פּערזענלעכקײטן

אַהרן צייטלין
אַהרן צייטלין
אינעם גרויסן עולם־הפּאָעזיע, איז דער ייִדישער פּאָעטישער אוניווערס, בלי־שום־ספֿק, איינער פֿון די רײַכסטע און שענסטע. זייער ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט, צום באַדויערן, אַז אַזאַ אוניווערס עקזיסטירט בכלל; נאָך ווייניקער זענען מסוגל צו געפֿינען אַ וועג אַהין, און בלויז אייניקע האָבן די ריכטיקע שליסלען צו די טורעמס און שלעסער פֿון דער דאָזיקער ברייטער וועלט.
אַזוי וואָלט, מעגלעך, געקאָנט זיך אויסדריקן הײַנט דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַהרן צייטלין — אַ גאָר וויכטיקע און אָריגינעלע טורעם־פֿיגור אין דער ייִדישער פּאָעזיע, און סתּם אַ גרויסער דיכטער פֿון אַ וועלט־מאַסשטאַב. ד״ר מאָריס פֿײַערשטיין, אַ פֿאָרשער פֿון חסידות און השׂכּלה, האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2007 אַ באַנד פֿון אַהרן צײַטלינס אויסגעקליבענע ווערק אויף ענגליש, וואָס הייסט "לידער פֿונעם חורבן און לידער פֿון אמונה". אַזוי ווי דער שטייגער איז מיט ס׳רובֿ ענגלישע איבערזעצונגען פֿון וועלט־פּאָעזיע, גיט נישט איבער פֿײַערשטיינס בוך דעם ריטמישן טעם און גראַמען פֿונעם אָריגינאַל; דערצו נאָך, כּדי אָפּצושאַצן, ווי געהעריק, צײַטלינס פּאָעזיע, מוזן מען זײַן באַקאַנט מיט דער וועלט פֿון קבלה און חסידות.
צייטלין איז, צום מערסטן, באַקאַנט אין שײַכות מיטן חורבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1898 און געבליבן אין פּוילן ביזן סאַמע חורבן. צום גליק, האָט ער באַזוכט ניו־יאָרק אין זומער 1939. בײַם אָנהייב, איז ער אָנגעקומען קיין אַמעריקע מיט אַ צײַטווײַליקער וויזיט־וויזע און האָט זיך נישט געקליבן צו עמיגרירן. צייטלינען האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין קובע; אַ דאַנק דעם, האָט ער איבערגעלעבט דעם חורבן. די קובאַנער קולטור — למשל, די אוראַלטע אַפֿריקאַנער טענץ — האָבן איבערגעלאָזט אויף אים אַ מערקווירדיקע השפּעה.
זײַן משפּחה איז אָבער אומגעקומען. זײַן טאַטע, דער גרויסער חסידישער פֿילאָסאָף און מיסטיקער הלל צייטלין, און זײַן ייִנגערער ברודער אלחנן צייטלין, אַ ייִדישער שרײַבער און זשורנאַליסט, זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן אין טרעבלינקע. דער ניצול־געוואָרענער פּאָעט האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך געפֿילט שולדיק, אַז ער איז נישט געווען צווישן די אומגעקומענע ברידער־ייִדן; די טעמע פֿונעם חורבן פֿאַרנעמט טאַקע אַ צענטראַל אָרט אין זײַנע ווערק.
ס׳איז גרינג צו באַמערקן, ווען מע לייענט צייטלינס פֿריִיִקע פּאָעזיע, אַז אַפֿילו מיט אַ סך יאָר פֿאַרן חורבן האָט זיך אין זײַנע שאַפֿונגען געפֿילט אַ שטאַרקער טעם פֿון טראַגעדיע און ביטערקייט, אויסגעמישט מיט דער טעמע פֿון אמונה, גאולה און קבלה־מאָטיוון. זײַן טאַטע, הלל צייטלין, איז געווען בעצם אַ פֿילאָסאָף־עקזיסטענציאַליסט און אַ חב״ד־חסיד, וועלכער איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיטן בראַצלעווער חסידות.
