פֿונעם אייביקן קוואַל

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט דעם כּוח פֿון חלומות און אינטויִטיווע אימפּולסן. אַ סך מענטשן מיינען, אַז אַ חלום איז נישט אַ רעאַלער טייל פֿונעם וועזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די ממשותדיקע זאַכן פֿון דער אַרומיקער וועלט און די ראַציאָנעלע אידעען פֿונעם קלאָרן מענטשלעכן שׂכל. ווי אַזוי פֿאַרבינדט זיך אָבער דער שׂכל צו דער אַרומיקער וועלט?
דער באַרימטער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף רענע דעקאַרט הייבט אָן זײַן דיסקוסיע אויף דער דאָזיקער טעמע פֿון אַ פֿראַגע וועגן חלומות. ווי אַזוי קאָנען מיר וויסן, אַז דאָס גאַנצע וועזן איז נישט בלויז אַ חלום? ווי אַזוי קאָן אַ מענטש וויסן, ווער ער איז? אפֿשר איז ער, אין דער אמתן, גאָר אַן אַנדער מענטש, וואָס חלומט, אַז ער איז עמעצער אַנדערש?
פֿון אַזעלכע געדאַנקען באַקומט זיך נישט בײַ דעקאַרטן קיין פּראַקטישע פֿילאָסאָפֿיע, דערפֿאַר וואַרפֿט ער זיי אָפּ און פֿאָקוסירט זיך אויף אַ שאַרפֿער צעטיילונג צווישן דעם מענטשלעכן ראַציאָנעלן באַוווּסטזײַן און דער גשמיותדיקער וועלט. "איך טראַכט, דערפֿאַר עקזיסטיר איך", דערקלערט דער דאָזיקער פֿילאָסאָף; ווי אַזוי קאָן דער געדאַנק פֿאַרבינדן זיך מיט דער וועלט, אינטערעסירט דעקאַרטן נישט. דער אייבערשטער טוט עס — באַטאָנט ער — און אויף דעם רבונו־של־עולם פֿרעגט מען נישט קיין קשיות.
אַ סך פֿילאָסאָפֿן האָבן קריטיקירט דעם קאַרטעזיאַנער דואַליזם, ווי מע רופֿט אָן דעקאַרטס שאַרפֿע צעטיילונג צווישן דעם סוביעקט און אָביעקט. ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז דעקאַרט אַליין הייבט אָן זײַן דיסקוסיע מיט פּאַראַדאָקסן פֿון חלומות. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אַ חלום פּונקט אַזוי רעאַל, ווי אַ כוואַליע, אַ וואָלקן אָדער און אַנדער פֿאַרבײַיִקער וועלט־אָביעקט. ווען מיר זעען אַ בלימל אין אַ חלום, קאָנען מיר עס אָנטאַפּן און באַקוקן; כּל־זמן מע שלאָפֿט און מע האַלט בײַם זעלבן "קאַפּיטל" פֿון דער וויזיע, בלײַבט זי פֿאַר אונדז גאַנץ רעאַל.
מע קאָן זאָגן, אַז דער עולם באַטראַכט חלומות ווי נישט רעאַלע צוליב זייער טאָפּלטער נאַטור: מיטאַמאָל, זענען זיי אַ טייל פֿונעם מענטשלעכן שׂכל און כּמו־ דרויסנדיקע אָביעקטן. דאָס באַוווּסטזײַן גופֿא ווערט אָפֿט געביטן אינעם פּראָצעס פֿון חלומען, און ווערט פֿאַרוואַנדלט, אויף אַ ווײַל, אין גאָר אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אָדער אין אַ גאַנצער ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע פּערסאָנאַזשן, וועלכע פֿירן דיאַלאָגן איינער מיטן צווייטן.
