פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

די אימיגראַנטן קומען אָן אינעם בוענאָס־אײַרעסער פּאָרט, אינעם יאָר 1890
די אימיגראַנטן קומען אָן אינעם בוענאָס־אײַרעסער פּאָרט, אינעם יאָר 1890
כ׳בין געפֿאָרן קיין בינעסאײַרע
און אַרום אַלע קאַנטן,
כּדי מײַן חתן דער שייגעץ
זאָל קענען גיין אויף זײַנע הענט בריליאַנטן.
(פֿון שמואל לעהמאַנס זאַמלונג
"די אונטערוועלט און אירע לידער")

די וואָך הייבט זיך אָן דער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע" אין די לאָרענשאָנער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, און איינע פֿון די טעמעס הײַנטיקס יאָר באַהאַנדלט "די ייִדן אין לאַטיין־אַמעריקע". עס וועלן זיך באַטייליקן דער לערער און לעקטאָר ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים, די מוזיקער לערנער און מאָגילעווסקי, און די זינגערין יאַסינאַט; אַלע זענען געסט פֿון אַרגענטינע. אינעם טעאַטער־וואַרשטאַט וועט דזשעני ראָמיין פּרוּוון אַרײַנפֿלעכטן אין אַ טעאַטער־ספּעקטאַקל עטלעכע אויטאָביאָגראַפֿישע קאַפּיטלעך פֿון דער זינגערין איזאַ קרעמער, וועלכע האָט פֿאַרבראַכט די לעצטע אַכצן יאָר פֿון איר לעבן אין אַרגענטינע. ווען זי האָט דאָרטן געלעבט, איז דער דיקטאַטאָר כואַן פּעראָן איר דערגאַנגען די יאָרן צוליב איר און דעם מאַנס לינקער פּאָליטיק.
ווען עס גייט די רייד וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין אַרגענטינע, קומט קודם־כּל אויפֿן זינען די אַזוי־גערופֿענע ווײַסע שקלאַפֿערײַ, ווען ייִדישע פֿרויען, אַנטלויפֿנדיק פֿון אָרעמקייט און רדיפֿות אין מיזרח־אייראָפּע און רוסלאַנד, זענען אָנגעקומען אין לאַנד און דאָרט גענייט געוואָרן צו ווערן פּראָסטיטוטקעס. (שאַנדהײַזער זענען געווען לעגאַל ביז 1936). אָנגעפֿירט מיט דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ פֿון ייִדישע פֿרויען האָבן די ייִדן גופֿא.
אויף די גאַסן פֿון וואַרשע און לאָדזש האָבן די פֿרויען געזונגען וועגן דעם טרויעריקן קאַפּיטל אין אונדזער געשיכטע. דעם נאָמען פֿון דער אַרגענטינער קרוינשטאָט האָבן זיי אַרויסגערעדט "באָנעס־איירעס", "באָנעס־איירע" אָדער "בינעס־איירע". דער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן האָט אַ טייל פֿון די לידער פֿאַרשריבן, ווי דאָס ווײַטערדיקע דיאַלאָג־געזאַנג צווישן אַ פֿרוי און איר אַלפֿאָנס.
"פֿון מײַן מאַמעליו האָסטו מיך אַרויסגענומען,
דו האָסט מיר צוגעזאָגט גאָלדענע זאַכן,
קיין באָנעס־אײַרע האָסטו מיר געפֿירט,
פֿאַר אַ נקבֿה האָסטו מיך געטאָן מאַכן."

"וואָס טויג־זשע מיר צו זײַן באַ דײַן מאַמעליו?
און צו שלאָפֿן אין די שמוציקע בעטן?
גלײַכער צו זײַן אין באָנעס־איירע
און צו שלאָפֿן אין די שיינע קאַבינעטן."

אין די ווײַטערדיקע סטראָפֿעס פֿונעם ליד זאָגט דער מאַן איר צו בריליאַנטן, טשאָקאָלאַדעס און שיינע אויערינגלעך, אויב זי וועט קומען קיין באָנעס־איירע.
שמואל לעהמאַן איז נישט געווען דער איינציקער צו זאַמלען די לידער. זײַן חבֿר און געלט־שטיצער פּינחס גראַובאַרד האָט אין דער זאַמלונג "בײַ אונדז ייִדן" (1923) געדרוקט זײַן זאַמלונג "געזאַנגען פֿון תּהום", וועלכע נעמט אַרײַן לידער פֿון גנבֿים, אַרעסטאַנטן און גאַסן־פֿרויען. איין ליד איז וועגן דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ אין בראַזיל, און איינס אין אַרגענטינע.

די הײַנטיקע וווילע־יונגען,
זיי האָבן פֿאַרן קייסער נישט קיין מורא.
זיי האָבן זיך אָנגענומען אַ נײַע פּראָפֿעסיע
צו האַנדלען מיט לעבעדיקער סחורה.

אין דרויסן גיסט אַ רעגן,
די שטיינדלעך זענען נאַס.
שטייט אויף גוטע שוועסטער,
דו ביסט קיין באָנעס־איירעס פֿאַרפּאַסט.
[לויט לעהמאַנס אַ באַמערקונג איז "פֿאַרפּאַסט" טײַטש "פֿאַרקויפֿט".]

אין באָנעס איירעס, אין באָנעס איירעס,
איז אַן אָפֿענע וועלט.
וועלכעס מיידל פֿאָרט קיין באָנעס־איירעס,
ברענגט זי אַ פּאָר טויזנט רובל געלט.

די פֿאָלקסלידער וועגן דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ ווערן געזונגען אין דער פֿאָרעם פֿון אַ באַלאַדע, און די מעשׂיות, וואָס זיי דערציילן, זענען גאַנץ בילדעריש. ווי עס טרעפֿט זיך אין אַ באַלאַדע, קומט פֿאָר אַ דיאַלאָג אינעם ליד.

אין די שטאָט, אין די שטאָט פֿון אַרגענטינע,
דאָרט איז דאָך נישטאָ קיין גאָט אויף דער וועלט:
מ‘נעמט אַזעלכע שיינע מיידלעך, מ‘פֿאַרקויפֿט נאָך אַרגענטינע,
און מע נעמט פֿאַר זיי אין די מיליאָנען געלט.

אַזוי ווי איך בין פֿון דער שיף אַראָפּגעגאַנגען,
בײַ אַ פּלאָט [פּאַרקן] בין איך געבליבן שטיין.
אוי, איז צו מיר צוגעקומען צוויי שוואַרצע מענטשעלעך,
איך קען אַפֿילו זייער לשון נישט פֿאַרשטיין.

"און אויב אַזוי און אויב אַזוי
יעצט פֿאָר איך אַהיים צוריק"
אַ גרוס, דושקעניו, זאָלסטו אָפּגעבן בײַ מײַן מאַמעליו,
אַז אין אַרגענטינע בין איך שוין פֿאַרקויפֿט"...

בײַ די זינגערס פֿון פֿריִערדיקע דורות, וואָלט מען קיין מאָל נישט געזונגען אַזוינע לידער פֿון דער בינע. אָבער הײַנט, זוכט אויס אַ נײַער דור דווקא אַזעלכע לידער פֿאָרצושטעלן און דערבײַ געבן די פֿרויען וואָס האָבן געליטן פֿון פֿרויען־שקלאַפֿערײַ אַ געלעגנהייט אויסצודריקן זייערע געפֿילן מיט זייער אייגן קול.