אַ סך מיטל־עלטערישע פֿילאָסאָפֿן, ייִדישע און ניט־ייִדישע, האָבן געפּרוּווט צו באַווײַזן די עקזיסטענץ פֿון גאָט דורכן מוסטער פֿון דער גשמיותדיקער וועלט. לויט זייער געדאַנק, איז דער אוניווערס אַזוי שיין, אַזוי וווּנדערלעך אָרגאַניזירט, ווי אַ מאַיעסטעטישער פּאַלאַץ, וואָס וואָלט נישט געקאָנט עקזיסטירן אָן אַ מלך, וועלכער האָט עס אויסגעבויט אויפֿן בעסטן אופֿן.
הלל צייטלינס צוגאַנג איז אַ פּונקט פֿאַרקערטער, אַ היפּוכדיקער. דאָס לעבן אין דער מאַטעריעלער וועלט איז צומאָל גאָר ביטער און אַבסורדיש־פֿאַרדרייט; צוליב דעם קומען די מענטשן צו דעם אויספֿיר, אַז מחוץ דעם פֿינצטערן כאַאָס פֿונעם וועלט־אַבסורד מוז זיך געפֿינען עפּעס אַ בעסער אָרט. אָט אַזאַ געפֿיל פֿון פֿאַרלאָזטקייט איז דווקא מסוגל צו ברענגען אַ מענטש צו אמונה. דורך אַ דירעקטער אַנטפּלעקונג פֿונעם געטלעכן פֿונק אין דער מענטשלעכער נשמה דערפֿילט מען פּלוצעם אַ גײַסטיקן שאָק, אַ מיסטישע דערוועקונג, וועלכע ווײַזט דעם וועג אַרויס פֿון דער גשמיות־טורמע.
נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן עלעמענט פֿון ביטערקייט, האָט הלל צייטלין געקוקט אויף דער וועלט, בדרך־כּלל, אָפּטימיסטיש, און אַ סך געשריבן וועגן דער פֿאַרבאָרגענער שיינקייט פֿון דער וועלט, וועלכע מע קאָן, לויט זײַן דעה, גענוג גרינג אַנטדעקן דורך חסידישע דרכים פֿון התפּעלות און התבודדות.
בײַ זײַן זון, אַהרן צייטלינען, איז אָבער די סתּירה צווישן דער טונקעלער גשמיותדיקער נאַטור און דעם פֿאַרבאָרגענעם געטלעכן ליכט אַ סך שאַרפֿער. צום בײַשפּיל, האָט ער אינעם יאָר 1926 אָנגעשריבן אַ ליד מיטן נאָמען "וועלט־פֿרוי", וועגן אַ וואַרשעווער טראַמווײַ, וואָס "לויפֿט שטאַרבן". די שכינה — "וועלט־פֿרוי" — גיט אַ שימער און אַ וויי מיט "אירע ווײַסע בריסט איבער דעם טראַמווײַ, וואָס שטאַרבן לויפֿט ער, איבער דער מויד אונטערן טוך, אַ בלאַסער, נישט געקויפֿטער, און איבער מיר, דעם לעצטן זון פֿון מקובלים".
די טראַמווײַען, עלעקטרישע לאַמטערנס און אַנדערע עלעמענטן פֿון דער אינדוסטריעלער ציוויליזאַציע ווערן כּסדר אַסאָציִיִרט בײַ צייטלינען מיט דער סיטרא־אַחרא. די שטאָלענע מאַשין פֿאָרט צו שטאַרבן בײַנאַכט איבער דער פֿינצטערער שטאָט, וווּ עס הערשן די קליפּות און וווּ עס גייען צומאָל אַרום "בלאַסע, נישט־געקויפֿטע" מיידלעך — הגם, ס׳זעט אויס, איז זייער גורל פֿאַרקויפֿט צו ווערן ווי אַ זונה. און בלויז פֿון צײַט צו צײַט דערזעט מען אין דער וועלט אַ פֿונק פֿון דער שכינה, אײַנגעוויקלט אין אַן עראָטיש געפֿיל.
