קולטור

די 22,000 שוועדישע ייִדן, אָדער ייִדישע שוועדן הײַנט-צו-טאָג, האָבן אַ ייִדישע געזעלשאַפֿט, אַ קולטור־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, און שוין 12 יאָר אַז זיי קלײַבן זיך צונויף זומער אויף אַ סעמינאַר וואָס איז געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַ סעמינאַר פֿון 3 טעג, סוף-וואָך — אַ פֿרײַטיק, אַ שבת און אַ זונטיק — אין אַ ספּעציעלן אָרט וואָס הייסט אַראָנסבאָרג, אַ קאַצנשפּרונג פֿון שטאָקהאָלם, די הויפּטשטאָט פֿון שוועדן. אַהין לאַדן זיי אײַן רעפֿערענטן, פּראָפֿעסאָרן, אַרטיסטן, מוזיקער פֿון דער גאַנצער ייִדישער וועלט, און האַלטן אָפּ אַן אינטענסיווע פּראָגראַם פֿון דרײַ טעג — פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט. אין אָט דעם אָרט וואָס הייסט אַראָנסבאָרג, אין אַ וואַלד, אַ פֿופֿציק מינוט פֿון שטאָקהאָלם, איז אַן אָזערע, מיט אַ האָטעל וואָס איז ספּעציעל געבויט געוואָרן פֿאַר אַזוינע סעמינאַרן. אין דער פֿאַרגאַנגענהײַט איז דאָס אָרט געווען אַ שאָקאָלאַד-פֿאַבריק, הײַנט-צו-טאָג דינען די בנינים פֿון אָט דעם אָרט פֿאַר אַ האָטעל וווּ עס קומען זיך צונויף פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטן, וואָס האַלטן אָפּ ספּעציעלע סעמינאַרן, ווי למשל, די וואָס מיר האָבן געטראָפֿן דעם זומער; אַ פּאָר צענדליק אייגענטימער פֿון יאַגואַר אויטאָמאָבילן וואָס טרעפֿן זיך יאָר איין, יאָר אויס, במשך די לעצטע 40 יאָר.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער בין איך איינגעלאַדן געוואָרן צו קומען קיין שוועדן און האַלטן אַ פּאָר רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור, אויף ייִדיש. פֿרעגט זיך די פֿראַגע — וואָס מיצקע דרינען — ייִדיש? אַ קולטור־סעמינאַר אויף דער שפּראַך וואָס אַלע מיינען, אַז מע רעדט איר שוין נישט? פֿאַרוואָס דווקא שוועדן? איז, איידער איך האָב מסכּים געווען, האָב איך זיך פֿאַרטיפֿט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן קיבוץ אין שוועדן, און ס׳איז מיר קלאָר געוואָרן אַ פֿאַקט וואָס ווייניק ווייסן וועגן אים: אַז ייִדיש איז הײַנט-צו-טאָג איינע פֿון די פֿינף אָפֿיציעלע שפּראַכן פֿון שוועדן. אין שוועדן איז פֿאַראַן אַ געזעץ, אַז אויב עס וווינט דאָרטן אַ גרופּע מענטשן וואָס האָבן אַ ספּעציעלע קולטור און רעדן אַ ספּעציעלע שפּראַך וואָס זייער אָפּשטאַם איז פֿון אייראָפּע, איז אָט די שפּראַך באַקומט די שטיצע פֿון דער מלוכה און ווערט אָנערקענט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. אַזוי איז געשען מיט ייִדיש אין שוועדן. פֿאַר דעם באַקומען די ייִדן אין שוועדן אַ יערלעכע סובווענץ און אַ דאַנק איר טוען זיי פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
מע האַלט, אַז פֿון די 22,000 ייִדן, וווינען 9,000 ייִדן אין דער הויפּטשטאָט, שטאָקהאָלם, און אַז אין דעם קיבוץ קען מען געפֿינען אַרום 4,000 ייִדן וואָס רעדן ייִדיש און האָבן, ווי עס זעט אויס, אַן אינטערעס ווײַטער צו זײַן פֿאַרבונדן מיט דער קולטור פֿון זייערע "אָבֿות-אבֿותינו".
