געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק

אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן.
אין אַמעריקע, אָבער, קוקן אַ סך מענטשן אויף אייראָפּע מיט אַ חשד, גלײַך ווי דאָרטן געפֿינט זיך עפּעס אַן איבערגעקערטע וועלט. ס׳רובֿ זײַנען דאָרטן קיין מאָל ניט געווען. אַפֿילו איצט, ווען דער חלק פֿון אַמעריקאַנער בירגער וואָס האָבן אַ פּאַס איז דערוואַקסן אַזש ביז אַ דריטל, האָט מען וועגן אייראָפּע אַ ריין טעאָרעטישע פֿאָרשטעלונג. אייראָפּע שמעקט פֿאַר אַ היפּש ביסל אַמעריקאַנער מיט סאָציאַליזם, מיט ליידיקגייערײַ, מיט צו פֿיל מוסולמענער, וכ׳. די רעפּוטאַציע פֿון אייראָפּע איז געוואָרן נאָך ערגער אין דער לעצטער צײַט, ווען די יוראָ-זאָזע לעבט איבער אַ שאַרפֿן קריזיס.
הגם איך האַלט פֿון אייראָפּע און אַפֿילו וווין דאָרטן טיילצײַטיק, האָב איך ניט קיין טענות צום אַמעריקאַנער סקעפּטיציזם לגבי דער "אַלטער וועלט". אַמעריקע איז אַ ריזיק, מעכטיק, הצלחהדיק לאַנד — ס׳איז דאָ מיט וואָס זיך צו גרויסן. און דאָך וואָלט מען געדאַרפֿט אַרײַנקוקן טיפֿער אין דער דערפֿאַרונג פֿון אייראָפּע — און ניט נאָר אייראָפּע — כּדי מאַכן בעסער, לכל-הפּחות אַזאַ — אפֿשר צווייט-ראַנגיקע — זאַך, ווי די צאָל יאָרן, וועלכע זײַנען באַשערט דעם מענטשן אָפּצולעבן אויף דער דאָזיקער זינדיקער וועלט. נוצנדיק אַ קלוג וואָרט, הייסט עס אַריכות-ימים-שאַץ.
דער מצבֿ איז אַזאַ: אַן אַמעריקאַנער, וואָס איז געבוירן געוואָרן הײַנטיקע צײַטן, קען זיך ריכטן אויף 78.5 יאָר פֿון לעבן. דאָס איז גאָר ניט שלעכט אין פֿאַרגלײַך מיט, אַ שטייגער, די 1930ער יאָרן, ווען מע פֿלעגט אין אַמעריקע דורכשניטלעך אָפּלעבן ווייניקער פֿון 60 יאָר. עס מוז פֿאַרדריסן, אָבער, אַז פֿאַרבעסערונג — פּינקטלעכער, פֿאַרלענגערונג — פֿון לעבן איז פֿאָרגעקומען, דער עיקר, מיט יאָרצענדליקער צוריק, און אין די לעצטע יאָרן האָט זיך דער פּראָגרעס, אין בעסטן פֿאַל, כּמעט אָפּגעשטעלט. איצט לעבט מען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (דורכשניטלעך, פֿאַרשטייט זיך) ווייניקער, איידער אין אייראָפּע צי אין אַנדערע אַנטוויקלטע מדינות. לאָמיר נעמען ישׂראל. דאָרטן איז דער אַריכות-ימים-שאַץ מיט דרײַ יאָר גרעסער, איידער אין אַמעריקע. בערך אַזוי פֿיל לעבט מען אויך אין אַזעלכע לענדער ווי איטאַליע, פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, און גאָר בשכנות — אין קאַנאַדע. איך רעדט שוין ניט וועגן יאַפּאַן, וווּ מע פֿאַרהאַלט זיך אויף דער וועלט נאָך לענגער.
עס זײַנען דאָ זאַכן וועלכע פֿאַרקירצן די יאָרן פֿון אַן אַמעריקאַנער: מע עסט אַזאַ אַכילה, וואָס קיין בשׂר-ודם טאָר פּשוט ניט נעמען אין מויל אַרײַן; מע שיסט איינער אין דעם אַנדערן; מע כאַפּט זיך צו צו נאַרקאָטיקעס. דאָס אַלץ האָט מען אויך אין אַנדערע לענדער, אָבער דער פֿאַרנעם איז אַן אַנדערער. און, דער עיקר, אין די אַלע אַנטוויקלטע לענדער האָט יעדער איינער אַ נאָרמאַלן צוטריט צו דאָקטוירים, צו שפּיטאָלן. און טאַקע די דאָזיקע דערפֿאַרונג וואָלט אויך געדאַרפֿט איבערנעמען די סאַמע אַנטוויקלטע מדינה אויף דער ערד — אַמעריקע.
