זכרונות

יודל מאַרק
יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דער באָבעס מיצווה

ס׳איז געווען זאַכן, ווען די באָבע פֿלעגט מיר אויך געפֿעלן ווערן. די באָבע פֿלעגט באַזאָרגן, אַז די מאַמע זאָל קאָכן. (די קעכין איז געווען די מאַמע, נישט די באָבע.) ווי נאָר מע האָט זיך דערוווּסט, אַז אין שטעטל איז דאָ אַ קראַנקער, פֿלעגט מען עס קאָכן פֿאַר אים אַ הינדל, אַ האַלב הינדל, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס, וואַרעניע פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון קאַרשן, פֿון אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס. (עמעצער האָט געזאָלט שוויצן, פֿלעגט מען שיקן אײַנגעמאַכטס פֿון מאַלינעס.) איך בין געווען דער עלטסטער זון און איך בין געווען דער וואָס האָט געבראַכט די דאָזיקע זאַכן פֿון גאָר קינדערשע יאָרן אָן, ביז כּמעט די גאַנצע צײַט ווען איך בין געווען אין שטעטל צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן. די דאָזיקע [איז] געווען אַ שליחות וואָס איך האָב אַלע מאָל זייער ליב געהאַט. די באָבע פֿלעגט אַכטונג געבן אויף [דעם], דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, איינע פֿון אירע הויפּט מיצוות. (זי האָט געהאַט אַ גאַנצע סעריע פֿאַרשיידנסטע מיצוות, וואָס מע קען האַלטן פֿאַר אַ מיצווה אָדער ניט.)


זיסיקייטן

איך בין געווען, אַגבֿ, פֿון די, וואָס האָבן נישט ליב געהאַט, פֿון מײַנע קינדערשע יאָרן אָן, קיין זיסיקייטן. איין זאַך פֿלעג איך יאָ זייער ליב האָבן און פֿלעג אַפֿילו אַליין גנבֿענען. דאָנערשטיק, פֿרײַטיק פֿלעגט מען באַקן פֿאַרשיידענע געבעקס. זומער פֿלעגט אַלע מאָל זײַן אַ קעזקוכן אָדער אַ שמאַנטקוכן אָדער עפּעס אַזוינס וואָס אין די אַנדערע מקומות איז דאָס ניטאָ. און חוץ דעם ברוינע קיכעלעך, האָניק־קיכעלעך. די דאָזיקע ברוינע קיכעלעך פֿלעג איך זען קריכן אויפֿן בופֿעט — ס׳איז געווען אַ גרויסער, הויכער בופֿעט — פֿלעג איך זען אַרויסכאַפּן וויפֿל מע קען. מע פֿלעגט ברענגען פֿרוכטן פֿון קרים, אויב דער טאַטע פֿלעגט קומען פֿון דרום־רוסלאַנד, אָדער מע פֿלעגט אַ מאָל צושיקן — די אַלע זאַכן פֿלעגן מיך ניט פֿאַראינטערעסירן. [נאָר] די האָניק־קיכעלעך...


