ישׂראל

אַלכּסנדר פּעטשערסקיס אייניקל נאַטאַשאַ מיט שמעון ראָזענפֿעלד
אַלכּסנדר פּעטשערסקיס אייניקל נאַטאַשאַ מיט שמעון ראָזענפֿעלד
דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר איז איינער פֿון די העלדישסטע קאַפּיטלען אין דער ווידערשטאַנד-געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה; דער איינציקער פֿאַל, ווען דער אויפֿשטאַנד פֿון אַסירים האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ נצחון.
אַז אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז דער דאָזיקער אויפֿשטאַנד ווייניק וועמען באַקאַנט געווען, איז נישט אויף צו חידושן זיך; אַן אַנדער זאַך, אַז אין ישׂראל ווייסן וועגן דעם, בדרך־כּלל מענטשן פֿונעם עלטערן דור. אין שפּיץ פֿון דעם אויפֿשטאַנד איז געשטאַנען דער סאָוועטישער אָפֿיצער, אַ ייִד, אַלכּסנדר פּעטשערסקי.
דער ווײַטערדיקער גורל פֿון דעם העלד איז געווען אַ גאַנץ דראַמאַטישער — שטראָף-באַטאַליאָן (לויט סטאַלינס באַפֿעל, האָבן די אָפֿיצערן ניט געטאָרט אַרײַנפֿאַלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט), שפּיטעלער נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג, רדיפֿות פֿון דער מאַכט, שווערע קאָמונאַלע באַדינגונגען אין דער שטאָט ראָסטאָוו-אויפֿן-דאָן.
פּעטשערסקיס העלדישקייט איז באַשטאַנען ניט בלויז אין דעם, וואָס ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿונעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר, נאָר אויך אין דעם, וואָס ער, ניט געקוקט אויף די אַלע אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך ווײַטער אונטערגעהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט זײַנע געווער־ברידער, צעשפּרייטע איבער דער גאַנצער וועלט. ביז זײַן טויט אין יאָר 1990 האָט פּעטשערסקי אומדערמידלעך געטאָן אַלץ, וואָס איז געווען אין זײַנע כּוחות, כּדי אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿון די, וועלכע זענען געפֿאַלן אין סאָביבאָר און באַשטראָפֿן די מיליטער־פֿאַרברעכער, וואָס האָבן געדינט אינעם טויט־לאַגער.
אָבער ווי גרויס און אוניקאַל עס זאָל נישט געווען זײַן פּעטשערסקיס העלדנטאַט, האָט די סאָוועטישע רעגירונג זיך געמאַכט נישט וויסנדיק צו דעם אויפֿשטאַנד, און קודם־כּל דערפֿאַר, ווײַל סאָביבאָר איז געווען אַ טויט־לאַגער אומצוברענגען די ייִדן, און דעם אויפֿשטאַנד אַליין האָבן צוגעגרייט און דורכגעפֿירט די ייִדישע אַסירים. אַפֿילו אין זײַן אייגענער שטאָט, ראָסטאָוו-אויפֿן-דאָן, איז ביז הײַנט ניטאָ קיין גאַס צי אַ פּלאַץ, וואָס זאָל טראָגט פּעטשערסקיס נאָמען. ער איז ביז איצט ניט באַערט געוואָרן מיט קיין מלוכה־באַלוינונג.
דער דענקמאָל אויף דער תּל־אָבֿיבֿער גאַס דרך־השלום, 98
דער דענקמאָל אויף דער תּל־אָבֿיבֿער גאַס דרך־השלום, 98
עס זײַנען דערשינען נישט ווייניק ביכער, פּובליקאַציעס, פֿילמען... צווישן די בעסטע אין דער ריי קאָן מען אָנרופֿן די פּראָזע־ווערק, געווידמעט דער טעמע סאָביבאָר, פֿון אונדזער ייִדישן שרײַבער מישע לעוו, וואָס איז באַפֿרײַנדעט געווען און לאַנגע יאָרן זיך איבערגעשריבן מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקי.
דעם 16טן אָקטאָבער, איז אויף דער תּל־אָבֿיבֿער גאַס דרך־השלום 98 פֿאָרגעקומען די עפֿענונג פֿונעם דענקמאָל לכּובֿד אַלכּסנדר פּעטשערסקי. דער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט אויף דער איניציאַטיוו פֿון צוויי אָרגאַניזאַציעס: “עמיגור" און “קרן היסוד". די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך אויך באַמיט צו ברענגען פֿון ראָסטאָוו-אויפֿן-דאָן פּעטשערסקיס אייניקל, נאַטאַשאַ (צום באַדויערן, האָט איר מוטער, פּעטשערסקיס טאָכטער, עלאַ פּעטשערסקי-גרינעוויטש, ניט געקענט קומען איבער איר געזונט־צושטאַנד).
אין דער צערעמאָניע האָבן זיך פֿון דער ישׂראל-רעגירונג באַטייליקט דער אינפֿאָרמאַציע־מיניסטער און פֿאַרשפּרייטונג יולי איידעלשטיין און די מיניסטאָרין פֿון אַבסאָרבציע סאָפֿאַ לאַנדווער.
די אָנטיילנעמער פֿונעם אויפֿשטאַנד האָט פֿאָרגעשטעלט דער איינציקער סאָביבאָרעץ, וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל, שמעון ראָזענפֿעלד (נאָך דעם אויפֿשטאַנד האָט ער זיך דערקליבן צו דער רויטער אַרמיי, זיך באַטייליקט ווײַטער אין דער מלחמה ביז איר סוף. ער האָט איבערגעלאָזט אויפֿן רײַכסטאַג אין בערלין דעם אויפֿשריפֿט — “באַראַנאָוויטש-סאָביבאָר-בּערלין"). פֿון די געראַטעוועטע אין סאָביבאָר איז בײַגעווען דער הונדערט־יעריקער שׂימחה ביאַלוביץ.
די חשובֿע פּערזענלעכקייטן און די פֿאָרשטייער פֿון "עמיגור" און "קרן היסוד" האָבן אַראָפּגענומען דעם צודעק פֿונעם דענקמאָל (דעם דענקמאָל האָט געשאַפֿן דער סקולפּטאָר פֿון דעם קיבוץ חולדאַ — ניר שאַרף). דאָס איז אַ גרויסער שטיין מיט אַן אויסגעהאַקטן סילועט פֿון אַ מענטש מיט אַן אויפֿגעהויבענער האַנט, וועלכער רופֿט און פֿירט נאָך זיך מאַסן; אויפֿן פּאָסטאַמענט איז אויסגעקריצט אַן אויפֿשריפֿט אויף העברעיש: לזכר אלכסנדר (סאשא) פצ’רסקי מנהיג מרד בסוביבור. יעדער אויפֿטרעטער האָט באַטאָנט דעם אויסערגעוויינטלעכן היסטאָרישן העלדנטאַט און די וויכטיקייט פֿון פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי ס’איז געווען אַלכּסנדר פּעטשערסקי. דאָס וועט העלפֿן בײַם פֿאָרמירן די מענטשלעכע מאָראַל און ווערטן בײַם דערציִען דעם נײַעם דור.
צום סוף, האָט פּעטשערסקיס אייניקל האַרציק אויסגעדריקט אין נאָמען פֿון איר מוטער און איר משפּחה די דאַנקבאַרקייט פֿאַר דעם וויכטיקן פֿאַקט פֿון דער געשעעניש.