אַ רײַכער צי פּשוט אַ גוט אײַנגעאָרדנטער אַמעריקאַנער האָט ניט קיין צרות מיט מעדיצין. פֿאַרקערט — מע באַקומט עס ניט ערגער און אפֿשר אַפֿילו בעסער ווי ערגעץ-וווּ. די זינגערין בעיאָנסע און איר חבֿר דזשיי-זי האָבן, דאַכט זיך, ניט קיין טענות צו דער אַמעריקאַנער מעדיצין. ווען ס׳איז געקומען די צײַט צו ברענגען אויף דער וועלט זייער טאָכטער, האָבן זיי באַצאָלט אַרום 1.3 מיליאָן דאָלאַר, פֿאַרנומען אַ גאַנצן גאָרן אין אַ שפּיטאָל, און אַלץ איז בײַ זיי אַדורך, גאָט — און געלט — צו דאַנקען, גוט. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַן עקסטרעמער פֿאַל. אַ גוטע פֿאַרזיכערונג (איך האָב עס!) ברענגט, בדרך-כּלל, אַ גוטע מעדיצינישע הילף.
לאָמיר אַרײַנקוקן אין דער סטאַטיסטיק, וואָס ווײַזט וויפֿל קינדער דערלעבן ניט ביזן עלטער פֿון 5 יאָר. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האַלט זיך שוין יאָרנלאַנג דער דאָזיקער אינדעקס אויף דעם ניוואָ פֿון 8, דאָס הייסט אַז אַכט פֿון יעדע טויזנט קינדער דערלעבן ניט ביז אַזאַ עלטער. אַן אינדעקס פֿון אַזאַ גרייס קען מען געפֿינען אין אייראָפּע אויך — אין סלאָוואַקיע, לעטלאַנד און באָסניע-הערצעגאָווינע. אָבער דאָס בילד איז בעסער צי אַ סך בעסער אין כּמעט אַלע לענדער. אַפֿילו אין ווײַסרוסלאַנד איז עס 6. בדרך-כּלל איז עס ווי אין ישׂראל — 4, צי ווי אין יאַפּאַן — 3.
דער גוואַלדיקער אונטערשייד מיט אַנדערע אַנטוויקלטע לענדער באַשטייט אין דעם, וואָס אין אַמעריקע האָבן מיליאָנען מענטשן ניט קיין נאָרמאַלן צוטריט צו מעדיצין. דעם פּועל-יוצא פֿון אַזאַ מצבֿ האָט בולט געוויזן אַ פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט לעצטנס אין דעם אילינוי-אוניווערסיטעט, שיקאַגאָ. דער דאָזיקער אַנאַליז האָט אַנטפּלעקט, בפֿרט, אַז טאָמער אַ דורכשניטלעכע ווײַסע, ניט-הישפּאַנישע פֿרוי האָט ניט פֿאַרענדיקט קיין מיטל-שול, איז איר באַשערט צו לעבן אויף צען יאָר ווייניקער פֿון אַ פֿרוי, אויך אַ ווײַסער און ניט-הישפּאַנישע, אָבער וואָס האָט פֿאַרענדיקט לכל-הפּחות אַ קאָלעדזש. ס׳איז באַוווּסט, אַז אין דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון ווייניק-געבילדעטע אַמעריקאַנער האָט ניט כּמעט יעדער צווייטער קיין שום מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג.
דאָס איז, בלי-ספֿק, ניט דער איינציקער פֿאַקטאָר, וואָס פֿאַרקירצט זייער לעבן. אַ חוץ דער פֿאַרזיכערונג, שפּילן די ראָלע אויך אַנדערע זײַטן פֿון זייער לעבן. ווייניק-געבילדעטע פֿרויען האָבן אויך אַ העכערן שאַנס צו רייכערן, נעמען נאַרקאָטיקעס, עסן ניט-געזונטע מאכלים, זײַן דערשאָסן כו׳. און דאָך פֿאַרשטיי איך ניט, ווי אַזוי אַ נאָרמאַלער אַמעריקאַנער בירגער קען אַרויסטרעטן קעגן די רעפֿאָרמען פֿון דער מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג, וואָס האָט באַקומען דאָס צונעמעניש "אָבאַמאַקער", וועלכע — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — איז נאָך גאַנץ ווײַט פֿון דעם וואָס אַ מענטש האָט אין אַלע אַנטוויקלטע לענדער.
דער לעצטער אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז 53 פּראָצענט פֿון אַמעריקאַנער בירגער ווילן, ס׳רוב פֿון זיי ווילן זייער שטאַרק, אַז מע זאָל די דאָזיקע רעפֿאָרם אַנולירן. און די איבעריקע 47 פּראָצענט? זײַנען עס די דאָזיקע 47 פּראָצענט, וועלכע מיט ראָמני האָט באַשריבן ווי קעסטקינדער פֿון דער אַמעריקאַנער מלוכה? צי הייסט עס, אַז די וואָס "האָבן" האָבן אויך טיף אין דר׳ערד די וואָס "האָבן ניט"? אויב אַזוי, שנײַדט זיך עס אויף אַ געפֿערלעכער — און אַ מיאוסער — סאָציאַלער צעטיילונג.