פּובליציסטיק

וועגן דער ייִדישער שפּראַך האָט דער יונגער י. ל. פּרץ געטענהט אין זײַן ליד “מאָניש": “קיין איינציק וואָרט איז צאַרט און גלאַט, / עס איז פֿאַר ליבע טויט און מאַט". פֿון דעסטוועגן דאַרף מען אָננעמען, אַז ייִדן האָבן זיך פֿאַרליבט אויף ייִדיש אין משך פֿון הונדערטער יאָרן — אַניט וואָלטן זיי שוין לאַנג ניט געווען אויף דער וועלט. עס קען טאַקע זײַן, אַז עס האָבן זיי אַ מאָל אויסגעפֿעלט ווערטער, האָבן זיי אפֿשר גערעדט מער מיט די הענט, מיט די אויגן. עס געדענקט זיך פֿון מײַן קינדהייט, אַז באָבע־זיידע פֿלעגן אויסדריקן זייער ליבשאַפֿט אויף אַ ספּעציעלן, פֿאַרשטעלטן אופֿן: זיי האָבן כּסדר געשריגן איינער אויפֿן אַנדערן. יעדעס געשריי, וואָס אַ דרויסנדיקער וואָלט געקענט מיינען, אַז עס דריקט אויס כּעס, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ מין ליבע־דערקלערונג, אַ געשריגענע סערענאַדע. צום טייל, האָבן זיי זיך אַזוי געפֿירט פּשוט דערפֿאַר, ווײַל דער זיידע הערט ניט שוין צענדליקער יאָרן און זאָגט זיך אָפּ פֿון אַלע הער־אַפּאַראַטן. אַפֿילו הײַנט, מיט זײַנע קינדער און אייניקלעך, האָט דער זיידע זייער אַ באַגרענעצטן ליבע־וואָקאַבולאַר. אַנשטאָט זאָגן “איך האָב דיך ליב", גיט ער אַ באַפֿעל: “עס אָפּ! איך וויל שוין וואַשן דעם טעלער", אָדער: “נעם נאָך אַ שטיקל!"
איך בין חושד, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדן פֿונעם שטעטל האָבן זיך ניט אונטערגעשיידט צו שטאַרק פֿונעם זיידן אין דעם פּרט, כאָטש ער אַליין איז אַ שטאָט־ייִד, אַ געבוירענער אין דער עיר ועם בישׂראל, פּינסק. יעדער קען די סצענע פֿון “פֿידלער אויפֿן דאַך" (זיכער אַ פֿאַרלאָזלעכער עטנאָגראַפֿישער באַווײַז!), ווען טבֿיה פֿרעגט גאָלדען: “האָסט מיך ליב?" און אין משך פֿונעם גאַנצן ליד פּרוּווט זי זיך אויסדרייען פֿון ענטפֿערן דירעקט אויף דער פֿראַגע. ווען באָבע־זיידע האָבן געזונגען אַזאַ מין ליד, האָט עס אפֿשר ניט געקלונגען אַזוי שיין, אָבער דער מיין איז געווען דער זעלבער.
ס׳איז מערקווערדיק, אַז אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די וווּלגאַרע ווערטער זײַנען פֿון ייִדיש אַרײַן אין ענגליש, אַזעלכע וואָס ס׳רובֿ ייִדישע ייִדן ניצן גאָר זעלטן אָדער בכלל ניט. ס׳איז אַ טרויעריקער סאָציאָלינגוויסטישער פֿענאָמען, אַז שפּראַכן וואָס גייען אונטער, לאָזן איבער רעשטלעך דווקא אין די “נידעריקע" רעגיסטערס, אויפֿן געביט פֿון וווּלגאַריטעט און הומאָר. אַ ספֿק, צי מע קען באַטראַכטן אַזעלכע ווערטער ווי די ייִדישע “שפּראַך פֿון ליבע".
ליטעראַטור־היסטאָריקער ווייסן, אַז די ראָמאַנטישע ליבע איז אַליין אַן אויסטראַכטעניש, וואָס אַ חבֿרה טרובאַדורן האָט געשאַפֿן אין דרום־פֿראַנקרײַך אין 12טן יאָרהונדערט. פֿאַר דעם האָט מען ליב געהאַט, בדרך־כּלל, נאָר גאָט. אָבער וויבאַלד דער באַגריף איז אויפֿגעקומען, איז ער געוואָרן זייער פּאָפּולער און ס’רובֿ פּאָעטן און שרײַבער האָבן גענומען שרײַבן וועגן ראָמאַנטישער ליבע, און אַזוי איז געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג. אַזאַ ייִדישער שרײַבער אין מערבֿ־אייראָפּע ווי אליהו בחור האָט נאָכגעטאָן די גויים און געשריבן ייִדישע ראָמאַנען נאָך אין 16טן יאָרהונדערט, למשל, זײַן מײַסטערווערק “פּאַריז און וויענה" — דאָס זײַנען ניט נעמען פֿון שטעט, נאָר פֿון צוויי געליבטע.
