ייִדיש־וועלט

פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע איטאַליענישע רבנים, מקובלים און תּלמודישע פֿאָרשער (רעכטס אויף לינקס): מרדכי־מאַרקאָ גיראָנדי, אליהו בן־אמוזג, שמואל־דוד לוצאַטאָ, מנחם־עזריע מפֿאַנו
פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע איטאַליענישע רבנים, מקובלים און תּלמודישע פֿאָרשער (רעכטס אויף לינקס): מרדכי־מאַרקאָ גיראָנדי, אליהו בן־אמוזג, שמואל־דוד לוצאַטאָ, מנחם־עזריע מפֿאַנו
אַ קריסטלעכער שרײַבער דערציילט, אַז אין די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון די אַמאָליקע איטאַליענישע שטעט פֿלעגט שׂימחת־תּורה זײַן אַן אַלגעמיינער יום־טובֿ. איטאַליענער, שפּאַניער, גריכן, דײַטשן, פּאָרטוגאַלער און אַנדערע אײַנוווינער, ייִדן און קריסטן, פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען צוזאַמען, כּדי צו זען, ווי דער ייִדישער עולם טאַנצט בײַ דער שיל. קריסטלעכע פֿרײַנד פֿון ייִדן פֿלעגן נישט זעלטן קומען מיטצוטאַנצן פּורים און אויף ייִדישע חתונות. שׂימחת־תּורה אין איטאַליע איז אויך געווען אַ קאַרנאַוואַל־טאָג: מיידלעך און פֿרויען פֿלעגן אַרומלויפֿן אין מאַסקעס, כּדי מע זאָל זיי נישט דערקענען.
אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע שׂימחת־תּורה איז אַ סימן פֿון אַן אַוניקאַלער אַטמאָספֿער, וועלכע האָט געהערשט אין איטאַליע במשך פֿון הונדערטער יאָר. די איטאַליענישע ייִדישע קהילה איז די איינציקע אין גאַנץ אייראָפּע, וואָס עקזיסטירט שוין במשך פֿון 2,200 יאָר אָן אַזעלכע גרויסע דראַמאַטישע און טראַגישע צרות, ווי ס׳איז געשען אין אַ צאָל אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די ערשטע ייִדן האָבן זיך אויך באַזעצט נאָך פֿאַרן חורבן־בית־המיקדש.
אַפֿילו בעניטאָ מוסאָליניס פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט, צוערשט, באַשיצט די ייִדן פֿון טויט, נישט געקוקט אויף די בפֿירוש אַנטיסעמיטישע געזעצן; בלויז נאָך סעפּטעמבער 1943, ווען די נאַצי־כּוחות, בראָש מיט דײַשטלאַנד, האָבן אָקופּירט איטאַליע, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן פֿאַרשיקן די אָרטיקע ייִדן אין די טויט־לאַגערן. בערך 7,500 איטאַליענישע ייִדן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן; אַ סך ייִדישע תּושבֿים פֿון איטאַליע האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם חורבן.
דאָס מיינט נישט, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין איטאַליע איז תּמיד געווען רויִק און גרינג.הגם די קאַטוילישע קירך האָט געלאָזט די ייִדן וווינען אין רוים, האָט זי בכּיוון געהאַלטן די ייִדישע קהילה אין אַ דערנידעריקטן מצבֿ, כּדי צו ווײַזן דעם טריומף פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע אין דער וועלט. בלוט־בילבולים, תּלמוד־פֿאַרברענונגען בפֿרהסיא, געצוווּנגענער שמד פֿון צוגעגנבֿעטע ייִדישע קינדער איז נישט געווען אין איטאַליע קיין נאָווינע, הגם אַזעלכע אַקטן פֿון שׂינאת־ישׂראל זענען דאָרטן געשען רעלאַטיוו זעלטן.
זינט די אוראַלטע צײַטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע, איז די ייִדישע קהילה געווען טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם דאָזיקן ראַיאָן. לויט די מאָדערנע גענעטישע פֿאָרשונגען, זענען די הײַנטיקע ייִדן — סײַ אַשכּנזים, סײַ שפּאַניש־שטאַמיקע ספֿרדים — נאָענט צו צפֿון־איטאַליענער און פֿראַנצויזן. אַ סך בירגער פֿון דער רוימישער אימפּעריע האָבן זיך אַמאָל מגייר געווען. דער אויסמיש צווישן ייִדן און קריסטן איז אָנגעגאַנגען ווײַטער אויך אין דעם מיטל־עלטער — צומאָל דורך גירות, צומאָל דורך געמישטע חתונות. צוליב דעם, מסתּמא, איז אָפֿט אוממעגלעך צו דערקענען דעם חילוק צווישן ייִדן און איטאַליענער. ס׳זעט אויס, אַז די ייִדן זענען, אין אַ געוויסער מאָס, נישט קיין אײַנוואַנדערער אין איטאַליע, נאָר אייניקלעך פֿון די אוראַלטע רוימער און קעלטן, וועלכע האָבן אָנגענומען ייִדישקייט נאָך איידער קריסטנטום איז אויפֿגעקומען אין דער וועלט.
