פּערזענלעכקײטן

בעת דער 6טער סעסיע פֿון "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש" אין מאָסקווע, 1991. פֿון רעכטס: משה לעמסטער, קלאַרע קעלמאַנאָוויטש (בראַזיל), באָריס סאַנדלער
בעת דער 6טער סעסיע פֿון "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש" אין מאָסקווע, 1991. פֿון רעכטס: משה לעמסטער, קלאַרע קעלמאַנאָוויטש (בראַזיל), באָריס סאַנדלער
אין די 1970—1980ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט האָט זיך אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿונאַנדערגעוויקלט אַ פֿענאָמענאַלע דערשײַנונג, וואָס איז נאָך ביז איצט ניט גענוג אָפּגעשאַצט געוואָרן, דהײַנו: אויף די רחבֿותן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך דאָ און דאָרט באַוויזן יונגע מענטשן, וואָס האָבן געזוכט זייער נאַציאָנאַלן און שעפֿערישן אויסדרוק אין דער ייִדישער ליטעראַרישער יצירה. פֿענאָמענאַל איז די דאָזיקע דערשײַנונג דערפֿאַר, ווײַל זי איז אויפֿגעקומען אומדערוואַרט, נאָך צענדליקער יאָרן פֿון אַ פֿולשטענדיקן מידבר אינעם ייִדישן לעבן, נאָכן גרויסן קולטור־פּאָגראָם פֿון די 1940—1950ער יאָרן, נאָכן שליסן אַלע ייִדישע קולטור־ און בילדונגס־אַנשטאַלטן, ווען אין ס׳רובֿ פּלעצער האָט מען אין משך פֿון צענדליקער יאָרן ניט געזען קיין ייִדישן אות פֿאַר די אויגן, ניט געהערט קיין ייִדיש וואָרט און נאָר בשתּיקה געקענט חלומען וועגן וועלכן ניט איז ייִדישן לעבן.
צווישן די ערשטע און ווירדיקסטע פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער יונגער גרופּע איז געווען משה לעמסטער — אַ באַגאַבטער פּאָעט, פּובליציסט, פֿאָרשער און לערער. מיט 30 יאָר צוריק, אינעם 8טן נומער פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" איז אָפּגעדרוקט געוואָרן זײַן ערשטער קראַנץ לידער. זינט דאַן האָט משה לעמסטער אַדורכגעמאַכט אַ לאַנגן און פֿרוכטבאַרן וועג אין דער ייִדישער שעפֿערישקייט: געווען איינער פֿון די סאַמע טעטיקסטע עסקנים פֿון דער ייִדישער קולטור־אויפֿלעבונג אין מאָלדאַוויע, וווּ ער האָט געלעבט; געלערנט זיך אין דער גרופּע פֿאַר אויסשולן ייִדיש־ליטעראַטן בײַם מלוכישן ליטעראַרטור־אינסטיטוט אין מאָסקווע; געמאַכט אַ דאָקטאָראַט בײַם קעשענעווער אוניווערסיטעט (זײַן דאָקטאָר־דיסערטאַציע איז געווידמעט דעם באַקאַנטן ייִדישן משלים־שרײַבער און פּעדאַגאָג אליעזר שטיינבאַרג). עולה געווען קיין ישׂראל, האָט לעמסטער געאַרבעט אינעם פּראָיעקט פֿון קאַטאַלאָגיזירן די ייִדישע פּרעסע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אונטערריכטט אין אַ נעץ ייִדיש־קורסן פֿאַר די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז גאַנץ טעטיק אין דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן; זײַנע אַרטיקלען קאָן מען רעגולער געפֿינען אין "פֿאָרווערטס".
