ליטעראַטור


(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער

8

אַ פֿאַרסאַפּעטער און אָפּגעפֿרישטער איז מאַרק אַרויסגעגאַנגען פֿונעם ים. ער איז עטלעכע מאָל אונטערגעשפּרונגען אויפֿן לינקן פֿוס, דעם קאָפּ גענייגט אויף אַ זײַט, אַז די וואַסער זאָל אַרויס פֿונעם אויער. ער האָט זיך אומגעקוקט. בעלאַ האָט זיך געפּליוסקעט נישט ווײַט פֿונעם ברעג, צווישן די שרײַענדיקע קינדער און זייערע שטרענגע עלטערן, וועלכע האָבן פֿון זיי קיין אויג נישט אַראָפּגענומען. דאָס וואַסער האָט איר געגרייכט ביזן בלוי־רויטן ליפֿטשיק מיט געלע בלימעלעך. מאַרק האָט זיך דערמאָנט, ווי די ערשטע טעג פֿון זייער קושוואָך פֿלעגט בעלאַ געפֿינען אַ תּירוץ אויסצומײַדן דאָס אַראָפּנעמען איר ליפֿטשיק, ווען מאַרק איז געווען לעבן איר. זי האָט זיך געשעמט צו אַנטבלויזן אירע קליינע מיידלשע בריסטלעך, אָבער די שעמעוודיקייט איז גיך אַדורך.
בעלאַ האָט אים גערופֿן מיט דער האַנט צוריק אין וואַסער אַרײַן, נאָר מאַרק האָט איר געוויזן, אַז ער וועט אויף איר וואַרטן אויפֿן ברעג, בײַם אָליוועבוים, וווּ ער האָט איבערגעלאָזט זײַנע חפֿצים. ער האָט געטראַכט איצט, אַז פֿאַר דער גאַנצער צײַט, וואָס זיי וווינען אין ברוקלין, אויף "שיפּסהעדבעי", פֿאַקטיש אַ צוואַנציק מינוט פֿאָרן ביז דער פּלאַזשע פֿון ברײַטאָן־ביטש, האָט ער אפֿשר אַ צוויי, דרײַ מאָל פֿאַרבראַכט דאָרט מיט בעלאַן און דודן. שטענדיק פֿאַרנומען, שטענדיק פֿאַרטאָן אין דער אַרבעט... שוין זשע איז עס טאַקע אין גאַנצן אַזוי וויכטיק? געוויס, ווען ער גיט זיך אָפּ מער מיטן זון, וואָלט מיט דודן נישט געשען דער אומגליק. דעם אמת געזאָגט, ווען ער, מאַרק, האָט טאַקע פֿאַרשטאַנען ווי ווײַט עס איז דערגאַנגען, און ווי שוידערלעך איז דאָס גאַנצע אָנשיקעניש, האָט ער זיך פּשוט פֿאַרלוירן. דער אומגליק האָט אים ווי אָפּגעשלאָסן פֿון דער דינאַמאָ־מאַשין, וואָס האָט ביז אַהער געגעבן אים ענערגיע... ערשט נעכטן האָט זיך אים געדאַכט, אַז נאָך אַ ביסל, נאָך עטלעכע טריט און ער וועט צוקומען צו זײַן ציל; ער וועט זיך דערשלאָגן זײַנס אויך דאָ און דווקא דאָ, אין דעם נײַעם פֿרעמדן לאַנד, מיט אומבאַגרענעצטע מעגלעכקייטן, אַבי צו האָבן אַ ליצענץ... צו באַקומען די ליצענץ ער זאָל קאָנען אַרבעטן זעלבשטענדיק בײַ זײַן פֿאַך, האָט ער געזאָלט אָפּגעבן זעקס עקזאַמענס, פֿאַרשטייט זיך, אויף ענגליש, וואָס האָט זיך אים געגעבן גאָר נישט לײַכט. אין שול און אינסטיטוט האָט ער געלערנט פֿראַנצויזיש, ווי אַ פֿרעמדע שפּראַך. בײַ טאָג איז ער פֿאַרפֿאַלן געוואָרן בײַ דער אַרבעט, אינעם אָפֿיס בײַ מיסטער בלאַנק, און דערנאָך אין דער היים — געזעסן ביז שפּעט בײַ נאַכט און שטודירט... אין יענער נאַכט, ער איז ערשט אײַנגעשלאָפֿן, וועקט אים בעלאַ אויף — מיט דודן קומט עפּעס פֿאָר. דערזען דעם זון זיך קאַטשען אויפֿן געלעגער פֿאַר ווייטיק, האָט ער געמיינט, אַז ס׳איז אַן אַפּענדיקס־אָנפֿאַל... הלוואַי וואָלט ער גערעכט געווען... אַוודאי, האָט מאַרק נישט איין מאָל געהערט דעם זאָג — אײַנגראָבן דעם קאָפּ אין זאַמד, ווי אַ שטרויס; ער האָט געוווּסט דעם טײַטש פֿון דעם זאָג; ער האָט אָבער קיין מאָל נישט געטראַכט, אַז אים אַליין וועט אויסקומען אַזוי אײַנגראָבן זײַן קאָפּ אין זאַמד פֿון אומבאַהאָלפֿנקייט, און זיך באַהאַלטן פֿון די סאַמע נאָענטע מענטשן זײַנע...
בעלאַ איז צוגעלאָפֿן צום אָליוועבוים, פֿאַרראָכטן איר באָד־בגד און אַ רגע סטאַטיש געשטאַנען, די הענט און דאָס פּנים אונטערגעשטעלט דער זון.
— איך האָב זייער ליב אַזוי שטיין אַ פּאָר מינוט. ערשט דעמאָלט פֿילסטו מיט דער אָפּגעקילטער הויט די ווייכע גלעטן פֿון די זון־שטראַלן.
זי האָט עס געזאָגט, האַלטנדיק די אויגן פֿאַרמאַכט, ווײַל אַנדערש וואָלט זי געזען ווי דער בליק פֿון איר נײַעם באַקאַנטן, דעם שוין ווײַט נישט יונגן מאַנספּאַרשוין, גלעט צערטלעך איר פֿײַכט פּנים, לאָזט זיך פּאָמעלעך פֿונעם קין איבער איר לאַנגן האַלדז אַראָפּ, פֿאַרהאַלט זיך אַ רגע אויפֿן ברוינעם חן־פּינטל, די גרייס פֿון אַ ראָזשינקעלע און, ווי זיך אָפּגעשטויסן פֿון דעם, זיך אויסגעבויגן און אַ גליטש געטאָן איבערן קײַלעכדיקן אַקסל... מיט אַ מאָל האָט זי אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו מאַרקן און געפֿרעגט:
— וווּ שטייסטו אײַן?
