פֿונעם אייביקן קוואַל

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן, בײַ וועלכן ער האָט אָפּגעאַרבעט 20 יאָר ווי אַ פּאַסטעך. לבֿן האָט נאָכגעיאָגט יעקבֿס משפּחה; דער אייבערשטער האָט אָבער געוואָרנט לבֿנען, ער זאָל לאָזן זײַן פּלימעניק צו רו. יעקבֿ האָט זיך געזאָרגט, אַז זײַן ברודער, עשׂו, איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים. אויפֿן וועג אַהיים, האָט ער געשיקט שליחים צו עשׂון; לויט אַ טייל מפֿרשים, אַרײַנגערעכנט רש״י, זענען יעקבֿס שליחים געווען מלאָכים.
ווען די שליחים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן זיי געוואָרנט יעקבֿן, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אין כּעס און גייט אַנטקעגן אים מיט אַ גאַנצער אַרמיי. יעקבֿ האָט געבעטן דעם אייבערשטן אים צו ראַטעווען פֿון עשׂוס כּעס און צוגעגרייט אַ גאַנצע ריי קאַראַוואַנען מתּנות פֿאַרן ברודער. אינעם ערגסטן פֿאַל, איז ער אויך געווען גרייט צו אַ מעגלעכער מלחמה.
דאָס מיינט נישט, אַז יעקבֿ האָט זיך געקליבן מלחמה צו האַלטן מיט זײַן אייגענעם ברודער. אַדרבה, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, איז ער געווען גרייט צו אַנטלויפֿן פֿון אַ מעגלעכן קריג. עשׂו האָט באַקומען יעקבֿס מתּנות און זיך איבערגעבעטן.
בײַנאַכט, איידער די ברידער האָבן זיך באַגעגנט, איז עשׂוס מלאך אַראָפּגעקומען פֿון הימל צו שלאָגן זיך מיט יעקבֿן. יעקבֿ האָט געוווּנען, הגם זינט דעמאָלט איז ער געבליבן אַ הינקעדיקער. דער מלאך האָט געזאָגט יעקבֿן, אַז ער וועט באַקומען אַ צווייטן נאָמען — ישׂראל, "כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל", ווײַל אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו געווינען אין אַ קאַמף סײַ קעגן מענטשן, סײַ קעגן אַ מעכטיקן מלאך.
ווי געזאָגט, האָט יעקבֿ זיך נישט געקליבן צו האַלטן אַ פֿיזישע מלחמה מיטן אויפֿגערעגטן ברודער, הגם ער איז געווען אַ גיבור און וואָלט זיכער געקאָנט געווינען. זײַן נצחון איז געווען דווקא אַ גײַסטיקער. ער האָט געוווּנען אינעם קאַמף קעגן עשׂון דורך זײַן חכמה און דרך־ארץ. אַדרבה, זײַן געוועזענער שׂונא איז געוואָרן אַ פֿרײַנד, וועלכער האָט זיך צעקושט און איבערגעבעטן. דאָס איז, אַוודאי, דער בעסטער אופֿן צו לייזן אַ קאָנפֿליקט.
לויט דעם באַקאַנטן מאמר־חז״ל, "אין מזל לישׂראל", ווען יעקבֿ האָט באַקומען זײַן צווייטן נאָמען, האָט ער גובֿר געווען זײַן מזל. הגם דאָס וואָרט "אלקים" מיינט אַ מלאך, מיינט עס אינעם קאָנטעקסט פֿונעם דערמאָנטן מיסטישן קאַמף, אויך דעם באַשעפֿער אַליין. אין אַ געוויסן זין, האָט יעקבֿ אויך געקעמפֿט, כּבֿיכול, מיט דעם אייבערשטן אַליין. יעקבֿ האָט נישט געוואָלט זיך אָפּשטעלן אויף אַ געוויסער מדרגה פֿון גײַסטיקע השׂגות; מע קאָן זאָגן, אַז ער האָט כּסדר געקעמפֿט קעגן זײַן פּערזענלעכער באַגרענעצטער אמונה, שטרעבנדיק צו געפֿינען אַ העכערן ג־ט, צו פֿאַרשטיין רוחניות אויף אַ טיפֿערן אופֿן.