דער איטאַליענישער נוסח פֿון ייִדישקייט — אָדער, פּינקטלעכער, פֿאַרשיידנאַרטיקע נוסחאָות — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַל געמיש פֿון טראַדיציע און אָפֿנקייט צו דער דרויסנדיקער קולטור. ס׳קאָן זײַן, אַז דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון די דערמאָנטע אוראַלטע שרשים פֿון דער רוימיש־גאַלישער ייִדישער קהילה. ס׳איז אָבער גאַנץ קלאָר, אַז די רענעסאַנס־תּקופֿה האָט געמאַכט אַ ריזיקן רושם אויף די ייִדן, און אַז די ייִדן האָבן זיך גענוג אַקטיוו באַטייליקט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער רענעסאַנס־פֿילאָסאָפֿיע.
אין ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע סידורים שטייט געשריבן די באַקאַנטע ברכה "שלא עשׂני גוי" — אַ ייִד לויבט דעם אייבערשטן, אַז ער איז נישט קיין גוי. הגם עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אָפּטײַטשן פֿון דער דאָזיקער ברכה, וועלכע דערמעגלעכן זי צו פֿאַרשטיין נישט ווי אַן אויסדרוק פֿון קעגנערשאַפֿט לגבי נישט־ייִדן, טראָגט זי, לויטן פּשוטן פּשט, אַ היפּש נעגאַטיוון טעם. לויט דעם איטאַליענישן נוסח, זאָגט מען אַנשטאָט דעם אַ ברכה "עשׂני ישׂראל" — מע לויבט דעם רבונו־של־עולם, אַז מע איז אַ ייִד; אין אַזאַ וואַריאַנט, קלינגט זי נישט ווי אַן "אַנטי־גוייִשע".
אין די אַנדערע ייִדישע קהילות, בפֿרט אין מיזרח־אייראָפּע, האָט מען אָפֿט געקוקט מיט אַ חשד אויף די מינהגים און דעות פֿון די איטאַליענישע ייִדן. ס׳איז פֿאַראַן אַפֿילו אַזאַ שפּריכוואָרט: פֿון צען מאָס כּפֿירה, וואָס איז פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, טרעפֿן זיך נײַן מאָס אין איטאַליע. אַ צאָל באַקאַנטע און חשובֿע איטאַליענישע רבנים האָבן געלערנט תּורה און קבלה מיט קריסטלעכע גלחים און פֿילאָסאָפֿן. דער גרויסער מקובל אַבֿרהם אַבולעפֿיא — אַ קאָנטראָווערסאַלער מיסטיקער, וועלכער האָט געגלייבט, אַז ער איז משיח און געפּרוּווט מגייר צו זײַן דעם פּויפּסט — איז געווען צום מערסטן אַקטיוו במשך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן, וועלכע ער האָט אָפּגעלעבט אין איטאַליע. אַבולעפֿיא גיט איבער, אַז ער האָט געשמועסט וועגן קבלה מיט קריסטלעכע געלערנטע און באַשטעטיקט, אַז זיי פֿאַרשטייען ריכטיק די סודות־התּורה און זענען דערפֿאַר חסידי־אומות־העולם.
הרבֿ אַבֿרהם פֿאַריסאָל (פֿריזול), וועלכער האָט געדינט ווי אַ חזן אין דער איטאַליענישער שטאָט פֿעראַראַ אינעם 15טן יאָהונדערט, פֿלעגט פֿירן דיסקוסיעס מיט די קריסטן און האָט אָנגעשריבן דעם פּאָלעמישן ספֿר "מגן־אַבֿרהם" אָדער "וויכּוח־הדת", וווּ ער קריטיקירט די קריסטלעכע און מוסולמענישע רעליגיעס. אין דער זעלבער צײַט, שרײַבט פֿאַריסאָל, אַז די קריסטן מעגן האַלטן יעזוסן פֿאַר זייער משיח, ווײַל ער האָט געבראַכט אַ גײַסטיקע גאולה צו די פֿעלקער דורך זײַן רעליגיע. אַפֿילו לויט די סטאַנדאַרטן פֿון ס׳רובֿ הײַנטיקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן קלינגט אַזאַ מדרגה פֿון רעליגיעזן פּלוראַליזם אַ ביסל צו ראַדיקאַל. פֿאַריסאָל איז אויך געווען אַ ליבהאָבער פֿון געאָגראַפֿיע און פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט איבערגעזעצט אויף לשון־קודש די ווערק פֿונעם גריכישן נעאָ־פּלאַטאָניקער פּאָרפֿירי.
