געזעלשאַפֿט

אַזאַרט־שפּילער פֿון דער חסידישער #34;דיעלשפּיל#34;
אַזאַרט־שפּילער פֿון דער חסידישער #34;דיעלשפּיל#34;
בשעת דער הוראַגאַן "סענדי" האָט באָמבאַרדירט דעם מיזרח־ברעג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווען אַרויסגיין אויף דער גאַס איז געווען סכּנות־נפֿשות, האָבן מיר, ניו־יאָרקער, געמוזט אין משך פֿון 2־3 טעג זיך אויסבאַהאַלטן אין אונדזערע דירהלעך. מיר, וואָס האָבן עס ב״ה איבערגעלעבט מיט ליכט און באַהייצונג, רעכענען זיך שוין צווישן די מזלדיקע. אָבער אַפֿילו מיר האָבן ניט געקענט זיך גיך אומקערן צום נאָרמאַלן לעבן, ווײַל די טראַנספּאָרט־סיסטעם איז געווען "אין דער ערד", דאָס הייסט, די סאָבוויי-טונעלן געבליבן פֿאַרפֿלייצט מיט ברודיק וואַסער. זײַנען מיר פֿאַרבליבן נאָך עטלעכע טעג פֿאַרשפּאַרט אין דער היים און געוואַרט ביז אונדזער מעיאָר בלומבערג און זײַן אַדמיניסטראַציע זאָל אונדז אויסלייזן.
פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט.
אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס.
אַז די וועלט גייט שוין אונטער, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, וועט שוין פֿריילעכער זײַן צו רעצענזירן אַ נײַע ייִדישע ברעטשפּיל, מיט וועלכער איך האָב געקענט פֿאַרברענגען די לאַנגע שעהען אין דער היים. ווײַל צום גליק בין איך ניט געבליבן אַליין אין דער דירה, נאָר די צוויי מיטוווינערס האָבן מיט מיר מיטגעליטן, מיטגעלייענט, און מיטגעשפּילט. די דאָזיקע ברעטשפּיל הייסט "דיעלשפּיל" (אויף ענגליש DealShpiel) און איז פֿאַר אַ יאָרן אַרויס פֿון דער באַקאַנטער פֿירמע "קינדערשפּיל", וואָס פּראָדוצירט צענדליקער ברעטשפּילן, קאָרטנשפּילן, און קינדערביכלעך פֿאַרן חסידישן מאַרק.
די חסידישע קינדער זײַנען, ווי באַקאַנט, די בעסטע קונים פֿון ביכער אויף ייִדיש, ניט נאָר דערפֿאַר, ווײַל אַ סך פֿון זיי קענען נאָך ניט קיין ענגליש (צי העברעיִש), נאָר ווײַל דעמאָגראַפֿיש דאָמינירן זיי אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט; אין דער שטאָט קרית־יואל, למשל, איז איבער אַ העלפֿט פֿון די אײַנוווינער ייִנגער ווי צוועלף יאָר אַלט! פֿאַר אונדז ייִדישיסטן, ווידער — סײַ אַזעלכע וואָס האָבן אייגענע קינדער, סײַ די וואָס זײַנען אַליין געבליבן אַ ביסל קינדיש —זעען די חסידישע שפּילן און ביכער צו מאָל אויס אַ ביסל צו פֿרומאַקיש און פֿאַנאַטיש, אָבער די פֿירמע "קינדערשפּיל" איז דווקא ניט שלעכט אין דעם פּרט. ייִנגערע לייענער וועלן שוין אפֿשר זײַן באַקאַנט מיט דער שפּיל "עפּל צו עפּל", וואָס זיי גיבן אַרויס, אָדער מיט זייער פּאָפּולערער סעריע "שפּיגליצקי".
"דיעלשפּיל" איז באַזירט אויף אונדזער אַלטער און באַליבטער אַמעריקאַנער ברעטשפּיל "מאָנאָפּאָל", כּמעט מיט די זעלבע כּללים און פֿאָרמאַט. דאָס אַליין איז ניט אַזוי טשיקאַווע ווי דער פֿאַקט, אַז ס׳איז שוין דאָ אַ חסידישער נוסח פֿון "מאָנאָפּאָל" וואָס הייסט "האַנדל ערלעך". אַ סך ייִדישיסטן האָבן שוין געשפּילט אין דעם און עס איז אַליין געוואָרן אַ טעמע פֿאַר הײַנטיקע ייִדיש־פֿאָרשערס ווי, למשל, פּראָפֿ’ דזשעפֿרי שאַנדלער. פֿרעגט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָבן די חסידים געדאַרפֿט אַ צווייטן נוסח פֿון דער זעלבער שפּיל? אין דער קראָם האָב איך טאַקע געפֿונען ביידע ווערסיעס אויף איין פּאָליציע אויף כּמעט דעם זעלבן פּרײַז.