לעמסטערס גײַסטיקער "גורו", דער קעשענעווער ייִדישער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע״ה, האָט געשריבן אין די 1980ער וועגן זײַן נאָכפֿאָלגער: "דאָס פּינטעלע טאַלאַנט, די דאָזיקע זעלטענע זעלטנקייט, פֿילט מען כּמעט אין יעדן פֿערז זײַנעם. זײַנע לידער פֿאַרמאָגן אין זיך עפּעס שיר־השירימדיקס, עס רוט אויף זיי דער חן פֿונעם מאָלדאַווישן פֿאַלקסליד, עס געווינט אונדזער געמיט די פּראָסטקייט און נאַטירלעכקייט, די זאַפֿטיקייט פֿונעם בעסאַראַבער ייִדיש. דיכטונג בכלל איז וווּנדער, נס. אַ יונגער דיכטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז אַוודאי און אַוודאי אַ וווּנדער".
משה לעמסטערס אַרײַנדרינג אין דער ייִדישער דיכטונג איז טאַקע געווען אַ נס און געבליבן אַ נס. זײַן פּאָעטישער גאַנג איז ניט ענלעך צו אַנדערע מאָדערנע דיכטער. ער איז אייגנאַרטיק, ער איז דורכויס פֿאָלקיש, אינעם גוטן זין פֿונעם וואָרט — אַ ביסל אַלטמאָדיש, אײַנגעוואָרצלט־בעסאַראַביש. ער, אַ געבוירענער אינעם שטעטל יעדינעץ און אַ סך יאָרן אָפּגעלעבט אין קעשענעוו, איז אָנגעזעטיקט מיט דעם בעסאַראַבער פּייזאַזש, מיט זײַנע ריחות, קאָלירן, טעמעס, מיט זײַן ליכט־שאָטן־שפּיל, מיט זײַן קלאַנגען־סימפֿאָניע.
לייענענדיק זײַנע לידער, פֿרעגט מען זיך טאַקע: וואָס איז אין זיי מער — פֿאָלקס־פּשטות, נאַטירלעכע נאַיִווקייט אָדער דינע, דערהויבענע, עסטעטישע לירישקייט. דער ענטפֿער איז, אַז לעמסטער איז מצליח צו פֿאַרבינדן די דאָזיקע ביידע סובסטאַנצן. זיי קומען ניט אין סתּירות אין זײַן דיכטונג, נאָר פֿאַרקערט, דערגאַנצן איינע די אַנדערע. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדורק, אַז אונטער דער וואַרעמער בעסאַראַבער זון, אויף די לאָנקעס און אין די ווײַנגערטנער האָט ער געשליפֿן זײַנע לידער, אַזוי ווי איידלשטיינער.
ער פֿילט די נאַטור אין איר גאַנצער קלאָרקייט, ער איז אָפֿן פֿאַר איר, באַהערשט אירע אמתן. אָט אין איינעם פֿון זײַנע ערשטע לידער שרײַבט ער, צום בײַשפּיל:
אַ בלעטל אויפֿן בוים איז אַ בלעטל.
עס גיט אַ שאָטן אין איינעם מיט אַלע
און טרינקט וואַרעמע רעגנס
און וואַרעמט זיך אונטער די שטראַלן.

אַ בלעטל אויף דער ערד איז גאָרניט,
יעדערער טרעט אויפֿן בלעטל,
און דער ווינט וואַלגערט עס
ביז אָסיען שפּעטן.
משה לעמסטער אַליין איז אַ בלעטל פֿונעם רוישנדיקן בעסאַראַבער ייִדישן בוים. ער איז גײַסטיק צוגעפֿעסטיקט צו דעם בוים, כאָטש פֿיזיש איז ער שוין אַ סך יאָרן אָפּגעווײַטערט פֿון זײַן היימישן באָדן. דעם דאָזיקן בוים בלײַבט ער געטרײַ אין משך פֿון אַלע דרײַסיק יאָר פֿון זײַן דיכטערישן וועג.
