‫פֿון רעדאַקציע

וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — דער פּענסיע־פּלאַן פֿון "בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל" איז לעצטנס אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין די הענט פֿון אַ דרויסנדיקן פֿאַרוואַלטער: די אַמעריקאַנער רעגירונג — אַ שריט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן זאָרג וועגן דער פֿינאַנציעלער צוקונפֿט פֿון דער אָנגעזעענער, 169־יאָריקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע.
דער פּענסיע־פּלאַן, אין וועלכן עס נעמען אָנטייל 500 מיטגלידער, האָט חובֿות, וואָס באַטרעפֿן 55.6 מיליאָן דאָלאַר, אָבער אַקטיוון פֿון בלויז 30.1 מיליאָן. דעם 11טן סעפּטעמבער האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג אָנגענומען דעם קאָנטראָל פֿון די אויסצאָלונגען. "די אַגענטור האָט אָנגענומען דאָס אַחריות, ווײַל ׳בני־ברית׳ וואָלט נישט געקאָנט באַצאָלן אירע חשבונות אָדער בלײַבן אַקטיוו, סײַדן מע וואָלט דעם פּענסיע־פּלאַן אין גאַנצן אַנולירט," האָט די אַגענטור דערקלערט.
"בני־ברית" האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז די עקזעקוטיווע פֿון "בני־ברית" האָט געבעטן הילף בײַ דער פֿעדעראַלער רעגירונג, כּדי צו באַשיצן די אינטערעסן פֿון די איצטיקע און צוקונפֿטיקע מיטגלידער פֿון דעם פּענסיע־פּלאַן.
מײַקל פֿאַולקענדער, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון געשעפֿט־שטודיעס אינעם "מערילענדער אוניווערסיטעט", האָט דערקלערט, אַז דער שריט פֿון "בני־ברית" "רופֿט אַרויס אַ ממשותדיקע זאָרג וועגן דעם פֿינאַנציעלן מצבֿ פֿון דער אָרגאַניזאַציע".
"ס׳איז זייער מעגלעך, אַז ׳בני־ברית׳ לײַדט אויך פֿון אַנדערע ממשותדיקע התחײַבֿותן," האָט פֿאַולקענדער געזאָגט.
"בני־ברית" האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין אַמעריקע. זי האָט געגרינדעט די "אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע"; די "בני־ברית יוגנט־אָרגאַניזאַציע", און די "הילל"־אָרגאַניזאַציע, וואָס אָרגאַניזירט ייִדישע אַקטיוויטעטן אין די קאָלעדזש־קאַמפּוסן. אַלע דרײַ גרופּעס האָבן שוין פֿאַרלאָזט "בני־ברית", און אָפּערירן הײַנט אומאָפּהענגיק. די געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון הונדערטער "בני־ברית"־צווײַגן — ווי, למשל, די קעגל־ליגעס און קאָמונאַלע וואָלונטיר־פּראָיעקטן — זענען געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין די אַמעריקאַנער ייִדישע ייִשובֿים במשך פֿון ס׳רובֿ פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.