אַ טייל גאַנץ פֿרומע איטאַליענישע רבנים האָבן דערלאָזט אַ ייִדישן מאַן צו וווינען מיט אַ פּלגש, אָן אַ פֿאָרמעלער חתונה. געמישטע טענץ זענען געווען פֿאַרשפּרייט, אויך מיט אַ רבנישן היתּר, און דעם ניט־ייִדישן ווײַן האָבן געטרונקען די רבנים אַליין איבער גאַנץ איטאַליע, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, ווי דער גרויסער מקובל רבי מנחם־עזריה (הרמ״ע) מפֿאַנו. הגם אַ סך רבנים פֿון אַנדערע לענדער האָבן שאַרף קריטיקירט דעם דאָזיקן מינהג, האָט דער עולם געטרונקען ווײַטער. ס׳רובֿ איטאַליענישע רבנים האָבן געטראַכט, אַז די קריסטן זענען נישט קיין געצנדינער און דערפֿאַר מעג מען מיט זיי טרינקען ווײַן און סתּם זיך חבֿרן.
דרײַ מינים ייִדן האָבן געוווינט אין איטאַליע: די ספּעציפֿישע אָרטיקע קהילה מיטן צענטער אין רוים, מיט אירע אוניקאַלע מינהגים און אייגענע ייִדיש־איטאַליענישע דיאַלעקטן אָדער שפּראַכן; די אַשכּנזים, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן אַלט־ייִדישן פּאָעט אליהו בחור, דער מחבר פֿון "בבֿא־בוך"; און די ספֿרדים, וועלכע האָבן זיך ערשט באַוויזן אין איטאַליע נאָכן יאָר 1442, ווען דאָס קיניגרײַך פֿון נעאַפּאָל איז אַריבער צו דער שפּאַנישער מאַכט, און, דער עיקר, נאָכן גירוש־ספֿרד. דער צפֿונדיקער טייל פֿון איטאַליע איז טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי אַ טייל פֿון דער אַשכּנזישער וועלט. אַ טייל אַשכּנזים זענען געקומען פֿון פֿראַנקרײַך און האָבן אָנגעהאַלטן אַן אייגענע ווערסיע פֿון אַשכּנזישע מינהגים במשך פֿון אַ סך דורות.
אין אַלע דרײַ קהילות זענען געווען גענוג רבנים און דענקער, וועלכע האָבן אויסגעדריקט כּלערליי "משׂכּילישע" געדאַנקען און האָבן זיך פֿאַרנומען מיט וועלטלעכע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, געשריבן פּאָעזיע, מוזיק אָדער טעאַטראַלישע פּיעסעס. דער באַקאַנטער פּאָעט און חכם עמנואל הרומי, פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, איז צום מערסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון דער גײַסטיקער פּאָעמע "התּופֿת והעדן" — אַ מין ייִדישער ענטפֿער אויף דאַנטעס "געטלעכע קאָמעדיע". יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם "שולחן־ערוך", קריטיקירט אָבער זײַנע לידער ווי וווּלגאַרע און פֿאַרווערט זיי צו לייענען. פֿון זײַן שטרענג־פֿרומער פּערספּעקטיוו, איז קאַרו טאַקע גערעכט: אין אַ טייל ווערק פֿון עמנואל הרומי טרעפֿן זיך כּמעט פּאָרנאָגראַפֿישע טשיקאַווע רמזים.