מאַרק האָט נישט דערוואַרט צו הערן די פֿראַגע. ער האָט עפּעס אָנגעהויבן שטאַמלען און ענדלעך אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך:
— אויף אַ שיף...
בעלאַן האָט עס, אַפּנים, נישט פֿאַרחידושט; דערצו איז זי שוין געווען פֿאַרטאָן אין אירע אייגענע פּלענער, וואָס זי האָט פֿון זיי קיין סוד נישט געמאַכט.
— הײַנט פֿירט מען דאָ דורך נעפּטונוס־טאָג, לייג איך פֿאָר אים דורכצופֿירן אין אונדזער "דעלפֿין"... כ׳זאָג צו — ס׳וועט זײַן פֿריילעך!
"נעפּטונוס־טאָג" — אין זײַן קאָפּ האָט אַ שווינדל געטאָן, ווי אַ קינאָ־כראָניק פֿון זײַן סאָוועטישער יוגנט די פּאָפּולערע זומער־אונטערנעמונג מיט אַלע אירע פּריטשענדאַלן, אין שפּיץ מיטן ים־גאָט נעפּטונוס, וואָס שפּאַרט זיך אָן אין זײַן ריזיקן דרײַ־צאָניקן גאָפּל; שדים, וואַסער־מיידלעך, פּיראַטן און אַנדערע פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן באַגלייטן אים מיט געזאַנג; זיי האַלטן שטיקער האָלץ, כּלומרשט רעשטלעך פֿון די אײַנגעזונקענע שיפֿן, צעריסענע פֿישערנעצן... עס שאַלן טרומייטן, פּויקן פּויקען און טאַצן פּלאַצן — זשום, קוויטשערײַען, אַלע באַגיסן איינער דעם אַנדערן מיט וואַסער, אָדער געפֿינען אַ קרבן און, האַלטנדיק אים בײַ די פֿיס און הענט, שלעפּן אַרײַנצוּוואַרפֿן אין ים אַרײַן...
— מאַרק, וואָס זשע שווײַגסטו?
מאַרק האָט געזוכט אַ תּירוץ זיך אויסצודרייען פֿון דעם פֿריילעכן מאַסקאַראַד.
— ווייסטו וואָס בעלאַ... כ׳בין שוין נישט אין דעם עלטער, כ׳זאָל זיך באַטייליקן אין אַזעלכע רעשיקע אונטערנעמונגען... אפֿשר... אפֿשר קאָן מען דאָ געפֿינען אַ שטיל ווינקעלע, זיצן בײַ אַ טישל און טרינקען אַ טעסעלע קאַווע? איך פֿאַרבעט דיך...
בעלאַ האָט אויף אים מאָדנע אַ קוק געטאָן. פֿון איר ענטפֿער איז גרינג געווען צו פֿאַרשטיין, אַז אַ נאָרמאַלער מענטש וואָלט אַזעלכע רייד נישט געפֿירט.
— וואָס? דאָ, אין דעם לאָך אַ שטיל ווינקעלע? אַ טעסעלע קאַווע? ביסט פֿונעם הימל אַראָפּ?
מאַרק האָט זיך געטאָפּטשעט אויף אַן אָרט, ווי ער וואָלט אויף דעם דאָזיקן אָרט געקאָנט זיך אַליין אײַנגראָבן מיטן קאָפּ, נאָר זײַן "יאַנקי־היטעלע" מיטן לאַנגן דאַשיק זאָל בלײַבן שטעקן פֿון אויבן, ווי אַ צייכן פֿאַר אַ קליין ייִנגעלע צוקומען אַהער און מאַכן "פּי־פּי".
— כ׳האָב געזאָגט אַ נאַרישקייט, יאָ?... פֿאַרגעסן, וווּ איך געפֿין זיך...
— עס טרעפֿט זיך, בפֿרט אין אַזאַ הייסן טאָג, — האָט בעלאַ עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ וויץ, — פֿון דעסטוועגן, איז דאָ דאָ אַזאַ שטיל ווינקעלע, אָבער אָן קאַווע... ס׳איז אָבער נישט נאָענט, מע וועט דאַרפֿן אײַנשפּאַנען די פֿיס.
מאַרק האָט אָנגעטאָן זײַן העמדל, דערנאָך אַרויפֿגעשלעפּט די שאָרטן אויף די פֿײַכטע שווים־הייזלעך און זיך געלאָזט אַוועקצושלעפּן נאָכן מיידל. זיי זײַנען געגאַנגען פּאַזע דעם ברעג, ביז אין די קנעכלעך אין וואַסער, די קעפּ אַראָפּגעלאָזט, ווי געזוכט אין דער דורכזיכטיקייט אַ געהיימע סטעזשקע, יעדער זײַן אייגענע — ער צו זײַן אויסגעבענקטן נעכטן, און זי — צו איר נאָך נישט אויסגעפּרוּווטן מאָרגן. דווקא פֿון זײַן נעכטן זײַנען אַרויסגעשוווּמען שורות, שוין לאַנג פֿאַרגעסענע, פֿאַרלוירענע אינעם געלויף פֿון צײַט, ווי יענע פּושקע מיט בריוו צו בעלאַן אינעם ערשטן יאָר נאָך זייער חתונה. און ער האָט שטיל, ווי אָנגעטאַפּט מיט די באָרוועסע פֿיס די דאָזיקע סטעזשקע צו נאָך איין גליקלעכער ווײַלע אין זײַן לעבן, שטיל אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן:

איך האָב ליב דײַנע דלאָניעס צו קושן,
זייער צוריר היילט אויס און ער בריט.
אין דער פֿינצטער פֿון תּהום קען ער וואַרפֿן,
און צעשפּרייטן אַ סטעזשקע פֿון ליכט.

איך האָב ליב דײַנע ווערטער צו הערן,
זייער שׂכל פֿרישט אָפּ און באַגראָבט.