ווי באַוווּסט, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה טויזנטער ייִדן, געראַטעוועטע פֿון אומקום, אַוועק קיין שוועדן, און אַ טייל פֿון זיי איז שוין דאָרטן געבליבן לעבן. אָט די זין און טעכטער פֿון דער שארית-הפּליטה זײַנען דאָס הײַנט די וואָס זײַנען אַקטיוו אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זיי זײַנען אַלע, כּמעט אָן אויסנאַם, אין די 50ער און 60ער יאָרן — פּראָפֿעסיאָנאַלן מיט הויכער בילדונג. דאָרטן האָב איך געטראָפֿן זשורנאַליסטן, ציינדאָקטערס, פּסיכאָלאָגן, דאָקטוירים, פּראָפֿעסאָרן אין אוניווערסיטעטן, געזעלשאַפֿטלעכע טוער, און אַפֿילו שוועדישע ייִדן, וואָס וווינען אין ישׂראל און קומען ספּעציעל אויף די סעמינאַרן אַלע יאָר.
אויף די סעמינאַרן האַלט מען, דער עיקר, רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, מע שפּילט ייִדישע מוזיק, מע זינגט ייִדישע לידער, און מע לאָזט זיך וווילגיין במשך דרײַ טעג אין אַ סבֿיבֿה וואָס איז ווײַט פֿון דעם רעש פֿון גרויסע שטעט, אין מיטן אַ וואַלד און אין אַ גוטן מוט.
ווי מיר ווייסן, האָבן ייִדן טאַקע פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה, אָבער דער עיקר נאָך דער אומקום-תּקופֿה — ווען זיי פֿלעגן זיך טרעפֿן בײַ פֿאַרזאַמלונגען, אָדער אין טעאַטער, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון פּײַן און יסורים — זינגען אַ ליד מיט די ווערטער "אַבי מע זעט זיך". הײַנט-צו-טאָג, ווען מיר זײַנען אַלע וויסיק און פֿאַרשטייען וואָס עס ברענגען מיט זיך די עלטערע יאָרן, און די פֿאַרשיידענע קרענק, גיט מען צו: "אַבי מע זעט זיך, און מע דערקענט זיך".
דאָרטן אין אַראָנסבאָרג, אין שוועדן, טרעפֿן זיך איבער 100 ייִדן, איין מאָל אַ יאָר, און באַגריסן זיך מיט דעם "אַבי מע זעט זיך", און זיכער דערקענען זיי זיך — זיי זײַנען אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, אין אַרבעטס־עלטער, און אַלע באַטאָנען אַז... ליידער דער ייִנגערער דור, די וואָס זײַנען אונטער 50 און אונטער 30, קומען כּמעט ווי נישט אויף אַזוינע פֿאַרזאַמלונגען. דאָך מאַכן זיי אָנשטרענגונגען כּדי צו שיקן ייִנגערע מענטשן קיין ייִוואָ אין אַמעריקע, קיין פּוילן, אויף זומער־סעמינאַרן אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, און אין ווילנע — כּדי זיי זאָלן זיך אַ ביסל דערנענטערן צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. וואָס פֿון דעם וועט אַרויסקומען אין די קומענדיקע יאָרן, וועט מען וואַרטן און מע וועט זען.
הײַנט-צו-טאָג פֿונקציאָנירט אַן אָפּטייל פֿאַר ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין לונד אוניווערסיטעט אין שוועדן. דער לייטער פֿון אָפּטייל איז פּראָפֿעסאָר יאַן שוואַרץ, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס האָט אָפּגעלעבט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין שיקאַגאָ במשך 20 יאָר, און איצט איז ער צוריק געקומען דאָרט פֿון וואַנען ער שטאַמט. אויך ער איז געווען אויף דעם סעמינאַר, און מיט אים זײַנען געווען אויך אַ פּאָר פֿון זײַנע תּלמידים, וועלכע האָבן אַפֿילו געזאָגט אַ פּאָר ווערטער וועגן אַ צײַטונג אויף ייִדיש וואָס זייער אָפּטייל גיט אַרויס.
עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז די שוועדישע ייִדן האָבן פֿילפֿאַרביקע פֿאַרבינדונגען מיט מדינת־ישׂראל. טייל פֿון זיי האָבן געלעבט אין ישׂראל נישט ווייניק יאָרן, אַנדערע האָבן געשיקט אַהער זייערע קינדער, וואָס וווינען איצט אין ישׂראל, און די טאַטע-מאַמע קומען אויף יערלעכע וויזיטן. בכלל איז פֿאַראַן דאָ, אין מדינת־ישׂראל, אַ סך-הכּל פֿון טויזנט שוועדישע ייִדן. פֿון דעם אַלץ וואָס איך האָב געזאָגט ביז אַהער, פֿאַרשטיי איך, אַז די ייִדישע קהילה, די פּאָר צענדליק טויזנט ייִדן אין שוועדן, זײַנען אַ היסטאָרישע געשעעניש וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה: דער עיקר, ווי עס זעט אויס — ייִדן פֿון פּוילישע עלטערן, געראַטעוועטע פֿון אומקום, וועלכע האָבן אַפֿילו אין אָט דעם סעמינאַר אין אויגוסט הײַיאָר, אינסצעניזירט אויף ייִדיש אַ שלום-עליכם-פּיעסע, מיט דער הילף פֿון אַ מומחה פֿאַר ייִדישען טעאַטער פֿון לאָנדאָן, בערי דייוויס, וועלכער איז אויך געווען אויפֿן סעמינאַר. צו אָט דעם סעמינאַר זײַנען הײַיאָר געקומען מער ווי הונדערט מענטשן, און דאָס רובֿ האָט זיך פֿאַרשריבן צו הערן דווקא רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס עס זײַנען געווען דאָ און דאָרט אויך רעפֿעראַטן אויף ענגליש.
מיר איז געווען גאָר אינטערעסאַנט צו לערנען אַ פֿאַקט וועגן וועלכן איך האָב נישט געוווּסט און נישט געקלערט, אַפֿילו ווען איך האָב געדאַרפֿט וויסן און קלערן וועגן דעם. און די געשיכטע פֿון דער מעשׂה איז אַזוי: גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מרדכי שטריגלער — דער רעדאַקטאָר פֿון ניו-יאָרקער "פֿאָרווערטס", צווישן די יאָרן 1987—1998 — באַפֿרײַט געוואָרן פֿון בוכענוואַלדער לאַגער דעם 11טן אַפּריל 1945. יונג איז ער געווען דעמאָלט, אַרום 26 יאָר, און פֿון בוכענוואַלד איז ער אוועק קיין פּאַריז, און דאָרט אָפּגעלעבט אַ זיבן יאָר ווי אַ מיטאַרבעטער און רעדאַקטאָר פֿון דער פּאַריזער טאָגצײַטונג "אונזער וואָרט", וואָס איז געווען דער אָרגאַן פֿון פועלי־ציון התאחדות (פֿון מפא״י). דאָס איז געווען אין די יאָרן 1945 ביז 1952. די ייִדיש-קאַטעדרע בײַ אונדז אין העברעיִשן אוניווערסיטעט האַלט בײַם אַרויסגעבן אַ בריוו-אויסטויש צווישן מרדכי שטריגלערן, דעם געראַטעוועטן פֿון אומקום, און ה. לייוויק, דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אין ניו-יאָרק. אין אָט דעם בריוו-אויסטויש ווערט גערעדט זייער אַ סך וועגן דער צײַטונג "אונזער וואָרט", וואָס איז דעמאָלט דערשינען אין פּאַריז, אָבער איז געווען געוואָנדן — ווי עס זעט אויס — דער עיקר, צו דער שארית-הפּליטה.
זײַענדיק אין אַראָנסבאָרג, אין שוועדן, און נאָך דעם ווי איך האָב געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין איינעם פֿון די טעג פֿון סעמינאַר זײַנען צו מיר צוגעגאַנגען צוויי מענטשן, איינער אַ דענטיסט און איינער אַ דאָקטער, און זיי האָבן מיר דערציילט, אַז זייער ייִדיש שטאַמט פֿון דעם וואָס זייערע טאַטעס זײַנען געווען אַבאָנירט אויף דער פּאַריזער צײַטונג "אונזער וואָרט", און אַז די צײַטונג פֿלעגט דערגיין אַלע טאָג ביז צו שוועדן, און זיי האָבן זיך באַקאַנט מיט דער צײַטונג פֿון קינדווײַז אָן. נאָך דעם ווי זיי האָבן דאָס מיר דערציילט, האָב איך פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס מרדכי שטריגלער, אין די בריוו צו ה. לייוויקן, און אין זײַנע אַרטיקלען אין "אונזער וואָרט", רעדט אַזוי פֿיל וועגן באַנײַען די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור בעת ער ווענדט זיך צו דער שארית-הפּליטה אין אייראָפּע. עס זעט אויס, אַז "אונזער וואָרט" איז געווען אַ צײַטונג וועמענס ציל איז געווען צו דערגיין גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה צו אַלע געראַטעוועטע ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה. מן-הסתּם זײַנען געווען מער ווי צוויי ייִדן אין שוועדן וואָס האָבן באַקומען די צײַטונג.