופֿן צו זיך אַ ביסל סימפּאַטיע. צוריק גערעדט, אפֿשר מיינט ער טאַקע אַזוי — מעדינסקי איז דאָך אַ היסטאָריקער, אַ פּראָפֿעסאָר, אַ מחבר פֿון אַקאַדעמישע און האַלב-אַקאַדעמישע ביכער.
איך האָב עטלעכע מאָל געהערט מעדינסקין אויף דער רוסישער טעלעוויזיע. קיין ברעקל סימפּאַטיע האָט ער בײַ מיר ניט אַרויסגערופֿן, כאָטש ס׳איז קלאָר געווען, אַז ער איז אַ פֿעיִקער מענטש. דאָך וואָס שייך דעם מאַווזאָליי, האַלט איך אים אונטער. לעניניזם האָט מיט זיך געבראַכט צרות צי אַפֿילו טויט, און ניט בלויז אין רוסלאַנד, נאָר אויך אין אַנדערע לענדער. ס׳איז שוין לאַנג צײַט צערעכענען זיך מיט אָט דער ירושה פֿונעם בלוטיקן 20סטן יאָרהונדערט.