רבי מנחם מאירי, אַ קלאַסישער ייִדישער דענקער, דערקלערט, אַז דער אויסדרוק "אין מזל לישׂראל" האָט אַן אוניווערסאַלן באַדײַט. יעדער מענטש — אַ ייִד, צי נישט — קאָן דערגרייכן די מדרגה פֿון "ישׂראל" און אַריבערשטײַן די גרענעצן פֿון זײַן מזל — צו ווערן העכער ווי די פֿיקסירטע געזעצן פֿון דער סבֿיבֿה און נאַטור.
לויט דער אידעאַליסטישער פֿילאָסאָפֿיע, באַשטימט דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן דאָס וועזן. די נשמה ווירקט אויף דער וועלט און ענדערט זי. די מאַטעריאַליסטישע פֿילאָסאָפֿן האַלטן פֿאַרקערט, אַז דאָס וועזן באַשטימט אונדזער באַוווּסטזײַן.
אין אַ סך פֿאַלן איז עס טאַקע אַזוי, ווי דער גרויסער מקובל יהודה־לייב אַשלג דערקלערט אין זײַנע ווערק. אַשלג איז אַפֿילו געווען, בדרך־כּלל, מסכּים אינעם דאָזיקן ענין מיט קאַרל מאַרקס. כּדי צו פֿאַרבעסערן די מענטשהייט, מוז מען שאַפֿן אַ בעסערע געזעלשאַפֿט. צוליב דעם, האָט דער דאָזיקער מקובל געשטעלט אַ שטאַרקן אַקצענט אויפֿן אַקטיוון און ראַדיקאַלן קאַמף פֿאַרן סאָציאַלן יושר.
למעשׂה, זענען אָבער די מענטשן זייער בייגעוודיקע באַשעפֿענישן, וועלכע קאָנען זיך אַליין בײַטן און קאָנען שאַפֿן אַ בעסערע סבֿיבֿה אַרום זיך. ווען יעקבֿ האָט געוווּנען אין זײַן קאַמף קעגן עשׂוס מלאך, האָט ער געוויזן, אַז דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן איז מסוגל צו ווירקן אויפֿן אַרומיקן וועזן, הגם ער האָט געליטן אינעם שווערן געראַנגל מיטן מלאך. על־פּי־קבלה, האָט יעקבֿ געקעמפֿט מיטן בייזן מלאך סמאל, וועלכער ווערט אויך אַסאָציִיִרט מיטן עגל־הזהבֿ — דער גאָלדענער קאַלב, וועלכן אַ טייל ייִדן האָבן געדינט אינעם מידבר — ווי אויך מיט דער רוימישער אימפּעריאַלער מאַכט. יעקבֿן האָט זיך אײַנגעגעבן גובֿר צו זײַן די גרענעצן צווישן זיך און דעם וועזן, צווישן גשמיות און רוחניות, צווישן אַ מענטש און אַ מלאך. דער נאָמען "ישׂראל" סימבאָליזירט אַ גײַסטיקן קעמפֿער, וועלכער באַשטימט זײַן אייגן וועזן און העלפֿט אָפּצורייניקן די אַרומיקע וועלט פֿון מאַטעריעלע און גײַסטיקע בייזע כּוחות.
דער נאָמען פֿון דער פּרשה "לך־לך", וועלכע מיר האָבן געלייענט מיט עטלעכע וואָכן צוריק, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן אַבֿרהמס וואַנדערונגען, ווערט אָפּגעטײַטשט אין ספֿרי־חסידות ווי "גיי צו זיך". אין אַלע זײַנע וואַנדערונגען איז אַבֿרהם תּמיד געגאַנגען צו זיך אַליין, זוכנדיק אויפֿן וועג דאָס ליכט פֿון זײַן אייגענער עצם־נשמה.
די הײַנטיקע פּרשה טראָגט אַ פֿאַרקערטן נאָמען: "וישלח" — "און ער האָט אַרויסגעשיקט". להיפּוך צו אַבֿרהמען, וועלכער האָט מקבל־פּנים געווען דרײַ מלאָכים מיט גרויס כּבֿוד, האָט יעקבֿ געוווּנען אין אַ געראַנגל מיט אַ מלאך. אין פֿאַרגלײַך מיט אַבֿרהמס נשמה־זוכענישן אין דער וועלט, האָט יעקבֿ אַרויסגעשיקט זײַנע אייגענע מלאָכים און קאַראַוואַנען צו עשׂון. ער האָט געוויזן, אַז נישט בלויז דער מענטש קאָן געפֿינען זיך אַליין אינעם וועזן, נאָר מע קאָן ענדערן דאָס וועזן גופֿא, דורך אייגענע גשמיותדיקע און רוחניותדיקע כּוחות.