דער מחבר דערקלערט, אַז ער איז "דער לעצטער זון פֿון מקובלים". הגם ער אַליין איז נישט אַ מקובל אין אַ טראַדיציאָנעלן זין, איז ער דער לעצטער, וואָס פֿילט דעם טעם פֿון קבלה. וואָס פֿאַר אַ מין קבלה, אָבער? אַהרן צייטלין האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט פֿאַרשיידענע משיחישע און אַפּאָקאַליפּטישע באַוועגונגען, בתוכם אַזעלכע סתּירותדיקע, ווי שבתאות און פֿראַנקיזם. איינע פֿון זײַנע פֿריִיִקע דראַמעס, אָנגעשריבן אין די יאָרן 1926—1927, הייסט "יעקבֿ פֿראַנק", און דערציילט וועגן די חילוקים צווישן דעם חסידישן דרך פֿונעם בעל־שם־טובֿ, און יעקבֿ פֿראַנקס דורכגעפֿאַלענער משיחישער סעקטע.
צייטלינס צוגאַנג צו פֿראַנקיזם איז אַן אַמביוואַלענטער. ער קריטיקירט פֿראַנקס עקסטרעמע דעות און פֿאָרט זעט ער אין זײַן באַוועגונג אַ פּאָטענציעל קערנדל פֿון דער אמתער גאולה. זײַן אַנדערע פּיעסע, וואָס הייסט "די ייִדישע מלוכה אָדער ווײַצמאַן דער צווייטער", איז אפֿשר נאָך מער פּראָוואָקאַטיוו. היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, פֿאַרטרײַבן די ייִדן קיין ארץ־ישׂראל און געשאַפֿן פֿאַר זיי אַ ציוניסטישע מלוכה; דער פּראָיעקט איז זיך אָבער צעפֿאַלן, און די אַנטוישטע ציוניסטן זענען זיך צעלאָפֿן צוריק אין די גלות־לענדער, זינגענדיק די "התּיקווה".
די דאָזיקע פּיעסע איז אָנגעשריבן געוואָרן אינעם יאָר 1934. אין יענער צײַט האָט צייטלין, פֿאַרשטייט זיך נישט געוווּסט, ווי היטלערס אַנטיסעמיטיזם און נאַציאָנאַליסטישע אַמביציעס — דעמאָלט נאָך מעסיקע — וועלן זיך אויסשפּילן. זײַן קריטיק פֿון ציוניזם שטימט אָבער מיט דער הויפּט־טענה פֿון אַזעלכע חסידישע אַנטי־ציוניסטן, ווי דער סאַטמאַרער רבי. די אמתע גאולה איז פֿאַר צייטלינען אַ ריין־גײַסטיקער ענין; צו פּרוּוון זי דערגרייכן דורך פּאָליטישע מיטלען איז אַבסורדיש, ווײַל די גשמיותדיקע וועלט מיט אירע פּוסטע שפּילערײַען איז בלויז אַ קליפּה.
אין אַן אַנדער ליד וועגן טויט, וואָס טראָגן דעם פּשוטן נאָמען "אַ ליד צו זיך", שרײַבט צייטלין:
דער ווינט האָט צעגנבֿעט
מײַן ביסל פֿאַרמעגן —
און וואָס וועל איך זאָגן
בשעת מע וועט פֿרעגן?

בשעת מע וועט הייסן,
בשעת מע וועט רופֿן,
בשעת מע וועט דאַרפֿן
מײַן נפֿש אַנטגופֿן?

ס׳צעקריכן די טעג
און ס׳פֿאַרגייען די יאָרן.
