געזעלשאַפֿט

מיגעל סעגוראַ, אַן אײַנוווינער פֿון פּאַלמאַ דע מאַלאָרקאַ, שפּאַניע, וועלכער שטאַמט אָפּ פֿון די "מאַראַנען", אין דער אָרטיקער שיל
מיגעל סעגוראַ, אַן אײַנוווינער פֿון פּאַלמאַ דע מאַלאָרקאַ, שפּאַניע, וועלכער שטאַמט אָפּ פֿון די "מאַראַנען", אין דער אָרטיקער שיל
Getty Images
הײַיאָר, אין מאַרץ, האָט מען אָפּגעמערקט אַ טרויעריקע און מער אָדער ווייניקער קײַלעכדיקע דאַטע — 520 יאָר זײַנען אַדורך זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער גירוש-שפּאַניע. גאָר ניט אַלע ייִדן זײַנען דעמאָלט אַוועק. טויזנטער האָבן אויסגעקליבן אַן אַנדער דאָליע; זיי זײַנען פֿאַרבליבן אין שפּאַניע און געוואָרן “נײַע קריסטן", אָדער מאַראַנען, ווי מע האָט זיי גערופֿן. מע טענהט, אַז יעדער פֿינפֿטער הײַנטיקער שפּאַניער שטאַמט פֿון יענע ייִדן. דער גירוש האָט אויף לאַנגע יאָרן באַשטימט דעם גאַנג פֿון דער ייִדישער געשיכטע, און די אַרויסוואַנדערונג פֿון סוף 15טן יאָרהונדערט ווערט ניט פֿאַרגעסן ביזן הײַנטיקן טאָג.
מיט אַ וואָך צוריק האָט די שפּאַנישע רעגירונג מודיע געווען אַז די ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון די אַרויסגעטריבענע ספֿרדים, וועלן זיך צונויפֿשטויסן מיט ווייניקער מניעות אויפֿן וועג צו ווערן שפּאַנישע בירגער. פֿריִער האָט מען אויך געקאָנט זיך אומקערן קיין שפּאַניע. ביז אַהער איז דער דאָזיקער פּראָצעס געווען רעגולירט דורך אַ געזעץ, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1982. לויט אים נאָך, האָבן ספֿרדישע ייִדן, בירגער פֿון טערקײַ און ישׂראל, געהאַט די רעכט אָנצוגעבן זייערע פּאַפּירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט, נאָר אויב זיי האָבן געהאַט אָפּגעוווינט אין לאַנד נישט ווייניקער ווי אין משך פֿון, לכל-הפּחות, צוויי יאָר.
איצט, אָבער, וועט דער דאָזיקער פּראָצעס גיין אַנדערש: מע וועט קענען אָנגעבן די געהעריקע פּאַפּירן אַפֿילו אויב מע האָט קיין מאָל ניט געוווינט אין שפּאַניע. די בירגערשאַפֿט וועלן קענען באַקומען אויך מיטגלידער פֿון דער משפּחה פֿון די ספֿרדישע ייִדן — זייער ווײַב צי מאַן, ווי אויך זייערע קינדער אין עלטער ביז 18 יאָר.
גאָר ניט יעדער איינער וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ ספֿרדישן ייִד קען קריגן אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער בײַם אַפּליקירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. מע מוז אַזוי אָדער אַנדערש באַווײַזן, אַז אײַערע אָבֿות זײַנען טאַקע געווען אַרויסגעטריבן פֿון שפּאַניע. אַ סבֿרא, אַז דאָס קען זײַן גאָר ניט קיין פּשוטער ענין אין פֿינף יאָרהונדערט שפּעטער. שפּאַנישע אָנגעשטעלטע וועלן זיך צוקוקן צו די משפּחה-נעמען, צו די גענעאָלאָגישע ביימער (טאָמער אַזעלכע זײַנען פֿאַראַן) און מע וועט זיך צוהערן צו דער שפּראַך. מע האַלט, אַז אַרום אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן היטן נאָך אָפּ זייער שפּאַניש “ייִדיש", וואָס איז באַקאַנט ווי לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג וואַקסט אין שפּאַניע. מע שאַצט אָפּ, אַז הײַנט וווינען דאָרטן עטלעכע צענדליק טויזנט ייִדן; אפֿשר אַפֿילו פֿופֿציק טויזנט נפֿשות, בעת צום סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט דאָס לאַנד געהאַט נאָר אַרום איין טויזנט ייִדן. דעמאָלט זײַנען עס געווען, דער עיקר, אַשכּנזישע ייִדן, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿון חורבן. הגם שפּאַניע האָט אונטערגעהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט דײַטשלאַנד, האָט מען די ייִדן ניט געטשעפּעט. אין די יאָרן נאָך דער מלחמה זײַנען טויזנטער ייִדן געקומען פֿון מאַראָקאָ, ווי אויך פֿון אַנדערע לענדער.