די חלומות בײַ נאַכט שענקען נחת,
נאָר דער אמת פֿון וואָר נאַרט מיך אָפּ.

וואָס זשע באַהאַלטסטו די דלאָניעס אין נעכטן,
און דײַן בליק בלאָנקעט ערגעץ העט־ווײַט?
דײַנע ווערטער דער ווינט האָט צעטראָגן,
און געלאָזט די חלומות אין הײַנט.

די טריט, געבליבן הינטער זיי אינעם זאַמד — זײַנע ברייטע און טיפֿע, אירע קורצע און פֿלאַכע — האָבן גיך און אײַליק אָפּגעווישט די פֿאַרשײַטע כוואַליעכלעך, קיינער זאָל זיי, חלילה, נישט קאָנען אָניאָגן, אָפּזוכן; סײַדן די מעווע איז אַדורכגעפֿלויגן נידעריק איבער זייערע קעפּ מיט אַ פֿײַף, ווי אַ בומעראַנג, געוואָרפֿן אין זייער זײַט מיט דער שטײַפֿער האַנט פֿון ווירקלעכקייט.
— כ׳האָב זיך אײַנגעהערט אין דײַן שטים, — האָט בעלאַ זיך אָנגערופֿן, — און זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז זי איז מיר זייער באַקאַנט. אמת, יענע האָט געקלונגען... — זי האָט געזוכט אַ פּאַסיק וואָרט, און מאַרק האָט עס איר אונטערגעזאָגט:
— ייִנגער, פֿעסטער...
— ריכטיק... און איך קאָן זיך נישט דערמאָנען, וועמענס שטים איז עס געווען?
זי האָט אויסגעהאַלטן אַ פּויזע, ווי דערוואַרט צו דערהערן דעם ענטפֿער פֿון מאַרקן, און געפֿרעגט:
— איז דאָס דײַן ליד?
מאַרק האָט זיך צעשמייכלט, קוקנדיק אונטער די פֿיס:
— די שורות האָט אָנגעשריבן מײַן אַלטער פֿרײַנד מיט לאַנגע יאָרן צוריק. ער איז דעמאָלט געווען פֿאַרליבט אין אַ מיידל, מיט וועלכער ער האָט שפּעטער חתונה געהאַט...
— לייען נאָך עפּעס איבער פֿון זײַנע לידער.
— מער געדענק איך נישט... זיי זײַנען בײַ מיר אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם קאָפּ, צוזאַמען מיט די האָר, — און ער האָט אונטערגעהויבן זײַן היטעלע. — צוריק גערעדט, דאַכט זיך מיר, אַז נאָך דער חתונה האָט ער שוין אין גאַנצן קיין לידער נישט געשריבן.
— און ווי אַזוי האָט זיך אײַנגעשטעלט זײַן פֿאַמיליע־לעבן?
— געוויינטלעך, ווי בײַ אַ סך מענטשן פֿון מײַן דור: געאַרבעט פֿון מאָנטיק ביז פֿרײַטיק; שבת און זונטיק זיך אַרויסגעריסן צו זען אַ נײַעם פֿילם, אָדער אַ פֿאָרשטעלונג אין טעאַטער, אָדער אַרײַנגעכאַפּט זיך צו עמעצן פֿון זייערע חבֿרים צו גאַסט; יעדעס יאָר אָפּגעמערקט זײַן און איר געבוירן־טאָג; און דרײַ יאָר נאָך דער חתונה איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע, מ׳האָט אים אָנגערופֿן דוד...
— דוד? — האָט זי אים צום ערשטן מאָל איבערגעריסן, — מײַן זיידע האָט געהייסן דוד. איך האָב אים זייער ליב געהאַט. ער האָט געוווינט עק שטאָט אין דעם ראַיאָן מיטן מאָדנעם נאָמען "אַלטע פּאָסט". שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דאָרט איז אַמאָל געווען שיִער נישט די ערשטע פּאָסט־סטאַנציע אין קעשענעוו. ער האָט געהאַט דאָרט אַן אייגן שטיבל, געבויט פֿון ליים־ציגל, אַקוראַט אָפּגעקאַלכט און געדענקט מיט שינדל. דעם געראַמען הויף האָט אַרומגעצאַמט אַ הויכער, געדיכט־צונויפֿגעקלאַפּט פֿון גראָבע ברעטער פּלויט. דער זיידע האָט דאָרט געוווינט מיט מײַן מומען, דער מאַמעס ייִנגערע שוועסטער; מײַן באָבע געדענק איך נישט, זי איז געשטאָרבן מיט אַ האַלב יאָר פֿאַר מײַן געבוירן ווערן. איך טראָג טאַקע איר נאָמען...
בעלאַ האָט אויפֿגעהערט צו דערציילן, דערמאָנט זיך, אַ פּנים, אַז דערציילט האָט דאָך מאַרק, און זי איז אַרײַן אין מיטן מיט איר זיידן.
— אַנטשולדיק, מאַרק, כ׳האָב דיר איבערגעריסן...
— פֿאַרקערט, עס איז זייער רירנדיק... דערצייל ווײַטער, ביטע.
און בעלאַ האָט זיך דערמאָנט ווײַטער, ס׳האָט זיך איר געוואָלט דערציילן דעם כּמעט אומבאַקאַנטן מענטשן וואָס מער וועגן זיך, ווי ס׳וואָלט איר געגאַנגען אין לעבן אַרײַן, ער זאָל עס וויסן.
— יעדן פֿרײַטיק, אין דער פֿרי פֿלעג איך מיט דער מאַמען פֿאָרן אויפֿן אויטאָבוס נומער 10 פֿונעם צענטראַלן מאַרק ביז דער לעצטער סטאַנציע, און פֿון דאָרט נאָך גיין אַ צען, פֿופֿצן מינוט צו פֿוס צום זיידנס וווינונג. אין הויף בײַ אים האָבן זיך געפּאָרפּלט אין דער ערד עטלעכע הינער און אַרום זיי האָט שטאָלץ אויסגעשפּאַנט אַ האָן אַ קראַסאַוויעץ. דער זיידע אין זײַן פֿוטערנעם פּעלצל אָן אַרבל — זומער און ווינטער אין דעם זעלבן — אויפֿן קאָפּ זײַן צעקנייטשט היטל, האָט שוין אַרויסגעקוקט אויף מיר, געזעסן אויף אַ קליין בענקעלע, זיך אָנשפּאַרנדיק מיט דער פּלייצע אין דער וואַנט. דערזען מיך אַרײַנגיין אינעם הויפֿטירל, האָט ער זיך אַ פּאַטש געטאָן מיט דער האַנט אין אַ קני, וואָס האָט געזאָלט הייסן — קום אַהער! — דאָס צווייטע מאָל האָט ער עס נישט געדאַרפֿט טאָן. אין אַ מינוט אַרום בין איך שוין געזעסן אויף זײַן שויס.