לייענען

איך האָב די גאַנצע צײַט, שוין פֿון גאָר יונגע יאָרן אָן, ליב באַקומען צו לייענען. אַפֿילו ווען דאָס לייענען איז געווען בלויז העברעיִש, איך האָב זייער גרינג און פֿײַן געלייענט. שפּעטער, אַז איך האָב זיך אויסגעלערנט רוסיש, האָב איך גענומען לייענען רוסיש. זייער אַ סך זאַכן אין מײַנע יונגע יאָרן האָב איך געלייענט און לחלוטין ניט פֿאַרשטאַנען וואָס איך לייען. געוויסע זאַכן האָבן געמאַכט אויף מיר עפּעס אַן אײַנדרוק, ניט וויסנדיק אַפֿילו פֿאַר וואָס, [למשל], טאָלסטאָיס דערציילונג “קרייצער סאָנאַטע" — אַ דערציילונג פֿון אייפֿערזוכט דאָס האָב איך געלייענט, איינע פֿון די ערשטע זאַכן וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט לייענען אויף רוסיש. נאָך דעם ווי איך האָב געלייענט פֿענימאָר קופּער אויף רוסיש און אַזעלכע ווערק ווי “דער לעצטער מאָהיקאַנער", האָב איך געלייענט טאָלסטאָי, וואָס איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען.
אַ מאָל האָב איך [זיך] אַליין ניט פֿאַרשטאַנען: וואָס איז דאָס פֿאַר אַ ווילדע זאַך, לייענען און ניט פֿאַרשטיין? אָבער איך האָב כּסדר און שטענדיק געלייענט. מע דאַרף וויסן, אַז אייגנטלעך האָב איך אין די דאָזיקע אַלע יונגע יאָרן מײַנע, איידער איך בין אַוועק אין גימנאַזיע, געהאַט גענוג צײַט, ווײַל מאַקסימום צײַט פֿון פֿאַרברענגען מיט אַ לערער — מיט ביידע לערערס — איז געווען צוויי שעה אַ טאָג. האָט יעדער אַרײַנגעכאַפּט נאָך 10—15 מינוט, אָבער נישט מער. און וויפֿל מען זאָל זיך ניט שפּילן, דאַרף מען געדענקען, אַז בײַ אונדז זײַנען געווען אַ סך רעגנס, גאָר גרויסע פֿרעסט, און מע האָט זיך ניט געקענט שפּילן אין דרויסן. מע פֿלעגט קומען זיך שפּילן אין שטוב, [אָבער] אין שטוב האָבן דאָך די שפּילערײַען קיין מאָל נישט געקענט האָבן אַזאַ גרויסן אינטערעס ווי שפּילערײַען אין דרויסן.


לערנען גמרא

נאָך דעם האָט זיך בײַ מיר אָנגעהויבן אַ לערנען, מיט וועלכן איך בין ניט געוואָרן פֿאַראינטערעסירט. פּונקט ווי איך האָב ליב באַקומען דעם תּנ״ך און אַפֿילו די העברעיִשע גראַמאַטיק, און ליב באַקומען הערציקאָוויטשן, איז אַן ערך צו 8 יאָר האָב איך אָנגעהויבן לערנען גמרא מיט דעם זעלביקן מלמד בײַ וועלכן איך האָב פֿריִער געלערנט אַ קורצע צײַט. ער פֿלעגט אויך קומען אַ שעה, גלײַך נאָך מיטאָג, און זיך אַוועקזעצן מיט מיר לערנען גמרא. איך געדענק אַ ביסל וועלכע גמרא איך האָב געלערנט — ס׳איז געווען בבֿא מציעה, נאָך דעם בבֿא קמא. איך געדענק אַ טייל פֿון יענעם לערנען, אָבער איך האָב אין יענע יאָרן, 8—10 יאָר, ניט געהאַט קיין אינטערעס פֿאַר דעם וואָס איך לערן. און פֿלעג ניט קומען מיט קיין שאלות און פֿלעג זיך ניט פֿאַרטיפֿן, זיך ניט חקירהן. מע פֿלעגט לערנען מיט מיר, פֿלעג איך געדענקען וואָס ער זאָגט, אָבער אינעווייניק אין מיר איז עס נישט אַרײַן.