דער קאָנטראָווערסאַלער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" (שפּעטער "די ייִדישע גאַס") אַהרן ווערגעליס האָט געשריבן וועגן לעמסטערן: "צו די שטאַרקע זײַטן פֿון משה לעמסטערס שאַפֿונג האָט אַ שײַכות דער בולט־אויסגעדריקטער, ניט־רעקלאַמירטער, פֿאָלקסבאָדן, וואָס גיט אַ מעגלעכקייט זיך צו באַציִען צו אים ווי צו אַ ייִדישן און צו אַ מאָלדאַווישן דיכטער. הײַנט צו טאָג איז שווער צו געפֿינען נאָך אַזאַ מאָלדאַוואַן אין דער ייִדישער פּאָעזיע".
די געטרײַשאַפֿט דעם מאָלדאַווישן באָדן לאָזט ניט אָפּ לעמסטערן אויך הײַנט צו טאָג, דאָ, אין ישׂראל, ווײַט פֿון יענע בעסאַראַבער לאָנקעס, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן און זיך אויסגעפֿורעמט:
איצט אין תּל־אָבֿיבֿ,
אויף אַלענבי־גאַס,
כ׳זיץ אין אַ קאַפֿע,
טרינק מאָלדאַווישן ווײַן קאַבערנע,
דערמאָן זיך דאָס דאָרף...
משה לעמסטערס פּאָעזיע איז ניט מאָדערניסטיש. פֿאַרקערט, זי איז באַחנדלט מיט דעם אַרכאַיִשן בײַטעם, און אפֿשר אין דעם באַשטייט איר הויפּטשטריך. זי איז מעלאָדיש, ריטמיש. זי פֿאַרמאָגט עפּעס אַזוינס, וואָס איז אייגנטימלעך פֿאַר די ייִדישע טרובאַדורן — זעליק בערדיטשעווער, וועלוול זבאַרזשער, בערל בראָדער און אַנדערע — אַ מין פֿאַרחלומטקייט, פֿאַראייניקונג מיט דער נאַטור, אייביקע פֿאַרליבטקייט, אַרומבלאָנדזשען אויף וועגן און שטעגן, נאַיִווע לײַכטזיניקייט געכּפֿלט אויף פֿאָלקס־חכמה:
דאָס איז ניט קיין שיינער חלום,
איך האָב דאָס ניט אויסגעטראַכט.
הײַנט בין איך דער בעל־עגלה,
צו דער זון איך פֿיר די נאַכט.
......................................
פֿון דעם וואָגן פֿאַלן שטערן,
פֿאַלן אויף דעם וועג נאָך מיר.
כ׳וועל צוריק זיך שוין ניט קערן,
צו דער זון די נאַכט איך פֿיר.
דער ראָמאַנטיזם אין לעמסטערס פּאָעזיע איז ניט קיין באָפּוצונג, ס׳איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון זײַן מחשבֿות־גאַנג. ער וויל זײַן פֿאַרחלומט, פֿאַרליבט, פֿאַרטרוימט, ער פּריידיקט אָנצופֿילן דאָס לעבן מיט געפֿיל, מיט נשמהדיקייט, אַ ביסל זיך אויפֿצוהייבן אויף אַן איציק מאַנגערישן אופֿן פֿון דער גרויער רעאַליטעט אין די הייכן, וואָס זײַנען כּולו שיין, כּולו בלוי, כּולו תּפֿילהדיק:
די ליבשאַפֿט אין דעם האַרצס נשמה!
מיט איר דאָס האַרץ איז חשובֿער,
אָן איר קיין האַרץ איז נישטאָ מער,
ס׳איז אַ מאָטאָר אַ פּשוטער.