— נו, בעלקעלע, זיך גוט אַשאָזעט*? — האָט זיך דערהערט זײַן פֿאַררויכערט־כריפּלעכע שטים, — וועל איך דיר ווײַזן איצט אַ פֿאָקוסט־פּאָקוסט.
איך האָב שוין געוווּסט דעם דאָזיקן "פֿאָקוסט־פּאָקוסט", וואָס פֿלעגט זיך איבערחזרן יעדעס מאָל: באַלד וועט ער אַרויסשלעפּן אַ רוי איי פֿון זײַן קעשענע, דורכשטעכן אין דער שפּיציקער זײַט אַ לעכעלע מיט דער שפּילקע, וואָס האָט צונויפֿגעשפּיליעט די צוויי טיילן פֿונעם פּעלצל, און צוטראָגן דאָס איי צו מײַן מויל. איך קערעווע אָפּ דעם קאָפּ. כ׳האָב פֿײַנט רויע אייער ביז הײַנט. אָבער דער זיידע האָט געוווּסט ווי אַזוי מיר "אונטערלייגן אַן איי".
— אַ מעשׂהלע ווילסטו הערן? יאָ? איז טרינק!
איך האָב אָנגעהויבן דורכן לעכעלע אַרײַנזויגן די עקלדיקע פֿליסיקייט פֿונעם איי, און דער זיידע — צו דערציילן זײַן צוגעזאָגט מעשׂהלע וועגן אַ פּאַסטעכל און זײַן שעפֿעלע, וואָס...
מאַרק האָט פֿאַרענדיקט דעם זאַץ:
— וואָס די בייזע מכשפֿה־זאַווערוכע האָט עס אַוועקגעטראָגן מיטן שטורעם־ווינט.
— דו האָסט אויך געהערט דאָס מעשׂהלע?
— יאָ, פֿון מײַן פֿרוי. זי פֿלעגט עס יעדעס מאָל דערציילן אונדזער קליינעם זון בײַם האָדעווען אים.
— אַז איך וועל אַמאָל האָבן אַ זון, — האָט בעלאַ טרוימעריש געזאָגט, — וועל איך אים אויך אָנרופֿן דוד, אין אָנדענק פֿון מײַן זיידן.
דאָס ווינטל, וואָס האָט לײַכט אַ שלאָג געטאָן אין פּנים, האָט מיט זיך געבראַכט אַ געשמאַקן גערוך פֿון געקאָכטע פֿיש מיט קנאָבל. ווײַטער אויף זייער וועג — דאָס אויג האָט עס שוין אויפֿגעכאַפּט — האָבן בעלאַ און מאַרק דערזען אַ האַלב־אײַנגעפֿאַלענע כאַטקע. אויף הויכע, דינע דריקלעך זײַנען געהאָנגען און זיך געטריקנט שוואַרצע פֿישערנעצן.
— נו אָט, האָסטו אַ שטיל ווינקעלע, — האָט בעלאַ געקוועלט, — די ווירטשאַפֿט פֿונעם פֿישער קוזמיטש.
מאַרק האָט אײַנגעאָטעמט דעם געשמאַקן ריח און מיט אַ מאָל דערפֿילט, אַז ער איז טאַקע גוט הונגעריק.
— דײַן קוזמיטש האַלט בײַם צוגרייטן אַ געשמאַקן לאַנטש...
— ווי האָסטו געזאָגט, "לאַנטש"?
מאַרק האָט זיך באַלד פֿאַרראָכטן:
— כ׳האָב געמיינט צו זאָגן, מיטיק... און טאַקע, וואָס פּלוצעם, "לאַנטש"?!
ער האָט זיך נישט געדאַרפֿט ווײַטער פֿאַרענטפֿערן, ווײַל זיי זײַנען שוין צוגעקומען צום שײַטער, אויף וועלכן ס׳האָט זיך אין אַ גרויסן טשוהונענעם קעסל געקאָכט אַן עכטע פֿישערישע פֿיש־יויך. צוויי יונגע בלאָנדע יאַטן, פֿאַרברוינטע, מיט שטײַפֿע מוסקלען — איינער מיט אַ קאָפּ העכער פֿונעם אַנדערן — האָבן זיך געפּאָרעט בײַם פֿײַער. בעלאַ האָט זיי געקענט, ווײַל זי האָט זיי אָנגערופֿן אויף זייערע נעמען: דעם העכערן — מיטיאַ און דעם קלענערן — יוראַ, דעם פֿישערס זין.
— און דאָס איז מאַרק, מיר האָבן זיך הײַנט באַקענט אויף דער פּלאַזשע.
אין דער צײַט האָט זיך פֿון דער כאַטקע באַוויזן דער פֿישער קוזמיטש גופֿא. אַ קליינוווּקסיקער, אָנגעטאָן אין אַ מאַטראָסן־אונטערהעמדל און אין אַ פּאָר אָפּגעבליאַקעוועטע סאָלדאַטסקיע הויזן, פֿאַרצויגן מיט אַ שמאָלן רימען, פֿון וועלכע ס׳האָבן אַרויסגעשטעקט די באָרוועסע פֿיס. דערזען די געסט, איז ער זיי אַנטקעגן געגאַנגען מיט אַ וואַקלענדיק גענגעלע.
— גוטע געסט קומען אומגעבעטן, — האָט ער אַרויסגעוויזן זײַן באַסאָווע שטימע און צוגעגעבן, — ווי מע זאָגט בײַ אונדז: לעבן גוטע געסט, פּאָזשיוועט מען זיך אַליין אויך.