אומגליקן אויפֿן ים

איך קען ניט אַוועק פֿון מײַנע גאָר ערשטע יאָרן אָן אַ גרויס געשעעניש אין מײַן לעבן. דאָס איז געווען אין דעם זומער צווישן דעם דריטן און פֿערטן קלאַס פּראָגימנאַזיע. מיר ייִנגלעך פֿלעגן אָפֿט גאַנצע באַנדעס זיך אַרומטרײַבן בײַם ברעג ים, און אַ מאָל, אַז מע פֿלעגט זען אַ פֿישערשיפֿל וואָס איז פֿאַרטיק און וואָס די רודערס זײַנען דאָ, פֿלעגט מען אַראָפּשטופּן דאָס שיפֿל טיפֿער אין ים און מע פֿלעגט זיך מאַכן אַ שפּאַציר. ס׳איז אַפֿילו געווען אַ צײַט אַ ביסל שפּעטער ווען איך האָב זיך געלערנט פֿאָרן אויף אַ זעגלשיפֿל, וואָס דאָס איז אָן אַ שיעור אַ סך שווערער. אָבער דאָס איז געווען נאָך אַ מעשׂה מיט אַ פֿישערשיפֿל און איך בין דעמאָלט געווען אַלט 12 יאָר, אָדער 11 אַ האַלב יאָר ריכטיקער.
3—4 ייִנגלעך זײַנען אַרומגעלאָפֿן בײַם ברעג ים, ס׳איז געווען פֿרײַטיק נאָך מיטאָג, און מיט מיר און נאָך מיר זײַנען נאָכגעלאָפֿן מײַנע 3 אַנדערע ברידער. מיר באַשליסן, מיר פֿאָרן אויף דעם שיפֿל, האָבן מיר 4 ייִנגלעך זיך אַוועקגעזעצט בײַ די רודערס און איך האָב מיטגענומען מײַנע 3 ברידערלעך. מיט דער סיסטעמאַטישקייט, מיט וועלכער איך בין געבאָרן געוואָרן, האָב איך גענומען מײַנע שיך און די שיך פֿון מײַנע ברידערלעך [און זיי] אַוועקגעשטעלט אין איין ריי בײַם ברעג ים. און מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן.
ס׳איז געווען אַ שיינער טאָג און מיר זײַנען היפּש ווײַט אַוועקגעפֿאָרן. דער ים איז געווען אַ גאַנץ רויִקער [און מיר האָבן] גערודערט אַלץ ווײַטער דאָס שיפֿל — ניט געווען קיין צו שווער שיפֿל. מיר [האָבן] זיך גערעדט, געשמועסט, געחכמהט זיך און געפֿאָרן אַלץ ווײַטער. עס איז שוין געוואָרן פֿרײַטיק־צו־נאַכט, מע האָט שוין אין שטוב אָפּגעבענטשט ליכט — איך זאָג אָפּגעבענטשט ווײַל אי די מאַמע, אי די באָבע האָט געבענטשט ליכט — און קיינער פֿון די קינדער איז ניטאָ.
עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ יאָגעניש נאָך דעם: וווּ זײַנען די קינדער? פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט אַרײַנגעפֿונען, אַז אָט האָט מען זיי געזען בײַם ברעג ים, און די מאַמע איז צוגעלאָפֿן צום ברעג ים. שטעל זיך פֿאָר אַ האַרץ פֿון אַ מאַמען: עס שטייען אַזוי אַוועקגעשטעלט אין אַ ריי די פֿיר פּאָר שיכלעך. די קינדער זײַנען נישטאָ. מע האָט געפּרוּווט אַרויסשיקן — מע האָט ניט געוווּסט וווּ צו שיקן — ווער ווייסט? מע האָט געהאַט אַלע מאָל מורא, טאָמער וועט מען אַוועקפֿאָרן אין פּרײַסן, טאָמער...
ס׳איז שוין געווען היפּש פֿינצטער, [ווען] מיר זײַנען אַלע צוריקגעקומען. דאָס איז געווען דאָס איינציקע מאָל אין מײַן לעבן, ווען מײַן טאַטע האָט מיך געפּאַטשט. די אַנדערע האָט מען ניט באַשטראָפֿט. דאָס איז געווען אַ גרויסע און שווערע זאַך. איך האָב אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז איך האָב ניט געטאָרט אַזוי טאָן. און די מאַמע האָט געטענהט, אַז דאָס איז געווען דאָס שווערסטע וואָס זי האָט געזען אין איר לעבן.
יאָרן שפּעטער, ווען איך בין שוין געווען אין ווילנע, איז געווען אַן אַנדער, אַ ביסל אַן ענלעכע מעשׂה מיטן ים. (אַלצדינג געשעט מיטן ים בײַ אונדז.) איך האָב דעמאָלט געפֿירט אַזאַ ערנסטע ליבע מיט אַ מיידל. מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן אויפֿן ים מיט אַ שיפֿל, טאַקע אַ פֿישערשיפֿל. ס׳איז דער ים פֿריִער געווען רויִק [און] מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן היפּש ווײַט. ס׳איז געוואָרן אַ שטורעם, געוואָרן כוואַליעס, געקומען אַ רעגן, און מיר האָבן מער קיין כּוחות נישט געהאַט איבערדרייען דאָס שיפֿל, צו באַוועגן דאָס שיפֿל. ס׳האָט איבער אונדז געגאָסן אַ רעגן. מיר האָבן זיך צוגעטוליעט איינע צו די אַנדערע און געטראַכט: עס וועט קומען אַ כוואַליע וואָס וועט אונדז פֿאַרשלינגען און געענדיקט. אָבער די שיפֿלעך האָבן אַ טבֿע, אַז זיי ווערן געטראָגן ווען עס קומען כוואַליעס, און די כוואַליעס האָבן סוף־כּל־סוף אונדז דורכגענעצט ביז דער הויט, [אָבער] געבראַכט צוריק צום ברעג.
דער ים האָט אַלע מאָל געשפּילט אַ גרויסע ראָלע, איך מיין זינט די ייִנגסטע יאָרן. ערשטנס איז אין פּאַלאָנגע געווען דאָס וואָס מע האָט גערופֿן “די בריק". אין 18טן יאָרהונדערט האָט איינער פֿון די גראַפֿן טישקעוויטש געוואָלט פֿון פּאַלאָנגע מאַכן אַ האַפֿן, האָט מען אין ים אַרײַנגעבויט פֿון שטיינער און פֿון קלעצער אַזאַ מין בריק, און מיר קינדער, נאָך גאָר יונגע, 7—8־יאָריקע, פֿלעגן קריכן נישט נאָר דאָרטן, וווּ ס׳איז געווען אויסגעלייגט ברעטער און אַלצדינג איז געווען גלאַט, נאָר וווּ עס זײַנען געווען אָנגעוואָרפֿן שטיינער. און ס׳איז געווען אַ היפּשע אַרבעט קריכן אָדער אַ שפּרינג טאָן פֿון איין שטיין אויפֿן צווייטן, נאָר מיר פֿלעגן עס טאָן. פֿאַרשטייט זיך, מיר פֿלעגן דאָס אַלצדינג טאָן ווען קיינער פֿלעגט ניט זען — אַניט וואָלט עס געווען אַ שרעקלעכע זאַך.