מע בלײַבט אָן אַ וועג
אין דערמיט פֿון דעם פֿאָרן.
...
דער הימל נאָך קלאָר —
און שוין וועלקן די סעדער.
אַ פֿאָר און אַ פֿאָר —
און באַלד שטייען די רעדער.

באַלד בויגט זיך דער קאָפּ —
און סטאָפּ.

מע וואָלט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז אַ מענטש מיט אַזאַ טיפֿן מיסטישן אימפּעט און פֿאַראַכט צום גשמיות, מוז זײַן אַ פֿרומער ייִד מיט אַ באָרד און פּיאות, אַזוי ווי זײַן טאַטע. אַהרן צייטלין איז געווען טאַקע אַ גלייביקער מיסטיקער און האָט אַקטיוו געלערנט חסידות און קבלה; אַ טראַדיציאָנעלער שומר־מיצוות איז ער אָבער נישט געווען. דער פּאָעט האָט געהאַלטן, אַז זײַן עיקר־עבֿודה אין דער וועלט איז דאָס שרײַבן.
אין די ערשטע יאָרהונדערטער נאָכן חורבן־בית־המיקדש האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע סעקטעס פֿון גנאָסטיקער (נישט צו פֿאַרמישן מיט די סקעפּטישע אַגנאָסטיקער), וועלכע האָבן געגלייבט, אַז די וועלט ווערט אָנגעפֿירט דורך בייזע כּוחות, און אַז דער איינציקער וועג צו אַנטלויפֿן פֿון דער וועלט־טורמע איז "גנאָזיס" — די מיסטישע ידיעה וועגן דעם געטלעכן שורש פֿון דער מענטשלעכער נשמה. אַ טייל גנאָסטיקער האָבן חוזק געמאַכט פֿון ייִדישקייט, ווײַל זיי האָבן נישט געגלייבט, אַז מע קאָן זיך אַרויסקלײַבן פֿון גשמיות דורך גשמיותדיקע ריטואַלן. אַ טייל אַנדערע, מער ייִדישלעכע, האָבן געהאַלטן, אַז די פֿיזישע ריטואַלן זענען וויכטיק ווי אַ מין וועגווײַזער אויף ריין־גײַסטיקע נשמה־סודות.
אין אַ ברייטערן זין פֿונעם וואָרט, ווי עס האָבן דערקלערט אַזעלכע גרויסע פֿאָרשער פֿון מיסטיציזם, ווי גרשום שלום און אַנרי קאָרבען, זענען גנאָסטישע שטראָמען פֿאַראַן אין קבלה, ווי אויך צווישן אַ ריי קריסטלעכע און מוסולמענישע מיסטיקער. די אַלגעמיינע כאַראַקטעריסטיק פֿון גנאָסטיציזם איז אַ טיף טראַגישער וועלט־באַנעם, אַ שאַרפֿער חשד צום געוויינטלעכן גאַנג פֿון דער וועלט, דאָס געפֿיל פֿון גלות און פֿאַרלוירנקייט, און דער אימפּעט זיך אומצוקערן צום פֿאַרגעסענעם געטלעכן נשמה־ליכט.
אינעם קלאַסישן חב״ד־ספֿר "תּניא" שטייט געשריבן, אַז אין דער גשמיותדיקער וועלט און אַפֿילו אין די רוחניותדיקע וועלטן פֿון "עולם־העשׂיה", וואָס זענען נאָענט צו גשמיות, הערשן די כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא; כּדי צו דערשפּירן געטלעכקייט אינעם פֿינצטערן שאָלעכץ פֿון עולם־הזה, מוז מען שטודירן דאָס פּנימיות־התּורה, די סודות פֿון געטלעכקייט, וואָס ווערן אַנטפּלעקט דורך גרויסע צדיקים.