ער איז צוגעגאַנגען צום קעסל, אַרויסגעשלעפּט פֿון דער קעשענע אַ לעפֿל און פֿאַרזוכט דאָס מאַכל. צוגעזשמורעט אַן אויג, האָט ער אַ טשמאָקע געטאָן מיט די ליפּן און געמאַכט זײַן אויספֿיר:
— צו געשמאַקע פֿיש דאַרף מען נישט קיין טיש! — און שוין מיט אַ קאָמאַנדנע טאָן, געהייסן: — מיטקאַ, אַנו, גיי שלעפּ אַרויס אונדזער גאָלדן פֿישל.
דער הויכער מיטיאַ האָט זיך פֿוילעך אויפֿגעהויבן פֿונעם זאַמד און זיך געלאָזט צום ים. שוין בײַם וואַסער האָט ער אָנגעטאַפּט אַ שטריק, צוגעטשעפּעט צו אַ שטיק אײַזן, אַרײַנגעשטעקט אין באָדן, און אָנגעהויבן עפּעס אַרויסציִען. און אָט האָט זיך באַוויזן אויפֿן אויבערפֿלאַך אַ נעצקוישל, פֿון וועלכן מיטיאַ האָט אַרויסגעשלעפּט דאָס "גאָלדן פֿישל", אַ פֿלעשל בראָנפֿן.
מאַרק האָט זיך דערפֿרייט, בשתּיקה, קיינער זאָל עס נישט באַמערקן; זײַן פֿרייד איז געווען גאָר נישט צוליב דעם בראָנפֿן, נאָר צוליב דעם אופֿן, ווי אַזוי די משקה איז אָפּגעקילט געוואָרן. ער האָט זיך דערמאָנט, ווי זיי, סטודענטן אין דער צוזאַמענוווינונג, פֿלעגן ווינטער אַרויסהענגען פֿון יענער זײַט פֿענצטער פּונקט אַזאַ מין נעצקוישל מיט פּראָדוקטן. יאַקאָס איז מען זיך באַגאַנגען אָן פֿרידזשידערן אויך...
קיין אמתער טיש איז טאַקע נישט געווען, אָבער עטלעכע ליידיקע קעסטלעך, איבערגעקערט מיטן דנאָ אַרויף, האָבן איצט זייער גוט אויסגעפֿירט די פֿונקציע פֿון אַ טיש. זיך אויסגעזעצט גלײַך אויפֿן זאַמד, האָט יוראַ צוגעטראָגן יעדן אַן אַלומינעווע שיסעלע מיט פֿיש־יויך. ברויט, זאַלץ און עטלעכע רויטע האַרבע פֿעפֿערלעך זײַנען געלעגן גלײַך אויף די פֿאַרשוואַרצטע ברעטלעך פֿונעם אימפּראָוויזירטן טיש. מיטיאַ האָט דערווײַל אַרויסגעטראָגן פֿון דער כאַטקע די לעפֿל און קליינע געשליפֿענע גלעזלעך. ס׳איז קלאָר געווען, אַז צו געסט איז מען דאָ שטענדיק גרייט.
דער אַלטער קוזמיטש האָט שוין געהאַלטן זײַן "גאָלדן פֿישל" אין די הענט. אָנגעכאַפּט מיט צוויי פֿאַרגרעבטע פֿינגער דעם "טשובטשיק" פֿונעם אַלומינעווע בלעכל, האָט ער עס פֿלינק אַראָפּגעריסן פֿונעם פֿלעשל. ער האָט יעדן, מיט אַ טאָלק, צעגאָסן די משקה אין די גלעזלעך און דערלאַנגט אַ טאָסט: "פֿאַר די וואָס זײַנען איצט אין ים!" אַרײַנגעגאָסן מיט צוויי שלונגען דעם בראָנפֿן אין זיך, האָט ער זיך גענומען צום טעלער פֿיש־יויך.
מאַרק האָט אויך אויסגעטרונקען זײַנע פֿופֿציק גראַם און האָט אַ קוק געטאָן אויף בעלאַן, וואָס האָט צוגעלייגט די ליפּן צום ראַנד פֿון גלעזל. איר פּנים האָט זיך פֿאַרקרימט און זי האָט גיך דאָס גלעזל אַראָפּגעלאָזט לעבן זיך אויפֿן זאַמד. מאַרק האָט צו איר אַ וווּנק געטאָן, ווי איינער רעדט, כ׳וועל קיינעם נישט זאָגן! פֿאַר אים איז עס נישט געווען קיין נאָווינע, אַז בעלאַ רירט זיך נישט צו צו שטאַרקע געטראַנקען. ווײַן — יאָ, אַ גוט ביסל ווײַן האָט זי ליב. ווען בײַ אַרטורן איז געבוירן געוואָרן דאָס ערשטע מיידעלע, האָט זי מיט אירע מיטאַרבעטאָרינס, אָפּגעמערקט דאָס געשעעניש מיט שאַמפּאַן־ווײַן. מאַרק איז נאָך געווען בײַ זיך אין אָפֿיס, ווען מ׳האָט אים אָנגעקלונגען. וואָס איז? די פֿריש־אָפּגעבאַקענען באָבע דאַרף מען אָפּפֿירן אַהיים; זי האָט איבערגעכאַפּט די מאָס...
די דופֿטיקע און פֿעטע פֿיש־יויך, גלײַך פֿונעם פֿײַער, האָט געבריט דאָס מויל, און דאָך האָט מאַרק זיך צוגעכאַפּט צו דעם פּראָסטן עסן — אָפּגעביסן אַ שטיקל שוואַרץ ברויט פֿון דער פּײַדע, וואָס מיטיאַ האָט פֿריִער אָפּגעבראָכן פֿונעם לעבל פֿאַר יעדן איינעם, האָט ער פֿונעם רויטן פֿעפֿערל אָפּגעצופּט אַ ברעקל מיט די ציין און גיך פֿאַרזופּט מיט עטלעכע לעפֿל פֿיש־יויך. בעלאַ איז געזעסן אַנטקעגן און צומאָל האָט ער געוואָרפֿן אויף איר קורצע בליקן, ווי געוואַרט צו דערהערן: "כאַפּ נישט! צו פֿעט! צו פֿיל ברויט!..." — זי האָט אָבער געשוויגן, נישט־אײַליק אָנגענומען מיטן לעפֿל צו ביסלעך פֿונעם שיסעלע און עס צוגעטראָגן צום מויל.