אין דער רענעסאַנס־תּקופֿה, איז איטאַליע געווען אַ צענטער פֿון צווישן־רעליגיעזע שטודיעס. רבי יוחנן אַלמנו האָט געלערנט קבלה מיטן קריסטלעכן פֿילאָסאָף דזשאָוואַני פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאָ. מיראַנדאָלאָס דײַטשישער תּלמיד יאָהאַן רויכלין איז געווען אַ באַרימטער אוהבֿ־ישׂראל, וועלכער האָט אַקטיוו באַשיצט די ייִדן פֿון קריסטלעכע גזירות. אַ טייל היסטאָריקער מיינען, אַז רבי אַבֿרהם אירירא (הערעראַ) — אַ ייִד פֿון אַ געשמדטער משפּחה, וועלכער איז געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה און אַ באַקאַנטער מקובל — האָט אויך געשטאַמט פֿון איטאַליע. אין זײַנע ספֿרים, ציטירט אירירא כּסדר די איטאַליענישע "קריסטלעכע מקובלים", צוזאַמען מיט אַ ברייטער עקלעקטישער ריי פֿון כּלערליי אַנדערע ניט־ייִדישע דענקער.
די באַרימטסטע קריטיקער פֿון קבלה זענען אויך געווען איטאַליענישע ייִדן, אַזעלכע ווי אליהו דעלמעדיגאָ און שמואל־דוד לוצאַטאָ (שד״ל). שד״לס עלטער־פֿעטער, משה־חיים לוצאַטאָ (דער רמח״ל), איז געווען, להיפּוך, איינער פֿון די גרעסטע מקובלים אין דער געשיכטע. ביידע באַרימטע פֿאָרשטייער פֿון דער משפּחה לוצאַטו האָבן געליטן פֿון רדיפֿות צוליב זייער פֿרײַדענקערישן געדאַנקען־גאַנג. שד״ל, אַ ראַציאָנעלער משׂכּיל, האָט אָפּגעלייקנט קבלה און גערופֿן אָפּצושאַפֿן געוויסע תּלמודישע הלכות, וועלכע דיסקרימינירן די ניט־ייִדן; לויט זײַן דעה, האָבן די חז״ל זיי צוגעטראַכט צוליב זייער פּערזענלעכן ביטערן מצבֿ אינעם רוימישן גלות. צוליב אַזעלכע געדאַנקען, האָט שד״ל באַקומען אין מיזרח־אייראָפּע אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן אַפּיקורס, הגם אין איטאַליע האָט דער עולם שטאַרק געהאַלטן פֿון אים.
דער רמח״ל איז געווען, להיפּוך, אַ פֿאַרברענטער מקובל, וועלכער האָט געהאַט וויזיעס פֿון מלאכים און אַנדערע מיסטישע דערפֿאַרונגען. ער איז אויך געווען אַ מאָדערניזירטער ייִד, וועלכער האָט געשריבן טעאַטראַלישע פּיעסעס, נישט געטראָגן קיין באָרד און געלערנט מיט גרויס אינטערעס, ווי אַ טייל פֿון זײַנע קבלה־שטודיעס, געוויסע מיסטישע ווערק פֿון שבתי־צבֿיניקעס. צוליב דעם, ווי אויך צוליב זײַנע משיחישע אַמביציעס, האָט מען אים אַרײַנגעלייגט אין חרם.
אין אַ סך אַספּעקטן, קאָן מען זאָגן, אַז דער איטאַליענישער שטייגער פֿון ייִדישקייט קאָן דינען ווי אַ מוסטער פֿון אַ געזונטן מעסיקן סינטעז צווישן טראַדיציע און מאָדערנקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט די דײַטשישע משׂכּילים, וועלכע האָבן זיך גערופֿן "דײַטשן פֿון משהס גלויבן" און פֿאָרט זיך געפֿילט אָפֿט פֿרעמד צווישן די קריסטן, האָבן די איטאַליענישע ייִדן כּשר פֿאַרדינט, צוליב היסטאָרישע און קולטורעלע סיבות, דאָס רעכט באַטראַכט צו ווערן ווי "ייִדישע איטאַליענער". אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי במשך פֿון איבער 2,000 יאָר אַנטווילקט אַן אייגנאַרטיקע, ייִדישלעכע ווערסיע פֿון "איטאַליענישקייט".
ס׳איז אַ שאָד, אַז דער איטאַליענישער נוסח פֿון "אינטערנאַציאָנאַלע" שׂימחת־תּורהדיקע טענץ, עקלעקטישע רענעסאַנס־קאָמבינאַציעס פֿון געדאַנקען און לעבעדיקע ליבעראַל־געשטימטע טראַדיציעס זענען פֿאַקטיש בטל געוואָרן. הײַנט וווינען אין איטאַליע בערך 45,000 ייִדן; די סאַמע טראַדיציאָנעלסטע פֿון זיי פֿאָלגן אָבער דעם פּסק פֿון אַשכּנזישע אָדער ספֿרדישע רבנים און פּרוּוון נישט אויפֿצולעבן דעם גײַסט פֿון זייער אַמאָליקן נוסח ייִדישקייט.