געזעלשאַפֿט

ברײַטאָן ביטש עווענוי, ברוקלין
ברײַטאָן ביטש עווענוי, ברוקלין
די טעג זעט אויס ברײַטאָן ביטש, ווי אויך די גאַנצע געגנט אַרום אים, ניט זייער יום-טובֿדיק. ווינטער-צײַט איז דאָ, בכלל, ניט אַזוי פֿריילעך ווי אין די הייסע טעג, ווען די קוראָרט-אַטמאָספֿער פֿאַרשפּרייט זיך פֿון דער פּלאַזשע אויך אין די גאַסן, וווּ מע פֿילט שוין ניט דעם אַראָמאַט פֿונעם ים. ווינטער-צײַט ווערן די גאַסן גלײַך ווי אָפּגעבליאַקעוועט, פֿאַרגרויט. הײַיאָר, אָבער, איז דער ווינטער באַזונדערס גרוי, ווײַל גאָר ניט אַלץ איז עד-היום פֿאַרראָכטן און אויסגערייניקט געוואָרן נאָך דעם הוראַגאַן מיטן שיינעם פֿרויען-נאָמען “סענדי". (קיין ייִדישע נעמען גיט מען זיי ניט. איך האָב קיין מאָל ניט געהערט, אַ שטייגער, וועגן אַן הוראַגאַן וואָס זאָל הייסן “שיינדל" צי נאָך עפּעס אַזוינס.)
אין דער אמתן, וואָלט מען אין ברײַטאָן ביטש געקאָנט מאַכן יום-טובֿדיק, ווײַל — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — האָט מען אַ קײַלעכדיקע דאַטע: מיט פֿערציק יאָר צוריק זײַנען אין דעם בײַ-ימיקן טייל פֿון ברוקלין אָנגעקומען די ערשטע אימיגראַנטן (אָדער, אָפֿיציעל, “פּליטים") פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזוי איז פֿאַרלייגט געוואָרן דער יסוד פֿון דעם איצטיקן “קליין אָדעס" צי “קליין רוסלאַנד", ווי מע האָט גענומען רופֿן די געגנט.
אין משך פֿון די פֿיר יאָרצענדליק האָט ברײַטאָן ביטש באַקומען אַן אַנדער פּנים און גענומען רעדן אַן אַנדער לשון — רוסיש. איך האָב זיך אין ברײַטאָן ביטש אַרײַנגעכאַפּט צום ערשטן מאָל אין מײַ 1990, ווען כ’בין געקומען קיין ניו-יאָרק לויט אַן אײַנלאַנדונג פֿון “פֿאָרווערטס" און “אַרבעטער-רינג". דערנאָך פֿלעג איך קומען פֿון מאָל צו מאָל, אָבער די לעצטע צען יאָר וווין איך ממש בײַם ים, לעבן דעם וועלט-באַרימטן פּראָמענאַד, “באָרדוואָרק". אין משך פֿון די 22 יאָר — אַזאַ טיפֿקייט האָט מײַן אימאַזש פֿון דעם דאָזיקן ווינקל — האָט זיך אַ סך געביטן. דאָס “קליינע רוסלאַנד" האָט געלאָזט וואָרצלען און געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ באַקוועמע סבֿיבֿה, וווּ אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, ווערט געלייזט אויפֿן אָרט.
איך האָב די טעג געהאַט צרות מיט אַ צאָן. איך ווינטש עס קיינעם ניט, אָבער אַז מע האָט עס שוין יאָ, איז ברײַטאָן ביטש אַ גוטע געגנט כּדי פּטור ווערן פֿונעם ווייטיק. די ציין-דאָקטערשע אַרבעט גלײַך לעבן דעם הויז, וווּ איך וווין. מיר זײַנען באַקאַנט שוין יאָרן־לאַנג. האָב איך איר אָנגעקלונגען, און כאָטש ס’איז געווען דער טאָג, ווען זי אַרבעט ניט, האָט זי געעפֿנט איר אָפֿיס און געראַטעוועט מיך פֿון די ליידן. דערווײַל האָב איך געדאַרפֿט קויפֿן אַן אַנטיביאָטיק. אָבער איך בין דאָך אין דעם ברײַטאָן-ביטשער גן-עדן, אַזוי אַז אַלץ איז אונטער דער האַנט.
אין דער אַפּטייק אַרבעט אַ שכנה מײַנע, פֿירע הייסט זי, וואָס רעדט רוסיש לויט אַן אָדעסער ייִדישן אופֿן. דאָס הייסט, אַז זי דברט רוסיש, אָבער גאַנץ אָפֿט ווערט עס קאַלקירט פֿון ייִדיש. ניט פֿירע קאַלקירט עס, פֿאַרשטייט זיך (איך בין אַפֿילו ניט זיכער צי זי קען ייִדיש), אָבער אַזוי האָט זיך עס אײַנגעוואָלצט אין דעם אָדעסער לשון.