ביסלעכווײַז האָט מען די ייִדן דערלויבט צו שאַפֿן קהילות. אין יאָר 1968 איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן דער גירוש-עדיקט פֿון 1492. אין 1975, איז געשטאָרבן דער גענעראַל פֿראַנקאָ, און שפּאַניע איז אַרײַן אין איר נײַער, דעמאָקראַטישער תּקופֿה. דאָס האָט צוגעצויגן ייִדן פֿון אַרגענטינע, טשילי, ישׂראל. אייניקע ייִדן זײַנען געקומען קיין שפּאַניע פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע, בפֿרט פֿון באָסניע, ווען דאָרטן האָט זיך צעברענט די מלחמה.
דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן שפּאַניע און ישׂראל זײַנען אײַנגעשטעלט געוואָרן אין יאָר 1986. פֿראַנקאָ האָט געפֿירט אַ פּראָ-אַראַבישע פּאָליטיק, און די דאָזיקע טראַדיציע האָט זיך אָפּגעהיט אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק נאָך זײַן טויט. אַנטי-ייִדישע שטימונגען זײַנען שטאַרק אויך הײַנט-צו-טאָג. אַ פֿרישער אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז 72 פּראָצענט שפּאַניער האַלטן ייִדן מער געטרײַ צו ישׂראל איידער צו די לענדער וווּ זיי וווינען. 60 פּראָצענט שפּאַניער מיינען, אַז ייִדן האָבן צו פֿיל מאַכט דורך זייערע געשעפֿטן, און 67 פּראָצענט זײַנען ניט צופֿרידן מיט דער השפּעה, וואָס ייִדן האָבן אין דער פֿינאַנציעלער וועלט.
מיט וואָס זשע ציט צו שפּאַניע די ייִדן, וואָס ווילן ווערן שפּאַנישע בירגער? ערשטנס, איז שפּאַניע גאָר ניט קיין סאַמע אַנטיסעמיטיש לאַנד אין אייראָפּע. פֿאַרגלײַכיקע אויספֿרעגן ווײַזן זייער בולט, אַז אין פּוילן און אונגאַרן באַציט מען זיך צו ייִדן ערגער ווי אין שפּאַניע. צווייטנס, אַזעלכע לענדער ווי פּוילן און אונגאַרן האָבן ניט דעם שפּאַנישן קלימאַט און די שפּאַנישע לאַנדשאַפֿטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די באַציִונג צו כּלל-ישׂראל ווערט גאָר ניט תּמיד אַריבערגעטראָגן אויף אַ קאָנקרעטן ר’ ישׂראל.
שפּאַנישע בירגערשאַפֿט ציט אויך צו מיט איר כּלל-אייראָפּעיִשקייט — זי דערלויבט צו וווינען און אַרבעטן כּמעט אין גאַנץ אייראָפּע. ניט צופֿעליק אינטערעסירן זיך מיט דעם ספֿרדים פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. אין פֿאַרשיידענע אינטערנעץ-קיבעצאַרניעס קען מען זיך אָנשטויסן אויף בריוועלעך פֿון אַזעלכע בעלנים. הקיצור, מע קען דערוואַרטן אַז דער ייִדישער ייִשובֿ אין שפּאַניע וועט וואַקסן ווײַטער. אמת, עקאָנאָמיש איז שפּאַניע הײַנט אויף צרות, און דאָס קען דערווײַל פֿאַרהאַלטן דעם ווײַטערדיקן וווּקס.