דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט — "דאַך". אָבער פֿון אים קען מען זיך אַ סך אָפּלערנען וועגן די וועגן און שטעגן פֿון מאַמע־לשון.

דאָס ייִדישע וואָרט "דאַך" נעמט זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דײַטש (Dach); פֿון דײַטש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין פּויליש און אוקראַיִניש. אַ דאַך איז דאָך אַ דעקונג, קער ער זיך טאַקע אָן מיטן ווערב "דעקן". וואָסערע ענגלישע ווערטער זענען דאָ שייך? נישט roof — זײַן אָפּשטאַם איז נישט באַוווּסט; cover איז אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש; deck, אַזוי ווי אַ סך ווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות מיט שיפֿן, איז אַ לײַוואָרט פֿון האָלענדיש. דער עטימאָלאָגישער עקוויוואַלענט פֿון ייִדישן "דאַך" — דער קאָגנאַט — איז גאָר thatch, לויט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך: "שטרויענער דאַך" אָדער "דאַכשטרוי". צי זענען די אָבֿות פֿון מאַרגאַרעט טאַטשער — אין דער אמתן, פֿון איר מאַן — געווען דאַכדעקערס?

אויף ייִדיש איז דאָ נאָך אַ וואָרט פֿון דעם שורש — "דאַשיק", אַזאַ דעכל אויף אַ היטל. דאָס שטאַמט פֿונעם פּוילישן דימינוטיוו פֿון dach — daszek "דעכל".

דאָס דײַטשישע Dach מיטן ענגלישן thatch וואַקסן פֿונעם זעלביקן שורש, ווי דאָס לאַטײַנישע tegere "דעקן", וואָס דערפֿון נעמען זיך toga,ַ אַ רוימישער מלבוש, ווי אויך tegula "ציגל". פֿון tegere נעמען זיך אויך די ראָמאַנישע ווערטער פֿאַר "דאַך": פֿראַנצייזיש toit, שפּאַניש techo, פּאָרטוגאַליש teto, איטאַליעניש tetto. ס׳איז נאָרמאַל, אַז אַ וואָרט מיט T אויף לאַטײַניש זאָל האָבן th אויף ענגליש, d אויף דײַטשיש און "ד" אויף ייִדיש — אַ שטייגער, לאַטײַניש tres, ענגליש three, דײַטשיש drei, ייִדיש "דרײַ". דאָ איז, אָבער, טשיקאַווע, וואָס דאָס וואָרט איז אַרײַן אין די גערמאַנישע לשונות נישט בלויז איין מאָל, פֿונעם "אָבֿ" אינדאָ־אייראָפּעיִש, נאָר אויך אַ צווייט מאָל — פֿון לאַטײַנישן tegula אַליין. אַזוי ווי דער צווייטער "אַרײַנקום" איז זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ שפּעטערדיקער תּקופֿה, איז דאָס מאָל די אַנטוויקלונג געווען אַן אַנדערע: אויף ענגליש איז דער T געבליבן t, דער g איז אַרויסגעפֿאַלן — אַוודאי אונטער דער השפּעה פֿון פֿראַנצייזיש — איז דאָס ענגלישע וואָרט tile. אין דײַטש און ייִדיש איז פֿון T געוואָרן z און "צ", דער g איז געבליבן, איז דער רעזולטאַט: Ziegel, "ציגל". זענען "דאַך" און "ציגל" עטימאָלאָגיש איין וואָרט! פֿון דײַטש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין טשעכיש (cihla) און פּויליש (cegła — די הײַנטיקע פּרץ־גאַס אין וואַרשע, וווּ ס׳האָט געוווינט י.־ל. פּרץ, האָט בשעתּו געהייסן Ceglana "ציגל־גאַס").

וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק. פּונקט ווי אַ דאַך איז דער אייבערשטער טייל פֿון אַ הויז, הייסט "דעקן" עפּעס אַרויפֿלייגן פֿון אויבן. דער סובסטאַנטיוו "דעק" איז טײַטש, אָבער — לכל־הפּחות אין ליטווישן ייִדיש — נישט דער אייבערשטער, נאָר דווקא דער אונטערשטער טייל פֿון עפּעס, אַן עקוויוואַלענט פֿונעם ענגלישן bottom, וואָס זײַן פֿאַרשפּרייטסטער ייִדישער סינאָנים איז דאָס אוקראַיִניש־ייִדישע "דנאָ״, פֿון סלאַוויש. (אַגבֿ, זעט מען קלאָר די השפּעה פֿון ליטווישע ייִדן אויף דער פֿאָרמולירונג פֿון די תּקנות פֿון איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג, וואָס דער ייִוואָ מיט דער צישאָ — די צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע פֿון פּוילן, נישט קיין ליטווישע פֿעסטונג — האָבן אין 1936 צונויפֿגעשטעלט: אין תּקנה 149 ווערט דאָס וואָרט "גרונט" bottom גאָר דעפֿינירט "דעק"!) איז אַ "דעק" סײַ דאָס אייבערשטע, סײַ דאָס אונטערשטע. אויך אַ דעק פֿון אַ שיף באַטײַט אין תּוך אַרײַן דאָס אונטערשטע — אויף דעם טרעט מען דאָך. ס׳איז נישט קלאָר פֿאַר וואָס "דעק" האָט ביידע טײַטשן, סײַדן מע רעכנט, אַז זײַן גרונטטײַטש איז "אייבערפֿלאַך".

האָבן מיר שוין צוויי סינאָנימען פֿון bottom אויף מאַמע-לשון. ווי זאָגט מען bottom אינעם דריטן דיאַלעקט — אינעם פּוילישן ייִדיש? "באָדעם", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער ענלעך צום ענגלישן וואָרט. דאָס וואָרט "באָדעם" קער זיך אָן מיטן דײַטשישן Boden "דנאָ"; "ערד" און מיטן דײַטשמערישן "באָדן" "ערד". נאָר דאָ איז אויכעט דאָ אַ פּאַראַדאָקס: דאָס ייִדישע "בוידעם", דײַטשיש Dachboden, איז דאָך דער אייבערשטער גאָרן פֿון אַ הויז. ווי קומט עס, וואָס נאָך אַ וואָרט איז טײַטש סײַ ס׳אייבערשטע, סײַ ס׳אונטערשטע? לויט די מקורים איז נישט קלאָר — מע שרײַבט בלויז, אַז דער דאָזיקער טײַטש פֿון "בוידעם" איז "ספּעציעל דײַטשיש״. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַ בוידעם איז אין דער אמתן נישט "דאָס אייבערשטע פֿון אַ הויז", נאָר "דאָס אונטערשטע פֿון אַ דאַך".

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, אַ צווייטע ראָמאַנישע ווערטערנעסט: פֿונעם לאַטײַנישן fundus — וואָס שטאַמט פֿונעם זעלביקן אינדאָ־אייראָפּעיִשן "אָבֿ" וואָס "בוידעם" און "באָדעם" — וואַקסן דאָס פֿראַנצייזישע fond "אונטן, הינטן", fonds "פֿאָנד(ן)", fondement "יסוד", profond "טיף". דאָס ייִדישע "פֿאָן" "הינטערגרונט" קומט פֿון פֿראַנצייזיש דורך רוסיש; אַהער געהערן אויך "פֿונדאַציע" און "פֿונדאַמענט". ביז אַהער באַטײַטן אַלע ווערטער בלויז "ס׳אונטערשטע". איז ווען כ׳האָב אין פֿראַנצייזיש־קלאַס דערהערט דאָס וואָרט plafond, און דער לערער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז אַ טייל פֿון אַ הויז, האָב איך אַוודאי געדרונגען, אַז דער טײַטש איז "דיל, פּאַדלאָגע". ניין — ס׳איז גאָר "סטעליע"! הייסט עס, נאָך אַ וואָרט וואָס איז טײַטש סײַ "אונטן", סײַ "אויבן". דאָס פֿראַנצייזישע plancher "דיל", פֿון planche "ברעט", ווידער, שטאַמט אפֿשר פֿון דער זעלביקער עטימאָלאָגיע וואָס דאָס ייִדישע "באַלקן" "קלאָץ; (דיאַלעקטיש) סטעליע". אַנו, פּרוּווט צעפּלאָנטערן דעם פּלאָנטער!