די סיבה דערפֿון זעט מען באַלד ווי מען הייבט אָן שפּילן. אין "האַנדל ערלעך" זײַנען דאָ זאַכן, וואָס קענען וואַרפֿן אַ שרעק אויף דערוואַקסענע מענטשן, פֿון קליינע קינדער שוין אָפּגערעדט. די "חשבן־הנפֿש"־קאַרטלעך שטראָפֿן פֿאַר די קלענסטע עבֿירות: "אָפּגעכאַפּט אַ ברכה אָן יראת־שמים!" (10$), "גערעדט הויך אין גאַס!" (10$), "ייִדישע טאָכטער! דו האָסט גערעדט הויך ווען מענער האָבן געהערט!" (40$). דאָס ערגסטע איז אַוודאי "גערעדט עבֿרית, ציוניסט!", וואָס פֿאַר דעם צאָלסטו 500$ און "גיי אין גיהנום!"
"דיעלשפּיל", ווידער, האָט ניט קיין "גיהנום"־קעסטל, וווּ די שפּילער קענען ברענען און בראָטן אויף עלטעכע גענג, נאָר אַ פּשוטע תּפֿיסה, ווי אינעם אָריגינעלן "מאָנאָפּאָל". בכלל סטראַשעט מען ווייניקער מיט שטראָפֿן און אויסרוף־צייכנס. אין דער געאָגראַפֿיע פֿון דער שפּיל דערקענט מען אַ נײַעם, מער ליבעראַלן דור חסידים, וואָס וווינען שוין הינטער דער שטאָט, ניט מער אין די קליינע וויליאַמסבורגער דירות, און האָבן שוין אײַנגעזאַפּט אין זיך די אַמעריקאַנער אויטאָ־קולטור. אַנשטאָט ישיבֿות און ספֿרים־געשעפֿטן פֿון "האַנדל ערלעך", קען מען דאָ קויפֿן אַ גאַזסטאַנציע און אַ "קאַר־ריפּעיר", אָדער זיך אָפּשטעלן אויפֿן "פּאַרקינג"־קעסטל. אַנשטאָט די ערטער פֿון דער אַלטער היים, ווי סאַנדז, מעזשביזש, און ליזשענסק, האָט מען דאָ נאָר גאַסן, וווּ די חסידים וווינען הײַנט: 13טע עוועניו אין באָראָ־פּאַרק אָדער סאַטמאַר־דרײַוו אין קרית־יואל.
עס פֿילט זיך אַ גרעסערע נטיה צו אַמעריקע, אַ נײַער פּאַטריאָטיזם: די קאָלירן רויט, ווײַס און בלוי; דער נאָמען DealShpiel, וואָס שטייט מיט גרעסערע אותיות אויף ענגליש ווי אויף ייִדיש אין מיטן ברעט, וווּ מע זעט אויך אַ בילד פֿונעם קוואָדער מיט די ענגלישע ווערטער "פֿרײַהייט" און "אין גאָט געטרויען מיר". דאָס זײַנען חסידים וואָס ווילן ניט לעבן אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון אַמעריקע, וואָס זײַנען שטאָלץ צו לעבן אין אַ לאַנד פֿון פֿרײַהייט, וווּ מע לאָזט אַ ייִד פֿאַרדינען און די גויים גלייבן אויך אין גאָט.
מען קען דערקענען אין די צוויי שפּילן צוויי באַזונדערע ריכטונגען בײַ די חסידים — אַן עלטערע גרופּע, אַ מער שטרענג־גלייביקע, און אַ ייִנגערע גרופּע, מער אַן אָפֿענע, וואָס גלייבט, דער עיקר, ווי פּרעזידענט קאַלווין קולידזש, אַז "די ביזנעס פֿון אַמעריקע איז ביזנעס". ווער עס וועט זײַן שטאַרקער, די "האַנדל ערלעך"־חסידים צי די "דיעלשפּיל"־חסידים, איז נאָך שווער צו דערקענען, אָבער דערווײַל האָבן מיר מער ברירות, און דאָס איז גוט פֿאַר יעדן איינעם.
כּדי צו באַשטעלן "דיעלשפּיל" פֿאַרן קומעדיקן הוראַגאַן (איר זאָלט ניט בלײַבן, חלילה, נאָר מיט אַ טוץ ביכער צו לייענען), קענט איר שרײַבן דער פֿירמע "קינדערשפּיל" אויפֿן אַדרעס info@kindershpiel.com. אַ קאַטאַלאָג פֿון אַלע שפּילן און ביכער זייערע קען מען אַראָפּלאָדן פֿונעם וועבזײַטל www.kindershpiel.com.
אַגבֿ, עס וואָלט געווען אַ פּלאַן, מע זאָל שוין מאַכן אַ ייִדישן נוסח פֿון "סקרעבל" פֿאַר די חסידים. אין יענער קראָם האָב איך געזען, ניט ווײַט פֿון "דיעלשפּיל" און "האַנדל ערלעך", אויך פֿאַרשיידענע ווערסיעס פֿון "סקרעבל" אויף ענגליש, דאָס הייסט, די שפּיל איז שוין געוואָרן פּאָפּולער. דער ייִדישער וואַריאַנט פֿון "סקרעבל" וואָלט געבראַכט די חסידים צו אַ ייִדישן ווערטערבוך און געגעבן זיי די מעגלעכקייט זיך אויסצולערנען ווי אַזוי צו שרײַבן ריכטיק די ווערטער. דאָס אַליין וואָלט אַרײַנגעבראַכט אין זייערע קרײַזן אַ נײַעם דרך־ארץ און פֿאַרשטאַנד פֿאַר דער שפּראַך.