דאָס באָדן זיך אין פּאַלאָנגע

די פֿאַרבינדונג מיטן ים איז אויך געווען צוליב דעם, ניט נאָר וואָס עס פֿלעגן קומען די באָדגעסט, נאָר וואָס מיר אַליין האָבן פֿון 15טן יוני, און אַ מאָל פֿון ערשטן יולי (ס’איז געווען אָפּהענגיק פֿון דעם וועטער), זיך געבאָדן אין ים. פֿון ערשטן יולי, גאַנץ אויגוסט, און אַ מאָל האָט געקענט אויך געשען, אַז אין אָנהייב סעפּטעמבער זאָלן מיר זיך באָדן.
דאָס באָדן איז געווען אײַנגעשטעלט אין פּאַלאָנגע אויף זייער אַ טשיקאַווען אופֿן. קיין באָדקאָסטיומען האָט מען דאָך דעמאָלט ניט געטראָגן, איז געווען אַזוי: פֿון 9 ביז 12 באָדן זיך פֿרויען, פֿון 12 ביז 3 באָדן זיך מענער, פֿון 3 ביז 6 — פֿרויען, פֿון 6 ביז 9 — מענער. און ס׳איז געווען איינער אַ פּאָליציסט מיט אַ באָרד, וואָס האָט אַכטונג געגעבן, אַז אַלצדינג זאָל זײַן אין אָרדענונג, אַז מענער און פֿרויען זאָלן זיך ניט מישן. אין עלטער פֿון 12־13 יאָר האָבן מיר אַלע ייִנגלעך מקנא געווען דעם פּאָליציסט, וואָס זעט די דאָזיקע אַלע נאַקעטע פֿרויען, פֿאַרשטייט זיך.
דאָס דאָזיקע באָדן זיך איז געווען כּמעט אַזאַ מין געזעץ. מע פֿלעגט אַלע מאָל זיך באָדן ווען אַלע באָדן זיך. אַלע אין פּאַלאָנגע האָבן זיך געבאָדן 12 בײַ טאָג [ווען] ס׳איז געווען דער איבעררײַס אין די פֿאַבריקן. זומער פֿלעגט מען דעם איבעררײַס מאַכן אָנדערטהאַלבן שעה, מע זאָל קענען צולויפֿן צום ים, מע זאָל קענען באָדן זיך, קומען אַהיים, אָפּעסן, און קומען צוריק אין פֿאַבריק. ווײַל די מערהייט אײַנוווינערס זײַנען דאָך געווען די וואָס האָבן געאַרבעט אין די בורשטין־פֿאַבריקן.


