געזעלשאַפֿט

מאַרקוס אַגיוס, דער פֿאָרזיצער פֿון "באַרקלייס", אַרויסגייענדיק פֿונעם פּאַרלאַמענט־בנין, וווּ ער האָט איבערגעגעבן דעם פֿינאַנץ־קאָמיטעט באַווײַז־מאַטעריאַלן אין שײַכות מיטן "ליבאָר־סקאַנדאַל"; פֿאַראַכטאָגן דינסטיק אין לאָנדאָן
מאַרקוס אַגיוס, דער פֿאָרזיצער פֿון "באַרקלייס", אַרויסגייענדיק פֿונעם פּאַרלאַמענט־בנין, וווּ ער האָט איבערגעגעבן דעם פֿינאַנץ־קאָמיטעט באַווײַז־מאַטעריאַלן אין שײַכות מיטן "ליבאָר־סקאַנדאַל"; פֿאַראַכטאָגן דינסטיק אין לאָנדאָן
Credit: Getty Images
פֿון מײַן טאַטן ע״ה פֿלעג איך פֿון מאָל צו מאָל הערן אַזאַ ווערטל: "דער קרעדיט מאַכט קאַליע די באַציִונגען". הגם אין דער היים האָט ער בדרך-כּלל גערעדט ייִדיש, פֿלעגט ער די דאָזיקע פֿראַזע תּמיד זאָגן אויף רוסיש — "קרעדיט פּאָרטיט אָטנאָשעניִיאַ". אַ סבֿרא, אַז ער האָט עס אַ מאָל געהערט אויף רוסיש, אפֿשר ווי אַ פֿרײַע איבערזעצונג פֿון דײַטש (Borgen schadet der Freundschaft). אַזוי צי אַזוי, אָבער איך געדענקט ניט, אַז מײַנע עלטערן זאָלן בײַ עמעצן באָרגן געלט. פֿאַרקערט, ניט-ייִדישע שכנים פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט נעמען אויף עטלעכע טעג בײַ דער מאַמען עטלעכע קערבלעך. דאַכט זיך, נאָר איין מאָל האָט מען יאָ גענומען אַ מין קרעדיט, כּדי צו קויפֿן מעבל. אָבער אין סאָוועטישן לשון האָט עס ניט געהייסן "קרעדיט", נאָר "אויף אויסצוצאָלן", און קיין פּראָצענט האָט מען בײַם אויסצאָלן, אויב מיך פֿירט ניט אונטער דער זכּרון, ניט געצאָלט.
אָבער דאָס איז געווען אין אַן אַנדער וועלט. אין דער איצטיקער וועלט איז כּמעט אוממעגלעך זיך אויסצודרייען אָן הלוואָות. אויף אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער תּושבֿ קומט נאָענט צו זעקס טויזנט דאָלאַר, וואָס הענגען ווי אַ חובֿ אויף איר, צי זײַן, קרעדיט-קאַרטל. און דאָס איז נאָך אַ קלייניקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער דורכשניטלעכער היפּאָטעק ("מאָרטגיידזש"), וואָס איז אַריבער 167 טויזנט דאָלאַר. צו דעם קומען אָפֿט מאָל צו אַנדערע הלוואָות, וואָס מענטשן נעמען כּדי קויפֿן אַ נײַעם אויטאָ, באַצאָלן פֿאַר דער בילדונג, צו רעכט מאַכן די ציין, וכ’. די גאַנצע עקאָנאָמיע, פּערזענלעכע, געשעפֿטלעכע און מלוכישע, דרייט זיך אַרום באָרגן געלט.
בײַ פֿרומע ייִדן זײַנען אַזעלכע זאַכן, ווי מיר ווייסן, ניט כּשר. מע קען דאָך ניט פֿאַרדינען אויף פּראָצענטן. אָבער נאָך מיט יאָרהונדערטער צוריק האָט עפּעס אַ ייִדישער בעל-מוח צוגעטראַכט דעם קונץ, וואָס הייסט היתּר-עיסקא. דאָס עפֿנט אַ ברייטן וועג צום באָרגן געלט מיט אַ פּראָצענט, אָבער ניט אָנצורופֿן, חס-וחלילה, די הלוואה מיט איר ריכטיקן נאָמען, נאָר פֿאָרצושטעלן עס ווי אַ שותּפֿות צווישן דעם בעל-כּיס, וואָס גיט געלט, און דעם בעל-חובֿ, וואָס נעמט ס׳געלט. און אין אַ שותּפֿות קען מען שוין, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרדינען. אַן ערך אַזאַ קונץ, אויך מאַכנדיק אַן אָנשטעל פֿון שותּפֿות, פֿירן זייערע געשעפֿטן די מוסולמענישע בענק.
אַזוי צי אַזוי, לעבט מען ניט הײַנט לויט מײַן טאַטנס עקאָנאָמישן שׂכל — פֿריִער אײַנצושפּאָרן און דערנאָך קויפֿן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין אונדזערע עקאָנאָמישע באַדינגונגען וואָלט ער אויך געמוזט, אַ פּנים, פֿאַרגעסן דאָס רוסישע ווערטל וועגן דעם סם, וואָס אַ קרעדיט קען ברענגען אין מענטשלעכע באַציִונגען. כאָטש אין תּוך אַרײַן איז ער געווען גערעכט — אַ שיין ביסל סם טראָגט אין זיך דער גאַנצער ענין פֿון הלוואָות, בפֿרט פֿון הלוואָות מיט פּראָצענטער.
