פֿונעם אייביקן קוואַל

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי די מענטשן האָבן געבראַכט מיט זייערע עבֿירות אַ מבול אויף דער גאַנצער וועלט. צווישן דער פֿאַרדאָרבענער מענטשהייט איז געווען בלויז איין צדיק — נח — וואָס דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אויפֿצובויען די תּיבֿה — אַ גרויסע שיף — כּדי זײַן משפּחה זאָל זיך אויסבאַהאַלטן פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, צוזאַמען מיט אַלע חיות.
אין די הײַנטיקע פֿרומע קרײַזן פֿירט דער עולם צומאָל דיסקוסיעס, צי די הײַנטיקע פּרשה דערציילט וועגן אַ גלאָבאַלער היסטאָרישער קאַטאַסטראָפֿע, נוצט אויס אַ בײַשפּיל פֿון אַ פֿאַרפֿלייצונג אין אַ געוויסן ראַיאָן ווי אַ משל און אַ וואָרענונג, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַלעגאָרישע מעשׂה. אַ טייל מענטשן טענהן, אַז לויט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט איז אין דער וועלט נישטאָ קיין סימנים פֿון אַ וועלט־מבול. די, וואָס שטרעבן אָפּצוטײַטשן די גאַנצע תּורה כּפּשוטה, באַטאָנען אָבער, אַז די וויסנשאַפֿטלער קאָנען נישט האָבן קיין אויטאָריטעט איבער דעם אָפּטײַטש פֿון דער הייליקער תּורה.
צום באַדויערן, פֿאַרגעסן אָפֿט ביידע מחנות, אַז די תּורה איז נישט אַ וויסנשאַפֿטלעך אָדער אַ היסטאָריש בוך, ווי אויך נישט אַ זאַמלונג פֿון אַלעגאָריעס. אין דער הײַנטיקער וועלט פֿאַרקוקן די מענטשן צו אָפֿט דעם אינערלעכן אַספּעקט פֿונעם וועזן. אויב די מעשׂה וועגן דעם מבול איז אַן אַלעגאָריע, באַקומט זיך, פֿון דער מאַטעריאַליסטישער פּערספּעקטיוו, אַז זי איז, כּלומרשט, ווייניקער רעלעוואַנט.
מע קאָן אָבער זאָגן פּונקט פֿאַרקערט: אויב די מבול־קאַטאַסטראָפֿע איז נישט געשען אויף אַן אינגאַנצן בוכשטעבלעכן אופֿן, ווי אַ ריזיקע פֿאַרפֿלייצונג, איז זי דווקא מער רעאַל און אַקטועל פֿאַר אונדז, ווײַל אַ מבול, וואָס פֿאַרפֿלייצט די וועלט שטילערהייט און אומבאַמערקט, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַפֿילו אַ גרעסערע סכּנה.
די תּורה זאָגט, אַז דער מבול איז אויסגעבראָכן צוליב רויבערײַ. רש״י טײַטשט אָפּ דעם פּסוק "ותּשחת האָרץ" — און די ערד איז פֿאַרדאָרבן געוואָרן — ווי אַ רמז, אַז אין יענער תּקופֿה האָט אין דער וועלט געהערשט געצנדינערײַ און סעקסועלע אוממאָראַלישקייט. אין די מדרשים ווערט דערקלערט, וואָס דאָס מיינט גענוי. די פֿירער האָבן געמיינט, אַז זייער מאַכט גיט זיי דאָס רעכט צו דערנידעריקן די פּשוטע מענטשן — צו פֿאַרגוואַלדיקן די פֿרויען, צו צווינגען דעם עולם צו דינען די פֿירער צו געטער. "ותּמלא האָרץ חמס" — די ערד האָט זיך אָנגעפֿילט מיט רויבערײַ, ווי עס ווערט בפֿירוש באַטאָנט אינעם פּסוק.
די רויבערײַ, ווי עס ווערט ווײַטער דערקלערט אין דער פּרשה, האָט געבראַכט צו דעם, וואָס אַפֿילו די בעלי־חיים זענען פֿאַרדאָרבן געוואָרן און האָבן אָנגעהויבן אויסמישן זיך אויף אומנאַטירלעכע אופֿנים; עס האָבן זיך באַוויזן אומנאָרמאַלע היברידן פֿון פֿאַרשיידענע מינים חיות און עופֿות. דאָס פֿאַרגוואַלדיקן איינער דעם צווייטן איז נישט געווען גענוג פֿאַר די מענטשן, דערפֿאַר האָבן זיי אָנגעהויבן פֿאַרגוואַלדיקן די נאַטור גופֿא. די סיבה פֿונעם ענדגילטיקן גזר־דין, ווי עס באַטאָנט רש״י, איז אָבער געווען די רויבערישע סאָציאַלע באַציִונגען. דווקא צוליב דעם, האָט די גאַנצע מענטשהייט און אַפֿילו כּמעט אַלע חיות — אַחוץ די, וואָס נח האָט צונויפֿגעבראַכט אויף זײַן שיף — האָבן אײַנגענומען אַ מיתה־משונה.