די הײַנטיקע ליובאַוויטשער חסידים זענען, בדרך־כּלל, אָפּטימיסטישע מענטשן, וועלכע באַציִען זיך פּאָזיטיוו צו גשמיות. מע קאָן אָבער גרינג אָפּטײַטשן אַזעלכע חב״ד־ספֿרים, ווי "תּניא", אויף אַ בפֿירוש גנאָסטישן, אַנטי־גשמיותדיקן, טעם. רבי נחמן בראַצלעווער האָט געמאָלדן, ווי עס ווערט דערציילט אין די ספֿרים פֿון זײַן תּלמיד, רב נתן שטערנהאַרץ, אַז ער איז פּערזענלעך, אין פּרינציפּ, העכער פֿון הלכה, און וואָלט געקאָנט מקיים זײַן אַלע מיצוות ברוחניות אָדער צו טאָן די גרעסטע עבֿירה אָן קיין היזק פֿאַר זיך. רבי נחמנס מתנגדים האָבן אים פֿאַרדעכטיקט אין שבתי־צבֿינישע אָדער פֿראַנקיסטישע טענדענצן; ס׳קאָן זײַן, אַז זײַן פּערזענלעכער רעלאַטיוויסטישער צוגאַנג צו הלכה איז געווען איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿאַר די באַשולדיקונגען. מע מוז צוגעבן, אַז למעשׂה איז רבי נחמן געווען אַ שטרענג־פֿרומער ייִד און געהייסן זײַנע חסידים צו פֿירן זיך על־פּי שולחן־ערוך.
פֿונדעסטוועגן, ווען מע טראַכט זיך גוט אַרײַן אין געוויסע דעות פֿון חב״ד און בראַצלעוו, קאָן מען פֿאַרשטיין פֿונוואַנען עס האָט זיך גענומען בײַ אַהרן צייטלינען זײַן גנאָסטישער געדאַנקען־גאַנג. אַחוץ פּאָעזיע און קינסטלערישער פּראָזע, האָט ער אָנגעשריבן צוויי ביכער וועגן פּאַראַפּסיכאָלאָגיע. אין זײַן בוך "המציאות האחרת", דריקט ער אויס זײַן שטאַרקע אמונה אין מעטאַפֿיזישע אַנדערע וועלטן, וועלכע מע קאָן דערגרייכן דורך מיסטישע ידיעות און מעדיטאַציעס.
צייטלינס לידער זענען אָנגעזאַפּט מיט אַ שטאַרקער און ערנסטער אמונה אין ביאת־המשיח, אויסגעמישט מיט זײַן נעגאַטיוון קוק אויף עולם־הזה. אַזאַ פֿײַערדיקער אמונה־אימפּעט טרעפֿט זיך זעלטן אַפֿילו אין די סאַמע פֿרומע ספֿרים. דווקא דורך דעם, וואָס צייטלין האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם טראַדיציאָנעלן חסידישן לעבנס־שטייגער, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויסצודריקן זײַן אוניקאַלן "גנאָזיס" — מיסטישן דרך צו רוחניות — אויף אַ מער בולטן, מער אינטענסיוון אופֿן, דורך סתּירותדיקע און פּראָוואָקאַטיווע אימאַזשן.
אין אַ חודש אַרום, ראָש־השנה, וועלן טויזנטער בראַצלעווער חסידים זיך פֿאַרזאַמלען, ווי געוויינטלעך, אין דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן. רבי נחמנס תּורה, בפֿרט זײַן אויסערגעוויינטלעכער כּוח איבערצוגעבן רוחניותדיקע ענינים דורך דער וועלט פֿון אימאַזשן און מעשׂיות, ציט צו פֿאַרשיידנאַרטיקע מענטשן — לאַוו־דווקא פֿרומע און צומאָל אַפֿילו נישט ייִדן. מע קאָן זאָגן, אַז אַהרן צייטלין, ווי אַן אוניקאַלער טרעגער פֿון מיסטישן דעת — "גנאָזיס" — איז געווען איינער פֿון רבי נחמנס גרעסטע און פּאַראַדאָקסאַלסטע חסידים.