נאָכן צווייטן גלעזל, וואָס נאָר מאַרק איז צו דעם געווען אַ שותּף, האָט קוזמיטש אין אים אויך פֿאַרגעסן און שוין אַליין, האַלטנדיק דאָס פֿלעשל לעבן זיך, יעדעס מאָל פֿון דעם אָפּגעגאָסן אין זײַן גלעזל. נאָך יעדער אויסגעטרונקענער פּאָרציע, איז זײַן מאָגער פֿאַרוואַקסן פּנים זיך פֿאַרצויגן מיט אַן אומעטיקער אָנגעכמורעטקייט.
אַלע האָבן שוין געהאַט אָפּגעגעסן און געוואַרט ביז די וואַסער אינעם גרויסן פֿאַרסאַזשעטן טשײַניק, וואָס מיטיאַ האָט אים פֿריִער געשטעלט אויפֿן פֿײַער, זאָל אויפֿזידן צו טרינקען טיי. דער אַלטער פֿישער האָט ווי אַרויסגעקוקט אויף דער מינוט. זײַן ים־נשמה, פֿאַרטשאַדעט פֿון בראָנפֿן, איז אויסגעגאַנגען נאָך אַ פּשוט מענטשלעך וואָרט; און קוזמיטש, וואָס איז געזעסן לעבן מאַרקן, האָט אים פֿרײַנדלעך אַרויפֿגעלייגט די האַנט אויפֿן אַקסל און געפֿרעגט:
— אויף דער מלחמה ביסטו געווען?
מאַרק האָט דערפֿילט, ווי דאָס פּנים הייבט אים אָן ברענען. וואָס קאָן ער ענטפֿערן דעם דאָזיקן קוזמיטש? אייגנטלעך, איז דאָך ער, מאַרק, איצט נישט אויף אַ סך ייִנגער פֿון אים. האָט ער אַ הייב געטאָן די אַקסלען. דער פֿישער האָט זיך אָבער נישט זייער גענייטיקט אין מאַרקס ענטפֿער; די פֿראַגע האָט ער געשטעלט, אַ פּנים, צו ענטפֿערן אויף איר אַליין.
— איך בין געווען, — האָט ער באַשטעטיקט און פֿאַרפּינקטלעכט, ווי ראַפּאָרטירט, — זיך געשלאָגן מיט פֿאַשיסטן אויפֿן שוואַרצן ים, ווי אַ מאַטראָס פֿונעם שלאַכט־טאָרפּעדן־קאַטער "טע־קע־אַ דרײַ און זעכציק"!
— טאַטע, — האָט זיך אָנגערופֿן מיטיאַ, — הייבסט ווידער אָן. אַלע ווייסן שוין, אַז דו ביסט געווען אַ בראַווער מאַטראָס...
— שווײַג, סאַלאַגאַ**, ווען די מלחמה־וועטעראַנען רעדן! — האָט אים דער פֿאָטער בייז איבערגעריסן. — וואָס ווייסט איר וועגן יענע פֿינצטערע צײַטן?!
מיטיאַ האָט נישט געענטפֿערט, שטיל אָנגעהויבן צונויפֿנעמען דאָס געפֿעס און עס אַרײַנגעלייגט אינעם ליידיקן קעסל. זײַן ברודער האָט זיך אויך אויפֿגעהויבן און זיך געלאָזט גיין אין דער כאַטקע. בעלאַ האָט געוואָלט אַרויסהעלפֿן מיטיאַן מיטן געפֿעס, אפֿשר עס איבערוואַשן, אָבער יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט.
— אַ דאַנק, קוזמיטש, דײַן פֿיש־יויך איז, ווי שטענדיק, געווען געשמאַק, נאָר אויף צו באַלעקן די פֿינגער.
מאַרק איז גרייט געווען אויסצודריקן זײַן אַנטציקונג מיט אַ "דעלישעס!..." — אָבער אין לעצטן מאָמענט זיך געשטיקט מיטן וואָרט און סתּם צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. ער איז שוין גערן געווען זיך אַרויסצושאַרן פֿון זײַן אָרט. קוזמיטש האָט אים אָבער געהאַלטן פֿאַר דער האַנט מיט זײַן פֿישערישער כוואַטקע, ווי אַ גרויסן פֿיש, ערשט אַרויסגעשלעפּט פֿונעם ים. מאַרק האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אינעם פֿישערס נעץ.
— איך וועל וואַרטן אויף דיר בײַם וואַסער, — איז בעלאַ אים געקומען צו הילף, — כ׳האָף, קוזמיטש וועט דיך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן.
דער פֿישער האָט זי באַגלייט מיטן בליק און געפֿרעגט בײַ מאַרקן:
— דײַן טאָכטער? אַ גוט מיידל, זי חבֿרט זיך מיט מײַנע יאַטן. איך האָב נאָך עלטערע צוויי — אַ ייִנגל און אַ מיידל, שוין אַליין אַ מאַמע.
ער האָט ווידער אָנגעגאָסן זיך און זיך אַ צי געטאָן מיטן פֿלעשל צו מאַרקס ליידיק גלעזל. מאַרק האָט זיך נישט אָפּגעזאָגט.
— פֿאַר אונדזער זיג! — האָט קוזמיטש טאָסטירט, און צוגעגעבן: — זאָלן אונדזערע קינדער שוין נישט וויסן פֿון קיין קריג!
אויסגעטרונקען און אָפּגעביסן פֿונעם פֿעפֿערל דעם שפּיציקן עק, האָט ער געפֿרעגט:
— האָסטו נאָך קינדער?
— אַ זון און צוויי אייניקלעך.
— אויב אַזוי דאַרפֿן מיר פֿאַר זיי אויסטרינקען באַזונדער.
ווײַטער איז שוין דער שמועס אַוועק, ווי געשמירט. מאַרק האָט דערפֿילט, אַז אין דעם פּראָסטן, גאַסטפֿרײַנדלעכן האָרעפּאַשניק, וואָס האָט אַפֿילו נישט געפֿרעגט ווי ער הייסט און אים גלײַך פֿאַרבעטן צום טיש, זיך געטיילט מיט ברויט און משקה, האָט ער איצט געפֿינען אַן אָפֿנהאַרציקן חבֿר, וואָס ביז אַהער האָט ער אין זײַן נײַער היים נישט באַגעגנט און וועט שוין מסתּמא נישט באַגעגענען. פֿאַר אים קאָן מען אויסגיסן דאָס האַרץ.
