געזעלשאַפֿט

שוין ווידער מלחמה־שפּאַנונג 
אויף די גרענעצן

די ישׂראל־פּאָליציאַנטן באַקוקן דאָס אָרט לעבן אַ הויז, וווּ ס׳איז געפֿאַלן אַ ראַקעטע פֿון עזה. 
נתּיבֿות, נאָוועמבער 12, 2012
די ישׂראל־פּאָליציאַנטן באַקוקן דאָס אָרט לעבן אַ הויז, וווּ ס׳איז געפֿאַלן אַ ראַקעטע פֿון עזה. 
נתּיבֿות, נאָוועמבער 12, 2012
Credit: Getty Images
עס זענען שוין ווידער געפֿאַלן, אָן אויפֿהער, "קאַסאַם"־ און "קאַטיושאַ"־ראַקעטן פֿון איבער די גרענעצן, אין דרום־ און צפֿון־לאַנד. די ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס און אויפֿן גולן האָבן זיך געפֿונען זינט עטלעכע וואָכן אין אַ מלחמה־צושטאַנד. עס הערשט דאָרטן ווידער אַ מלחמה־שפּאַנונג, וואָס קען מעגלעך דערפֿירן צו אַ באַנײַטער, פֿולער מלחמה, מצד די ישׂראל־כּוחות און דער אַראַבישער וועלט.
צום גליק, זענען אין ישׂראל ביז איצט ניט געווען קיין ערנסטע מענטשלעכע קרבנות, בלויז אַ צאָל הײַזער זענען שטאַרק באַשעדיקט געוואָרן. ס׳רובֿ ראַקעטן זענען געפֿאַלן אויף ליידיקע פּלעצער.
אין די שטעט און ייִשובֿים, ווי שׂדרות, אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע א״אַנד הערשט אַ גרויסע שפּאַנונג. די שולן זענען געשלאָסן, די קראָמען — פֿאַרמאַכט; מען הערט שוין ווידער, פֿון צײַט צו צײַט, די אַלאַרם־וואָרענונגען "צבֿע אָדום". די באַפֿעלקערונג שטייט טאָג און נאַכט גרייט צו לויפֿן אין די שוצקעלערן.
צה״ל, די ישׂראל־אַרמיי, האָט געענטפֿערט אויף די דאָזיקע בלוטיקע ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן. אַ צאָל אַראַבישע טעראָריסטן און ציווילע בירגער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, די מיטגלידער פֿון זײַן קאַבינעט און הויכע מיליטער־לײַט האָבן אָן אויפֿהער זיך באַראַטן און געלאָזט וויסן די אָנפֿאַלער איבער די גרענעצן, די אַראַבישע לענדער און דער וועלט בכלל, אַז "...ישׂראל וועט ניט בלײַבן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט קעגן די דאָזיקע אַטאַקעס פֿון די ראַקעטן אויף אונדזער סוּווערעניטעט".
מצרים און אַנדערע פֿאַקטאָרן האָבן זיך אַרײַנגעמישט און אָפּגעשטעלט די אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן. ווי לאַנג וועט עס דויערן? ווי לאַנג וועט הערשן דער דאָזיקער מישטיינס געזאָגט "וואָפֿן־שטילשטאַנד"?
דאָס ווייסט נאָר גאָט אַליין!...