אַזוי רעדט, אַגבֿ, אויך סטעלע (דאָס איז איר נאָמען), וואָס איז אַ בעלפֿערין בײַ מײַן ציין-דאָקטערשע. לעצטנס האָב איך “אונטערגעהערט" אַ שמועס צווישן זיי. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער דאָקטאָרשעס הינטל, דזשעקי. אָבער סטעלע האָט דערווײַל דערציילט וועגן אַן אַנדער הינטל, וואָס איז קראַנק געוואָרן און, נעבעך, געשטאָרבן. האָט זי אין איר מעשׂה אַרײַנגעפֿלאָכטן (אויף רוסיש): “אײַער דזשעקי אויף לאַנגע יאָרן" (“וואַשעי דזשעקי נאַ דאָלגיִע גאָדי"). האָט איר אַ מאָל געהערט, מע זאָל עס זאָגן וועגן אַ הינטל? איך האָב דאָס דערהערט צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן — אַ דאַנק דעם, וואָס איך וווין אין ברײַטאָן ביטש.
הקיצור, האָט מיר פֿירע געזאָגט, אַז דעם אַנטיביאָטיק וועל איך קאָנען באַקומען אין אַ שעה אַרום. וואָס טוט מען? בין איך אַוועק זיך אונטערשערן. אין ברײַטאָן ביטש איז אַלץ אונטער האַנט. דאָ דאַרף מען זאָגן, אַז קיין שטענדיקן מײַסטער האָב איך ניט. אַ לענגערע צײַט פֿלעג איך גיי צו איינער, וואָס האַלט אַ פֿריזיר-סאַלאָן צוזאַמען מיט איר זון. אָבער דערנאָך איז מיר נימאס געוואָרן צו גיין צו זיי. ביידע זײַנען זיי געוואַלדיק פֿעט, קוים וואָס זיי באַוועגן זיך. זייער פֿעטקייט שטערט מיר ניט, אָבער פֿון דעם, וואָס זיי באַוועגן זיך כּמעט ניט, איז אין דעם סאַלאָן גאַנץ שמוציק. צו מאָל באַגעגן איך זיי און זיי פֿרעגן, וווּ איך בין פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. דריי איך זיך אויס.
דאָס מאָל האָב איך געהאַט דעם מזל צו געפֿינען אַ גרוזינישן פֿריזירער, וואָס קען ניט קיין רוסיש. אמת, ווען ער זאָגט אַ וואָרט, באַזונדער פֿון אַנדערע ווערטער, קען מען עס נאָך פֿאַרשטיין. אָבער ווען ער פּרוּווט צו זאָגן אַ פֿראַזע, איז — פֿאַרפֿאַלן. הקיצור, האָט ער מיר דעם קאָפּ ניט געדרייט. אָבער די רוסישע טעלעוויזיע האָט אין דעם סאַלאָן געאַרבעט, ווײַל דער איבעריקער עולם האָט מיט דער שפּראַך קיין צרות ניט געהאַט. הער איך (דעם עקראַן האָב איך ניט געזען), אַז עס גייט אַ פּראָגראַם וועגן געזונט-פֿראַגן. און די פֿרוי, אַ דאָקטערשע מיט אַ גוטן פּיסק, וואָס פֿירט די פּראָגראַם, זאָגט, אַז זיי האָבן באַקומען אַ בריוו פֿון איינער אַן אומגליקלעכער: ווען זי, די אומגליקלעכע, זעצט זיך אַוועק אויפֿן אוניטאַז מיט אַן ערנסטער כּוונה, פֿאַרענדיקט זיך עס גאַנץ אָפֿט מיט דעם וואָס זי חלשט. און די דאָקטערשע מיטן פּיסק האָט גענומען פֿאַנאַנדערקלײַבן די פֿיזיאָלאָגיע פֿון אָט דעם חלשן. האָב איך אַ טראַכט געטאָן: גאָטעניו מײַנער! ווי אַזוי קען איך זיך קלאָגן אויף מײַן ביטערער דאָליע. מײַן צאָן וועט אָט-אָט מיך אויפֿהערן מאַטערן. און דאָס איז בכלל גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט אָט דעם מין חלשן.
אַקעגן וואָס שרײַב איך עס? אַקעגן דעם וואָס ברײַטאָן בישט איז אַן אָרט, וווּ מע קען לייזן אַלע פּראָבלעמען. אַלץ איז אונטער דער האַנט.