עס איז צו באַוווּנדערן משה לעמסטערס באַציִונג צו ייִדיש. זײַן פּאָעזיע איז ווײַט פֿון זינגען הויכע אָדעס און לויבגעזאַנגען פֿאַר ייִדיש, פֿון זיך שווערן אין געטרײַשאַפֿט צו ייִדיש און פֿון באַוויינען דעם גורל פֿון ייִדיש. ייִדיש שרײַבן איז פֿאַר אים נאַטירלעך אַזוי ווי לופֿט אָטעמען. אים אַרט ניט, דער פֿערז זאָל קלינגען גראַמאַטיש אויסגעשליפֿן, אַקאַדעמיש־פּינקטלעך. פֿאַר אים איז אַ סך וויכטיקער די אויטענטישקייט פֿון דער שפּראַך, דער נאַטירלעכער קלאַנג, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט מיטן געדיכטן בעסאַראַבער דיאַלעקטישן חן. ער איז פּשוט אין אייביקער דינסט פֿון ייִדיש, ווי אַן אמתער האָרעפּאַשניק, וואָס טראָגט זײַן עול מיט דרך־ארץ און שטאָלץ:
מע וויל, זאָלסט שטיין אין אַ מוזיי,
מע האָט געוואָלט דײַן שפּור פֿאַרמעקן.
נאָר דו, מײַן ייִדיש,
וועסט ווײַטער גיין —
און איך וועל זײַן דײַן וואַנדער־שטעקן!
מיט אייניקע וואָכן צוריק האָט משה לעמסטער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עסיי אין "פֿאַרווערטס", וווּ ער האָט בפֿירוש אויסגעדריקט זײַן אינטימע באַציִונג צו דער פֿאָלקישער אויטענטישקייט פֿונעם ייִדישן וואָרט:
"אַ דאַנק דעם, וואָס דאָס עמך האָט גערעדט ניט אויף אַ גראַמאָטנעם, ‘ניט־ריכטיקן’ ייִדיש, האָט מאַמע־לשון אַזוי פֿיל ספּעציפֿישע שאַרפֿזיניקע ווערטלעך, ווי צום בײַשפּיל: ‘דרייען דעם ספּאָדיק’, ‘שרײַבן אויפֿן קוימען’, ‘ליגן אין דר׳ערד און באַקן בייגל’, ‘כ׳ברעך זיך דעם קאָפּ, צי אַ פֿלוי האָט אַ פּופּיק...’ מע דאַרף פּרוּוון פֿאַרשטיין בײַם עמך די לאָגיק פֿון זייער טראַכטן אויף ייִדיש, פֿון זייער אויסשטעלן אַ זאַץ, אַ פֿראַזע. בלויז אין אַ כּסדרדיקן קאָנטאַקט מיט די אַמאָליקע שטעטלדיקע ייִדן, זיצנדיק לעבן דער ספּאָדניצע פֿון ייִדענעס, קאָן מען זיך אויסהיילן פֿון דער שפּראַך־אימפּאָטענץ און אַרויסלאָזן דאָס שפּילפֿייגעלע פֿונעם גילדענעם אַקאַדעמישן שטײַגל".
פֿאַר לעמסטערן איז דאָס שאַפֿן אין ייִדיש געווען און געבליבן אַ דערהויבן שליחות, וואָס ער פֿילט אויס טאָג־טעגלעך, אָן זשום און רעש, ניט אימפּעטיק, ניט האַסטיק, נאָר געלאַסן און געטרײַ, פֿילנדיק די היסטאָרישע אַחריות פֿאַר די קומענדיקע דורות:
צוליב די, וואָס ייִדיש־אוצרות,
געשלייפֿט האָבן מיט בלוט און טרער,
צוליב זיי כ׳בין אַ פֿאַרקויפֿער,
ווײַל אויב ניט איך, איז ווער זשע, ווער?
צום 30סטן יובֿל פֿון זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן לאָמיר ווינטשן משה לעמסטערן צו ברענגען אויף דער וועלט נאָך אַ סך ייִדישע פּאָעטישע אוצרות אין משך פֿון לאַנגע געזונטע און שעפֿערישע יאָרן.