ווי עס ווערט ווײַטער דערציילט אין דער פּרשה, האָט דער אייבערשטער צוגעזאָגט נחן, אַז ער וועט מער נישט ברענגען אַזאַ מבול אויף דער וועלט, און האָט אים געוויזן אַ רעגנבויגן — ווי אַ סימן פֿון אַ באַנײַטן ברית צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם. אויב די מבול־מעשׂה איז אַ משל, באַקומט זיך אָבער, אַז דער דאָזיקער צוזאָג איז אַ טייל פֿונעם משל און קאָן זײַן אַ וואָרענונג, און נישט אַ באַרויִקונג. אַזאַ מין מבול — לאָמיר זאָגן, אַ גענוג גרויסע פֿאַרפֿלייצונג אין אַ געוויסן ראַיאָן, וואָס מע לערנט דערפֿון אָפּ אַ וויכטיקן גלאָבאַלן לימוד — וועט טאַקע מער נישט געשען. "כּל־זמן די ערד עקזיסטירט", זאָגט אונדז צו די תּורה, וועט כּסדר קומען דער זומער און דער ווינטער, דער טאָג און די נאַכט.
אין דער הײַנטיקער תּקופֿה איז די מענטשהייט אָבער צוגעקומען צו אַזאַ סכּנותדיקן מצבֿ, ווען דער אומאַחריותדיקער באַנוץ פֿון טעכנאָלאָגיעס קאָן, אין פּרינציפּ, צעשטערן דאָס גאַנצע לעבן אויף דער ערד אויף אַזעלכע אופֿנים, חלילה, וואָס אַ גרויסע פֿאַרפֿלייצונג זעט אויס, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, ווי אַ רעלאַטיוו קליינע נאַטירלעכע קאַטאַסטראָפֿע.
לויט דעם סאַמע פּשוטן פּשט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, דינט די מבול־מעשׂה ווי אַ מוסר־דרשה. ס׳איז אַמאָל געווען אַזאַ צײַט, ווען די מענטשן האָבן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט, אַז דער רבונו־של־עולם האָט באַשלאָסן מאַכן אַ סוף און איבערגעלאָזט בלויז איין גוטע משפּחה, פֿון וועלכער עס האָט זיך ווידער פֿאַרשפּרייט די מענטשהייט. די תּורה זאָגט אונדז אָבער צו, אַז אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע וועט מער נישט געשען. אַדרבה, די מעשׂה האָט אַפֿילו אַן אָפּטימיסטישן טעם: אַפֿילו אין דער צײַט פֿון אַזאַ ריזיקער מהומה, האָט נח זיך געגעבן אַן עצה, מיט דער הילף פֿון דער ג־טלעכער השגחה, זיך צו ראַטעווען און איבערצובויען די וועלט פֿון ס׳נײַ, אויב אַפֿילו, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, ער איז נישט געווען אַן אויסערגעוויינטלעך גרויסער צדיק.
אויב מיר טײַטשן אָפּ די מבול־מעשׂה ווי אַ משל, באַגרינדעט אויף אַ רעאַלער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס האָט פּאַסירט אין אַ געוויסן שטח, האָבן מיר דווקא אַ סיבה זיך צו פֿאַרטראַכטן גאַנץ ערנסט. די הײַנטיקע וועלט איז אָנגעפֿילט מיט בייזע, רויבערישע, אומיושרדיקע אידעאָלאָגיעס. די נאַטור ווערט כּסדר פֿאַרגוואַלדיקט דורך ריזיקע קאָרפּאָראַציעס צוליב דעם רווח פֿון אַ קליינער צאָל יחידים, אויף כּלערליי סכּנותדיקע אופֿנים. די מענטשן ווערן כּסדר באַרויבט און פֿאַרשקלאַפֿט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. די וועלט איז פֿאַרפֿלייצט מיט אַ מבול פֿון רעקלאַמעס, טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, שעדלעכע סחורות, מיטן גלוסט צו מאַכט און געלט, וואָס קאָן גײַסטיק דערהרגענען דעם מענטש און פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ מין "זאָמבי", וואָס זעט אויס פֿול מיט טעטיקייט, מיט ענערגיע, אָבער בלײַבט טויט און ליידיק, אָנגעפֿילט מיט פּוסטע און עקלדיקע תּאוות אַנשטאָט מענטשלעכקייט.
לאָמיר זאָגן, אַז דער מבול איז געשען בלויז אין איין לאַנד, אויף אַ רעאַליסטישן שטייגער, וואָס שטימט מיט דעם אַלעגאָריש־וויסנשאַפֿטלעכן אָפּטײַטש פֿון דער תּורה. דאָס מיינט, אַז אַזאַ מעשׂה קאָן, חלילה, ווידער געשען, און פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון די געליטענע קאָן זי אויסזען פּונקט אַזוי גלאָבאַל־קאַטאַסטראָפֿיש, ווי עס ווערט דערציילט אין דער תּורה. די פֿאַרבינדונג צווישן דעם גלוסט צו מאַכט און צו רויבערײַ, און צווישן דער סכּנה פֿון לאָקאַלע און גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿעס איז געוואָרן אין דער הײַנטיקער צײַט באַזונדערס קלאָר. אַדרבה, אונדזער סדרה, צוזאַמען מיט די מאמרי־חז״ל און די מפֿרשים, קלינגט הײַנט ווי אַ פּרטימדיקע, טיף־באַדײַטפֿולע נבֿיאישע וואָרענונג.
דער עיקר־מבול, וועלכער בושעוועט הײַנט אין דער וועלט, איז אָבער אין די מענטשלעכע נשמות. כּדי זיך צו ראַטעווען, מוז יעדער מענטש שאַפֿן פֿאַר זיך אַ "תּיבֿה" — וואָס מיינט אויך אַ "וואָרט" — כּדי צו אַנטלויפֿן פֿונעם גײַסטיקן מבול מיטן כּוח פֿונעם לעבעדיקן וואָרט, וואָס פֿאַרבינדט די מענטשן אויף אַ דירעקטן ברידערלעכן אופֿן, און קאָן אַנטפּלעקן דאָס ג־טלעכע ליכט אין אונדזערע נשמות.