— פֿאַרשטייסט, קוזמיטש, כ׳בין אַנטלאָפֿן פֿון מײַנער ערבֿ דער חתונה, נאָך דרײַסיק יאָר לעבן צוזאַמען...
— איך פֿאַרשטיי עפּעס נישט, האָסטו מיט איר געלעבט און געהאַט קינדער אָן צו זײַן פֿאַרשריבן?
— ניין... אונדזער פּערל־חתונה, כ׳זאָג דאָך, נאָך דרײַסיק יאָר.
— איצט פֿאַרשטיי איך, — האָט ער צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. — ביסטו אַ מאָלאָדיעץ! איך האָב שוין אָפּגעלעבט מיט מײַנער כּמעט פֿערציק יאָר, און קאָן עס נישט טאָן, ווײַל כ׳בין אַ שוואַכער מענטש... כ׳האָב זי אָבער ליב סײַ־ווי־סײַ!
— איך האָב מײַנע ליב אויך... אָבער די לעצטע צײַט פֿיל איך, ווי מיר דערווײַטערן זיך איינער פֿון אַנדערן... זי רעדט מיט מיר, ווי אַ דאָקטערשע צום פּאַציענט, וואָס הייבט שוין אָן ווערן סעניל... מיר שלאָפֿן אַפֿילו אָפֿט אין באַזונדערע צימערן. אמת, ס׳איז דאָ אַ סיבה, איך כראָפּע... איז וואָס זשע? פֿריִער האָב איך דען נישט געכראָפּעט? אפֿשר נישט אַזוי שטאַרק...
— פֿריִער פֿלעגסטו נישט נאָר כראָפּען שטילער, — האָט קוזמיטש געמאַכט זײַן אויספֿיר, — פֿריִער פֿלעגסטו דײַן קאָכאַנקע זיס אויסקושן און נאָך עפּעס טאָן, האַ? — און ער האָט כיטרע צוגעוווּנקען צו מאַרקן.
— טאַקע, ביסט גערעכט... און איצט איז אונדזער סעקס מער ענלעך צו אַ מעדיצינישער פּראָצעדור...
— ברודערקע, — האָט קוזמיטש עס פֿאַרטײַטשט אויף זײַן אופֿן, — וואָס קאָנען מיר שוין פֿילן אַזוינס? ווי זאָגט מען, די יוגנט איז אַוועק — פֿאַרוועלקט די פּאָמידאָרן...
אין דער צײַט האָט יוראַ אַרויסגעטראָגן פֿון דער כאַטקע גרינע עמאַלירטע קווערט, אַ בלעכענע פּושקע מיט צוקער און עס אַוועקגעשטעלט אויפֿן טיש.
— בעלאַ, — האָט ער אַ רוף געטאָן, — קום טרינקען טיי.
מיטיאַ האָט אַראָפּגענומען פֿונעם פֿײַער דעם טשײַניק און צעגאָסן די שוין פֿאַרקאָכטע טיי אין די קווערט.
די קאָמפּאַניע איז ווידער געזעסן יעדער אויף זײַן אָרט און הויך געזופּט. בעלאַ האָט איר קוואָרט געלאָזט שטיין אויפֿן טישל, די טיי זאָל זיך אָפּקילן. זי האָט דערווײַל איבערגעקליבן די שיינע פּערלמוטערנע ים־מושלען, וועלכע זי האָט געפֿונען בײַם וואַסער, בשעת מאַרק און קוזמיטש האָבן דאָ זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ. זי האָט אָנגעסיליעט די באַזונדערע מושלען אויף אַ דינעם ווענטקע־שנור, עפּעס אויסגעמײַסטרעוועט פֿון זיי.
קוזמיטש, פֿאַרענדיקט מיט זײַן טיי, האָט זיך שווער אויפֿגעהויבן פֿונעם אָרט און ווי געמאָלדן:
— איך מוז גיין זיך לייגן, ווײַל בײַ נאַכט דאַרף איך ווידער זײַן אויף דער וואַכטע.
נאָך מער וואַקלענדיק זיך פֿון זײַט צו זײַט, ווי ער וואָלט שוין איצט געהאַט אָפּגעשיפֿלט אין ים צו כאַפּן מאַקרעל, האָט ער זיך אַוועקגעשלעפּט צו זײַן כאַטקע. מאַרק איז אַ ווײַלע געזעסן, אים נאָכגעקוקט און פּלוצעם זיך געשטעלט אויף די פֿיס, אָנגעיאָגט דעם פֿישער און, אַראָפּנעמענדיק פֿונעם קאָפּ זײַן אַמעריקאַנער היטעלע, עס אָנגעטאָן קוזמיטשן. זיי האָבן זיך אַרומגענומען.
— לאָז אָפּ די אינטעליגענטסקיע שטיק דײַנע, — האָט קוזמיטש געזאָגט, קוקנדיק מאַרקן אין די אויגן, — קער זיך אום צום ווײַב... קיין בעסערס וועסטו סײַ־ווי נישט געפֿינען!
די זון האָט זיך גענייגט צום האָריזאָנט, ווען בעלאַ און מאַרק זײַנען געגאַנגען מיטן זעלבן וועג, אָבער שוין צוריק. עס האָט געבלאָזט פֿונעם ים אַ קיל ווינטל און מאַרק, אַראָפּשלעפּנדיק זײַן העמד, האָט עס אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף בעלאַס אַקסלען. זי האָט אים באַדאַנקט און עס אָנגעטאָן ווי עס באַדאַרפֿט צו זײַן, מיט די אַרבל און פֿאַרשפּיליעט אויף אַלע קנעפּלעך.
די ערשטע יאָרן פֿון זייער משפּחה־לעבן פֿלעגט בעלאַ ליב האָבן אין דער פֿרי, בפֿרט אין די אָפּרוטעג, אַראָפּשפּרינגענדיק פֿונעם געלעגער, אַרויפֿשלעפּן אויפֿן הוילן לײַב מאַרקס אַ העמד, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און שוין אַזוי זיך אומדרייען אין קיך. מאַרקן איז עס בפֿירוש געפֿעלן געווען און נישט זעלטן, אָנכאַפּנדיק בעלאַן פֿאַר דער האַנט, פֿלעגט ער זי צוריק אַרײַנשלעפּן אין שלאָפֿצימער...