אָבער ס’רובֿ ייִדן אין מיטל־ און מיזרח־אייראָפּע איז די ראָמאַנטישע ליבע געווען פֿרעמד ביז דער השׂכּלה, ווען די יוגנט האָט אָנגעהויבן לייענען דײַטשע, און שפּעטער אויך ייִדישע ראָמאַנען און חלומען פֿון הויך געבוירענע פּרינצן און פּרינצעסינס. די טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע קולטור האָט ניט געוווּסט דערפֿון, און ניט געוואָלט וויסן. ווען אַ ייִנגל און אַ מיידל האָבן זיך באַגעגנט און זיך פֿאַרליבט אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, אויב די משפּחות האָבן די זאַך בכלל אָנגענומען, האָבן זיי זי פֿאָרט פֿאַרמאַסקירט ווי אַ געוויינטלעכער שידוך — ווײַל די וועלט איז דאָך ניט הפֿקר!
כאָטש אָפֿיציעל האַלט די פֿרומע וועלט ווײַטער ניט פֿון "ליבע־שמיבע", זײַנען די הײַנטיקע שידוכים שוין ניט ווי די אַמאָליקע. אין די אַלטע גוטע צײַטן פֿלעגט מען אַ מאָל בכלל ניט זען דעם חתן אָדער די כּלה פֿאַר דער חתונה. הײַנט באַגעגענען זיי זיך פֿריִער כאָטש אַ פּאָר מאָל און כאַפּן אַ שמועס וועגן דעם, אין וואָסער מין חדר צו שיקן די קינדער, צי דער חתן זאָל טראָגן ווײַסע זאָקן אָדער שוואַרצע נאָך דער חתונה, און נאָך אַזעלכע וויכטיקע ענינים. בײַ די לובאַוויטשער חסידים ראַנדקעווען די בחורים און מיידלעך, ווי געהעריק, מע האָט שוין פֿאַרגעסן אין די אַלטע פֿירעכצער.
אַפֿילו גאָר פֿרומע ייִדן, דערווײַל נאָר אין אַמעריקע, האָבן אײַנגעזאַפּט אַ ביסל ראָמאַנטישקייט פֿון דער גוייִשער סבֿיבֿה. ערבֿ־שבת, למשל, קויפֿט דער מאַן אַ בוקעט בלומען פֿאַרן געטרײַען ווײַב, וואָס האָט שווער געהאָרעוועט אַ גאַנצע וואָך צוגרייטן אויף שבת. אפֿשר גייען זיי ניט, ווי די אַפּיקורסים, עסן אין אַ פֿראַנצויזישן רעסטאָראַן, וווּ עס דופֿטן אַראָמאַטישע ליכטלעך, און פֿאָרן ניט אַוועק פֿאַרברענגען דעם סוף־וואָך אין אַ שיינעם האָטעל-צימער מיט אַ דזשאַקוזי — אָבער אין די “קאָנטרי" פֿאָרט מען יאָ, און אַן אָוונט אין דער היים, נאָך דעם ווי די קינדער האָבן זיך געלייגט שלאָפֿן, קען אויך זײַן ראָמאַנטיש.
עס וואָלט געווען כּדאַי אויסצופֿאָרשן און צו פֿאַרגלײַכן די אַמאָליקע מיט דער הײַנטיקער ייִדישער ליבע־שפּראַך. עס שטעקט אינעם הײַנטיקן ראָמאַנטיזם, פֿאַרשטייט זיך, אַ געוויסע געקינצלטקייט און פֿאַלשקייט, וואָס דער אַלטער דור האָט ניט געקענט. קיין פּרינצן און פּרינצעסינס זײַנען מיר דאָך ניט, איז ניט אַלע מאָל קלוג זיך צו ריכטן אויף אַן אַריסטאָקראַטישער ליבע. אפֿשר איז טאַקע בעסער אויסצודריקן די ליבשאַפֿט דורך געשרייען און ווילדע קולות? אפֿשר איז דאָס אַן עכטערער מין ליבשאַפֿט, ווי אונדזערע שיינע ווערטעלעך און בלימעלעך? בסך־הכּל, זײַנען מײַנע באָבע־זיידע געווען 61 יאָר צוזאַמען, בשעת די הײַנטיקע יונגע פּאָרלעך נעמען זיך און צעשיידן זיך ווי די קעץ. וועל איך טאַקע אויספּרוּוון דעם דאָזיקן מעטאָד בײַ דער נאָענטסטער געלעגנהייט און אָפּדרוקן אין “פֿאָרווערטס" אַ פּרטימדיקן באַריכט.