דאָס אַלץ ווײַזט, אַז חלומות און טיף־פּערזענלעכע אינטויִטיווע אימפּולסן קאָן מען נישט אַוועקוואַרפֿן ווי "אומרעאַלע", הגם זיי געהערן צו אַן אַנדער מין רעאַליטעט. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה, דערקלערט אונדז די תּורה, אַז אַ חלום קאָן ברענגען צו גאָר ערנסטע קאָנסעקווענצן; יוספֿן האָבן זײַנע חלומות שיִער נישט געקאָסט דאָס לעבן, און האָבן אים געבראַכט קיין מצרים ווי אַ שקלאַף.
אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט ווײַטער באַטראַכט די דאָזיקע טעמע.
"ויהי מקץ שנתים ימים", כּמעט מיט צוויי יאָר נאָך דעם, ווי יוסף איז אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות, אין וועלכע זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. אַ געוועזענער אַרעסטאַנט האָט דערציילט דעם מיצרישן מלך וועגן יוספֿס טאַלאַנט אָפּצוטײַטשן חלומות. יוסף האָט דערקלערט פֿאַרן פּרעהן, אַז זײַנע חלומות סימבאָליזירן זיבן געראָטענע יאָרן, נאָך וועלכע עס וועט קומען אַ זיבן־יעריקער הונגער.
יוסף האָט געגעבן אַ פּראַקטישע עצה אָנצוהייבן זאַמלען די גערעטעניש; דאָס האָט געראַטעווער מצרים פֿון הונגער; ווי אַ רעזולטאַט, איז יוסף געוואָרן דער מיצרישער שני־למלך. יעקבֿ האָט געשיקט זײַנע קינדער צו ברענגען ברויט פֿון מצרים. יוסף האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר זײַנע ברידער ווי אַ פֿרעמדער, האָט פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער שמעונען און מיט אַ צאָל קונצן איבער.גערעדט צו ברענגען קיין מצרים זײַן ייִנגסטן ברודער, בנימין.
אַ סך מפֿרשים חידושן זיך, פֿאַרוואָס האָט אַזאַ גרויסער צדיק אָפּגעשפּילט אַזעלכע קונצן מיט זײַנע ברידער און נישט אויסגעזאָגט דירעקט, פֿונעם סאַמע אָנהייב, ווער ער איז? איין תּירוץ באַשטייט אין דעם, וואָס יוסף האָט געוואָלט ברענגען זײַנע ברידער אַ תּיקון פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן אים פֿאַרקויפֿט. מע קאָן אָבער אויך זאָגן, אַז מיט זײַן פֿאַרשטעלן זיך ווי אַ פֿרעמדער, האָט יוסף זיי געוואָלט ווײַזן די "חלומדיקע" נאַטור פֿון דער וועלט.
אַ מענטש טוט זיך אָן אַנדערש, בײַט זײַן טאָן — און שוין, וועט ער אַן אַנדער מענטש. שפּעטער ווערט אין דער תּורה דערציילט, אַז אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט נישט געוווּסט יוספֿס פֿאַרדינסטן, האָט אָנגעהויבן רודפֿן די ייִדן. לויט אַ באַקאַנטער דעה פֿון די חז״ל, איז ער געווען נאָך אַלץ דער זעלבער קיניג, וועלכער האָט געביטן זײַן קוק אויף דער וועלט און דערפֿאַר ווערט ער פֿאַררעכנט פֿאַר אַן אַנדער מענטש. מע קאָן זאָגן, אַז כּל־זמן יוסף האָט אויסבאַהאַלטן פֿון זײַנע ברידער ווער ער איז, איז ער אויך געווען, אין אַ געוויסן זין, אַן אַנדער מענטש.
רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט, אַז יעדן טאָג, ווען מיר וועקן זיך אויף פֿון שלאָף, ווערן מיר נײַע מענטשן; אונדזער הײַנטיקער "איך" איז אַ גילגול פֿונעם נעכטיקן, וועלכער איז שוין בטל געוואָרן. אונדזערע איבערלעבענישן, חלומות און געדאַנקען בײַטן אונדז כּסדר, פֿאַרוואַנדלען אונדז פֿון איין באַשעפֿעניש אין אַ צווייטער. ווען יוסף האָט זיך מודה געווען צו זײַנע ברידער, ווער ער איז, איז ער נאָך אַלץ געבליבן אַן אַנדער מענטש, אין אַ געוויסן זין. צווישן דעם יונגן בעל־חלומות, וועלכן יעקבֿס זין האָבן פֿאַרקויפֿט, און דעם שני־למלך, וועלכער האָט איבערגעלעבט געפֿענקעניש, נסיונות, און האָט פּלוצעמדיק עולה־לגדולה געווען, ליגט אַ גאַנצער תּהום.
די וועלט דרייט זיך שטענדיק און בײַט זיך, ווי רבי נחמן באַטאָנט אין זײַנע שׂיחות. אַ מענטש ווערט אַ מלאך, און אַ מלאך ווערט אַ מענטש. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן מיר געשמועסט וועגן דעם, וואָס אַ מלאך, לויט געוויסע אינטערפּרעטאַציעס, איז אַן אידעע, וועלכע ווערט באַלעבט אינעם מוח פֿונעם מענטש. ווען מיר קוקן אויף עפּעס אַן אָביעקט, לאָזן מיר עס, אויף אַ רגע, אין אונדזער שׂכל אַרײַן. אין דעם מאָמענט, ווערט בטל די דיסטאַנץ צווישן דעם סוביעקט און אָביעקט — אָדער צווישן אַ מענטש און אַ מלאך — און דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן ווערט אַ ביסל טראַנספֿאָרמירט בעת דעם דאָזיקן קאָנטאַקט.
דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "מקץ", איז מרמז אויף משיחס צײַטן. יוספֿס פּערזענלעכע באַפֿרײַונג, צוליב וועלכער ער האָט געקאָנט ראַטעווען זײַן משפּחה און גאַנץ מצרים, האָט געהאַט צו טאָן מיט חלומות. דער הײַנטיקער יום־טובֿ, חנוכּה, האָט אויך אַ "חלומדיקן" טעם. די וועלט דרייט זיך ווי אַ דריידל און הייבט זיך אָן אויפֿוועקן, צו ביסלעך, פֿונעם ווינטערדיקן שלאָף. דער חנוכּה־נצחון איז געווען, בײַם אָנהייב, אַן אַמביציעזער טרוים, וועלכער איז פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, על־פּי־נס, צוליב דער שטאַרקער אמונה פֿון די "בעלי־חלומות", די חשמונאָים.
דער באַקאַנטער ייִדישער דענקער עמנואל לעווינאַס האָט געהאַלטן, אַז פֿילאָסאָפֿיע הייבט זיך אָן פֿון עטיק. איידער מע הייבט אָן דרשענען טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע חכמות, מוז מען אָנערקענען די מענטשלעכע צורה אין אַן אַנדערן. ווען יוספֿס ברידער וואָלטן זיך בעסער אַרײַנגעקוקט אינעם מיצרישן פֿירער, וואָלטן זיי — מעגלעך — אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז זייער פֿאַרלוירענער ברודער.
ווען ייִדן און גריכן וואָלטן געקאָנט פֿאַרשטיין און דערקענען איינער דעם צווייטן, וואָלטן די חשמונאָים, מעגלעך, נישט געדאַרפֿט פֿירן קיין מלחמה בכלל. כּדי צו ברענגען די גאולה אויף דער וועלט, מוזן די מענטשן זיך אויסלערנען "חלומות" — כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז די זיך־בײַטנדיקע נאַטור פֿון דער וועלט, מיט אַלע פֿאַרשיידנאַרטיקע פּערסאָנאַזשן, איז נישט אַן אַרענע פֿון קריגערײַ, נאָר אַ צונויפֿגעפֿלאָכטענער "טעפּעך" פֿון איין גרויסן "וועלט־חלום".