— עס פּאַסט מיר? — האָט זי בכּיוון־קאָקעטיש געפֿרעגט.
— זייער סעקסי... דער פֿאַסאָן וועט שוין מאָרגן אַרײַן אין דער אָרטיקער מאָדע.
בעלאַ האָט אים אָנגענומען פֿאַרן אָרעם און זיך צו אים צוגעדריקט.
— וויפֿל צײַט וועסטו נאָך זײַן דאָ?
— הײַנט שווים איך אָפּ.
— ווען?
— נאָכן דריטן סיגנאַל פֿון מײַן שיף.
— פֿאַר וואָס נאָכן דריטן?
— אַזוי קומט פֿאָר אין אַלע מעשׂהלעך; דאָס איז געווען דער באַדינג פֿון דער וווילער ברייטהאַרציקער כּישוף־מאַכערין.
— ווי הייסט דײַן שיף?
— "קאַרניוואַל דרים"...
— חלום... פֿאַר וואָס ווידער אויף ענגליש?
— וואָס איז דער חילוק? אַבי אַ גוטער חלום.
— די לעצטע צײַט זע איך איינעם און דעם זעלבן חלום: אַ שלעכטער, אַ בייזער...
— דערצייל אים מיר. מע זאָגט, אַז נאָכן דערציילן דעם חלום אַ צווייטן, פֿאַרגעסט מען אים.
— איינער אַ שרעקלעכער פּאַרשוין, צי אַ שוואַרצער שאָטן לויפֿט מיר נאָך מיט אַ שפּליטער פֿון אַ צעבראָכן פֿלעשל און אָט־אָט וועט ער מיך אָניאָגן...
— ס׳וועט קיין מאָל אַזוינס נישט געשען. איך ווייס אַ שפּראָך, וואָס טרײַבט אַוועק די סאַמע בייזע חלומות.
— וואָס דאַרף מען זאָגן?

— זייער פּשוט: בײַם אָנהייב דאַרף מען זיך דרייען אויפֿן אָרט זיבן מאָל אין דער לינקער זײַט, און זיבן מאָל אין דער רעכטער זײַט, דערנאָך אָפּשפּײַען דרײַ מאָל אויפֿן ים און זאָגן: "שוואַרצער שאָטן, בייזער פּנים, ווער פֿאַרשוווּנדן פֿון מײַן חלום!"
— און ס׳וועט העלפֿן? — האָט בעלאַ מיט אַ קינדערשער נאַיִווקייט געפֿרעגט.
— אַוודאי וועט העלפֿן. מיר העלפֿט עס שטענדיק.
בעלאַ איז אַ ווײַלע געבליבן שטיין, דערנאָך זיך אָנגעהויבן דרייען — אַזוי ווי מאַרק האָט ערשט געזאָגט; פֿאַרענדיקט מיטן דרייען זיך, האָט זי זיך אויסגעקערט מיטן פּנים צום ים, דרײַ מאָל אַ שפּײַ געטאָן און פּינקטלעך איבערגעחזרט דעם שפּראָך, וואָרט בײַ וואָרט: "שוואַרצער שאָטן, בייזער פּנים, ווער פֿאַרשוווּנדן פֿון מײַן חלום!"
— איצט וועט שוין אַלץ זײַן אָ׳קעי! — האָט מאַרק שטיל געזאָגט, ווי מורא געהאַט עפּעס צעשטערן.
בעלאַ, נאָך אַלץ שטייענדיק צו אים אויסגעדרייט מיט דער פּלייצע, האָט געפֿרעגט:
— דו וועסט נאָך אַ מאָל קומען אַהער?
אַ ווײַלע האָט מאַרק געשוויגן, כּדי צו ענטפֿערן איר רויִק און געזאָגט:
— איך ווייס נישט... נאָר אויב ס׳וועט זיך טרעפֿן, וועל איך תּמיד דאָ זוכן נאָר דיך.
בעלאַ האָט זיך דערנענטערט צו מאַרקן; זיך געשטעלט אויף די שפּיץ־פֿינגער, האָט זי אים אַ קוש געטאָן אין די ליפּן.
זיי זײַנען שוין אַזוי געשטאַנען ביידע, ווי פֿאַרגליווערט, דער באַיאָרטער מאַרק און די יונגע בעלאַ און זיך געקושט, כּל־זמן ס׳האָט זיך געטראָגן איבערן אינדזל דער עקשנותדיקער געברום פֿון דרײַ סיגנאַלן — צוויי קורצע און איינער — אַ לענגערער...
דער טעם פֿונעם קוש איז אים נאָך געלעגן אויף די ליפּן, און דער לאַנגער געזעגענונג־סיגנאַל פֿון דער רײַזעשיך Carnival Dream איז פּאַמעלעך אויסגעגאַנגען צוזאַמען מיטן חלום. מאַרק האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגער, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן קליינעם טישל לעבן זײַן געלעגער. די גרינע עלעקטראָנישע ציפֿערן האָבן געוויזן אַ פֿערטל צו צוועלף. "הײַנט האָב איך זיך שוין, דאַכט זיך, אויסגעשלאָפֿן פֿאַר אַלע יאָרן, — האָט ער צו זיך געטראַכט, — בעלאַ איז אַוועק, כ׳האָב אַפֿילו נישט געהערט. זי האָט זיך הײַנט געקליבן גיין אין פּאַריקמאַכערסקיע צו מאַכן אַ שיינע פֿריזור, דערנאָך צופֿאָרן אָפּנעמען דעם כּשרן טאָרט, דערנאָך נאָך עפּעס... אַ פֿרוי שפּאַרט זיך אײַן — אַ שׂימחה!"
ער האָט זיך אויפֿגעהויבן און דערזען אויפֿן דיל זיך וואַלגערן זײַן העלגרין העמד און די האַקי־שאָרטן. "ווי קומען זיי אַהער?" — האָט ער זיך פֿאַרחידושט, און זיך אָנגעבויגן אויפֿהייבן דאָס העמד. פֿון דער אייבערשטער קעשענע האָט זיך אַרויסגעגליטשט און געפֿאַלן צו זײַנע באָרוועסע פֿיס אַ שנירל קרעלן — פּערלמוטערנע, שאָרסטקע ים־מושלען.

(סוף)


יולי — סעפּטעמבער 2012, ברוקלין