דאָך אויף דעם האַלט זיך די וועלט. ניט אומזיסט האָבן די רעגירונגען אין די לעצטע יאָרן, בעת דעם קריזיס, אַרײַנגעלייגט משוגענע געלטער דווקא אין די בענק, כּדי ס’רובֿ פֿון זיי ראַטעווען פֿון אונטערגאַנג. געטאָן האָט מען עס ניט צוליב דער געוואַלדיקער ליבע, וועלכע כּלומרשט (ווי אייניקע נאַיִווע מענטשן גלייבן) פֿאַרבינדט מלוכה־לײַט מיט פֿינאַנציסטן. געטאָן האָט מען עס כּדי ניט חרובֿ מאַכן די גאַנצע עקאָנאָמיע, וועלכע קען ניט זשיפּען אָן קרעדיטן. איצט רעדט מען וועגן דעם יעדן טאָג אין קאָנטעקסט פֿון דער מערכה אין אייראָפּע, בפֿרט — אין איר יוראָ-זאָנע.
קיין חידוש ניט, אַז דער סקאַנדאַל מיטן בריטישן באַנק "באַרקלייס" האָט געמאַכט אַזאַ טומל. מיר איז פֿון דער ווײַטנס שווער צו זאָגן, אויף וויפֿל הויך גייט די רייד וועגן דעם אין אַמעריקע צי אַנדערע לענדער. אָבער דאָ, אין ענגלאַנד, איז עס זייער אַ הייסע טעמע, ווײַל אין קאָן איז — ווידער אַ מאָל! — די רעפּוטאַציע פֿון דער גאַנצער פֿינאַנציעלער אינדוסטריע. און אַ באַנק איז ווי אַ מענטש: אָן אַן אָנשטענדיקער רעפּוטאַציע ווערט ער גלײַך אַ בעל-מום.
דער סקאַנדאַל, וואָס האָט שוין אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זייערע פֿיל-מיליאָניקע שטעלעס די פֿירנדיקע פּאַרשוינען אין "באַרקלייס", איז פֿאַרבונדן מיט אומלעגאַלע מאַניפּולאַציעס מיטן "לײַבאָר" — דאָס איז דער ענגלישער ראָשי-תּיבֿות פֿאַרן אינדעקס, וואָס באַשרײַבט און באַשטימט דעם פּראָצענט פֿאַר הלוואָות, וועלכע איין באַנק באַקומט פֿון דעם צווייטן באַנק. עס קען קלינגען ווי אַן ענין, וואָס האָט ניט קיין שײַכות צו אַ געוויינטלעכן בשׂר-ודם. אָבער דאָס איז ניט אַזוי, ווײַל פֿון יענע פּראָצענטער ווערן, סוף-כּל-סוף, אויסגערעכנט אויך די פּראָצענטער פֿאַר פּריוואַטע הלוואָות. מיט אַנדערע ווערטער, קריכט דער דאָזיקער "לייבאָר" דירעקט אין אונדזער קעשענע.
בכלל, ווערט עפּעס קאַלעמוטנע פֿון לייענען וועגן אָט די אַלע, כראָניש שלעכטע נײַעס, וועלכע די עקאָנאָמיע טראָגט אונדז אונטער. ניט צופֿעליק באַמערקט מען איצט, אַז עס וואַקסט ווידער אַ מאָל די רעפּוטאַציע פֿון קאַרל מאַרקס און זײַן עקאָנאָמישער לערע. בפֿרט נאָך, אַז אונדזער הצלחה איז אין אַ היפּשער מאָס אָפּהענגיק טאַקע פֿון מאַרקסיזם, וואָס שאַפֿט דעם אידעאָלאָגישן יסוד פֿון כינע, וווּ מע אַרבעט אויס אונדזערע בגדים, עלעקטראָנישע און ניט-עלעקטראָנישע צאַצקעס און אַ סך אַנדערע זאַכן.
הקיצור, אפֿשר איז גערעכט געווען מײַן מאַרקסיסטישער טאַטע און מע דאַרף טאַקע סטאַרען זיך צו בויען אונדזער פּריוואַטע עקאָנאָמיע ניט אויף הלוואָות, נאָר אויף אײַנשפּאָרענישן? און דעמאָלט זאָלן זיי זיך ברעכן דעם קאָפּ מיט אַלע זייערע "לײַבאָרס" און אַנדערע אָנשיקענישן?
צום באַדויערן, ווי עס האָט אונדז געלערנט אַן אַנדער מאַרקסיסט, וואָס האָט זיך גענומען דעם נאָמען "לענין", איז אוממעגלעך צו לעבן אין אַ געזעלשאַפֿט און צו בלײַבן פֿון איר פֿרײַ. הייסט עס, אַז מיר זײַנען ערבֿניקעס פֿון דער גאַנצער סיסטעם און דעם "לײַבאָר"-קריזיס וועלן מיר מוזן, נעבעך, אויך יאַקאָס איבערלעבן.