ליבע בײַם ים

די סאַמע ערשטע ראָמאַנטישע זאַכן זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיטן ים. אויפֿן ים זײַנען געווען די בײַדלעך וווּ מע פֿלעגט זיך אויסטאָן, אָבער אין אָוונט אין די בײַדלעך איז דאָך קיינער נישט געווען און קיינער נישט געקומען, פֿלעגט מען קענען דאָרט זיצן מיט אַ מיידל, זיך קושן [און] גלעטן מיט אַ מיידל. דאָס איז געווען דער צענטראַלער אָרט פֿאַר די אַלע יוגנטלעכע ליבעס.


די בר־מיצווה

[איידער] איך גייט איצט אַריבער צו דער אַנדער תּקופֿה פֿון מײַן לעבן, וואָס האָט צו טאָן מיט ווילנע, וויל איך פֿריִער דערציילן וואָס איז געווען מיט מײַן בר־מיצווה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב געדאַרפֿט צו מײַן בר־מיצווה האַלטן אַ דרשה. דער פֿעטער האָט מיר צוגעשיקט אַ דרשה, און הערציקאָוויטש האָט מיך אויסגעלערנט ווי מע זאָגט די הפֿטורה, און די אַנדערע זאַכן איז דאָך גרינג געווען פֿאַר אַזאַ חבֿרה־מאַן ווי איך. האָב איך אויסגעלערנט די דרשה.
ווען ס׳איז געקומען עטלעכע טעג פֿאַר מײַן בר־מיצווה, קומט אַ ידיעה פֿון מײַן פֿעטער: ער קען נישט קומען, אַז מע מוז די בר־מיצווה אָפּלייגן אויף אַ וואָך. אָפּלייגן די בר־מיצווה אויף אַ וואָך הייסט דאָך אַן אַנדער הפֿטורה! און ער האָט צוגעשיקט אַ נײַע דרשה פֿאַר מיר, אַ דרשה, וואָס פּאַסט זיך מער צו דער הפֿטורה און צו דער סדרה פֿון דער וואָך אאַז"וו. איך האָב קיין מאָל נישט געקענט, קיין גוטן אויער האָב איך קיין מאָל נישט געהאַט. אין איין וואָך האָב איך געמוזט אויסלערנען די דאָזיקע זינגענישן פֿון דער הפֿטורה. און אויב דאָס איז נאָך געווען ווייניק צרה פֿאַר מיר, האָב איך געמוזט אויסלערנען אַ נײַע דרשה, [וואָס] איז מיר אַבסאָלוט ניט געפֿעלן. די נײַע דרשה איז געווען וועגן די סימנים פֿון ווערן אַ מאַן, אַזוי צו זאָגן. וואָס הייסט סימנים פֿון ווערן אַ מאַן לויטן תּלמוד? ווען עס וואַקסן אויס מינימום צוויי הערעלעך דאָרטן וווּ די הערעלעך וואַקסן אויס. האָב איך עס ניט געקענט פֿאַרטראָגן, אָבער וואָס זאָל איך קענען טאָן? איך האָב די דרשה [און] די הפֿטורה אויסגעלערנט.
דער פֿעטער איז געקומען [און] האָט געהאַלטן די שיינע, גוטע דרשה, ווײַל ער האָט געקענט מאַכן אַלערליי פֿאַרגלײַכן. דער פֿאָטער הייסט יצחק און די מוטער הייסט רבֿקה און ער האָט געקענט שווימען און שווימען מיט פֿאַרשיידענע מדרשים און חכמהלעך און ווערטלעך, און ער האָט זיך אַרײַנגענומען ווי אַ יעקבֿ, ער האָט אַרײַנגענומען מיך — עס איז געווען זייער אַ פֿײַנע, גוטע דרשה. און דאָס איז געווען אפֿשר פֿון די ערשטע מאָל און אפֿשר פֿון די געציילטע מאָל אין מײַן לעבן ווען איך האָב געוואַלדיק מקנא געווען אַן אַנדער רעדנער. מײַן דרשה איז געווען זייער אַ נאַרישע.
דאָס איז געווען מײַן לעצטע יאָר אין פּאַלאָנגע.

(המשך אין קומענדיקן נומער)