דער בידנער מצבֿ פֿון די איבערגעבליבענע פֿון חורבן

די "תּישרי־ימים־טובֿים" — ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות, שׂימחת־תּורה — ווי מען רופֿט זיי בײַ אונדז אין ישׂראל, מיט זייערע וואַרעמע, אָפֿט הייסע טעמפּעראַטורן, זענען שוין פֿאַרבײַ. עס זענען שוין אָנגעקומען די קאַלטע, ווינטיקע טעג און נעכט. עס רעגנט אָפֿט אין אַלע טיילן פֿונעם לאַנד; אויף די בערג פֿון חרמון פֿאַלט שוין אַ לײַכטער שניי...
די באַפֿעלקערונג גרייט זיך שוין צו חנוכּה, צו דעם אָנקום פֿון דעם ישׂראלדיקן קאַלטן ווינטער, מיט די אַלע הוצאָות וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אים, כּדי זיך אײַנצושאַפֿן די נייטיקע מיטלען, צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן קענען איבערקומען די קאַלטע ווינטערדיקע וועטערן, געזונטערהייט.
ליידער, ניט אַלע צווישן דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג זענען ביכולת צו האָבן די נייטיקע סומעס געלט צו דעקן די דאָזיקע שווערע הוצאָות פֿאַר הייצונג, עלעקטריע, וואַרעמע בגדים און די פֿאַרשיידענע רפֿואות צו היילן די אַלע קראַנקייטן, וואָס באַפֿאַלן אונדז אין די קאַלטע ווינטערדיקע טעג.
באַזונדערס ווירקט דער ווינטער מיט אַלע זײַנע שווערע פּראָבלעמען אויף די אָרעמע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, וועלכע וווינען אין שלעכטע וווינונגס־באַדינגונגען. זיי וואַרטן אויף דער הילף פֿון די פֿאַרשיידענע שטאָט־אינסטאַנצן און וווילטעטיקע אינסטיטוציעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט העלפֿן די קראַנקע און עלנטע, נויט־באַדערפֿטיקע אין לאַנד.
צווישן זיי געפֿינען זיך אַרום 6,000 ניצולי־שואה, געראַטעוועטע פֿון חורבן, וועלכע לעבן אויף דער שטיצע פֿון די דײַטשע "ווידערגוטמאַכונג־געלטער", וואָס ווערן פֿאַרטיילט דורך געוויסע אָפּטיילונגען פֿון ישׂראלס פֿינאַנץ־מיניסטעריום.
ניט שטענדיק ווערט די דאָזיקע פּראָצעדור דורכגעפֿירט צו דער צופֿרידנקייט פֿון די געליטענע, און זייער אָפֿט הערן מיר און לייענען וועגן דעמאָנסטראַציעס און אָנקלאַגעס קעגן זייערע פֿעלערהאַפֿטע ביוראָקראַטישע האַנדלונגען און אַפֿילו מיסברויכן.
ערשט מיט אַ וואָך צוריק האָט דער פֿאָנד פֿאַרן ווויל פֿון די ניצולי־שואה — "הקרן לרווחת ניצולי־שואה" — אַרויס מיט אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג, אַז זיי שטעלן אָפּ זייער שטיצע און זיי נעמען ניט אָן נײַע בקשות פֿון די געליטענע. די סיבה? זייער יערלעכער בודזשעט איז לעצטנס שטאַרק רעדוצירט געוואָרן און זיי זענען אין אַ גרויסן דעפֿיציט.
די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן באַשולדיקט דעם דאָזיקן פֿאָנד וואָס עקזיסטירט שוין זינט 1991, אַז זײַנע פֿונקציאָנערן האָבן מיסגעברויכט מיט געלטער, וועלכע זיי האָבן באַקומען פֿון דער "וועדת־התבֿיעות", דער אַמעריקאַנער קאָמיסיע, וואָס פֿאַרוואַלט מיט די "ווידערגוטמאַכונג"־געלטער פֿון דײַטשלאַנד צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן אין די פֿאַרשיידענע לענדער אין דער וועלט.
אין די ראַמען פֿון דער שטיצע פֿונעם דאָזיקן פֿאָנד, ווערן די דאָזיקע ניצולי־שואה געהאָלפֿן, באַזונדערס אין באַזאָרגן זיי מיט מעדיצינישער הילף פֿון פֿאַרשיידענעם סאָרט: ווי ציין־פּראָבלעמען, ברילן, געהער־אַפּאַראַטן, אָרטאָפּעדישע מכשירים און נאָך אַ צאָל נייטיקע אינסטרומענטן און מעדיקאַמענטן פֿאַר די פֿאַרשיידענע קראַנקייטן, פֿון וועלכע זיי לײַדן אין זייער עלטער.
בכלל זענען די שארית־הפּליטה אויסגעשטעלט צו די שטרענגע ביוראָקראַטישע פֿאָדערונגען פֿון דעם פֿאָנד, ווען מען ווענדט זיך נאָך הילף. ניט יעדער איינער באַקומט עס לײַכט. ער דאַרף זײַן נאָר אין דער קאַטעגאָריע פֿון די וואָס באַקומען ניט קיין אַנדערע שטיצע — פּענסיע און הילף פֿון אַנדערע קוואַלן.
דער דאָזיקער פֿאָנד טענהט, אַז זײַן בודזשעט ווערט קלענער מיט יעדן יאָר, ווײַל די נויטן פֿון די אַלטע, קראַנקע, ווערן אַלץ גרעסער מיט יעדן יאָר און דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום דעקט ניט דעם אונטערשיד.
אַזוי זעט אויס דער מצבֿ פֿון די אָרעמע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וואָס לעבן אויס זייערע לעצטע יאָרן אין דער ייִדישער מדינה הײַנט־צו־טאָג.